קאפיטל י"ג אין ספר ירמיהו הייבט זיך אן מיט א באפעל וואס דער אויבערשטער באפעלט ירמיהו צו גיין און טאן א געוויסע פעולה. דאס חזר'ט זיך אסאך איבער אין די ספרי הנבואה: דער נביא ווערט באפוילן צו טאן א מעשה, און די מעשה אליין דינט אלס א משל צום מסר וואס דער אויבערשטער וויל איבערגעבן, געוויינליך איבער כלל ישראל און וואס עס גייט פאסירן מיט זיי. און ווי באקאנט, אין אזעלכע פעלער איז פאראן א מחלוקת: צי די פעולה איז טאקע געטאן געווארן בפועל אין דער מציאות, צי די גאנצע מעשה האט פאסירט בלויז אין א מראה הנבואה.
כֹּה אָמַר יְהֹוָה אֵלַי הָלוֹךְ וְקָנִיתָ לְּךָ אֵזוֹר פִּשְׁתִּים וְשַׂמְתּוֹ עַל מׇתְנֶיךָ וּבַמַּיִם לֹא תְבִאֵהוּ׃ - אזוי האט ה' געזאגט צו מיר: גיי און קויף דיר א פלאקסענעם גארטל, און לייג עס ארויף אויף דיינע לענדן, און אין וואסער זאלסטו עס נישט ברענגען.
דער אויבערשטער באפעלט ירמיהו צו קויפן אן אזור פשתים, דאס הייסט א סארט גארטל. דער רד"ק ברענגט בשם דעם רמב"ם, דער גרויסער חכם מורה צדק, אז די גאנצע מעשה איז געווען אין א חלום של נבואה. און דאס איז נישט קיין איינציגער פאל: דער רמב"ם ערקלערט אסאך פסוקים אויף דעם אופן. צום ביישפיל, ווי עס ווערט געברענגט אין ספר "משנת החלומות", ערקלערט דער רמב"ם אז די גאנצע מעשה פון די אורחים וואס זענען געקומען צו אברהם אבינו און די בשורה וואס זיי האבן אים געברענגט איז געווען אין א מחזה הנבואה: "והנה ה' נצב עליו", און אינמיטן דער מראה הנבואה ווייזט מען אים דריי מענטשן, און אברהם זעט אין דער מראה ווי ער לויפט און שטעלט זיי פאר עסן וכו'. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז כמעט אלע מפרשים זענען מחולק מיטן רמב"ם אין דעם ענין, און זיי לערנען די פסוקים כפשוטם. אויך דא פארשטייען רוב מפרשים כפשוטו: ווען דער אויבערשטער זאגט "הלוך וקנית לך אזור פשתים", איז ירמיהו טאקע געגאנגען און געקויפט בפועל א פלאקסענעם גארטל; און ווען עס קומען אורחים צו אברהם - זענען בפועל געקומען אורחים און ער האט זיי בפועל סערווירט. קומט אויס אז דער רמב"ם איז א יחיד אין זיין שיטה, און דערפאר וועלן מיר צוגיין צו דעם פסוק לויט דער שיטה פון רוב מפרשים, אז דאס אלעס איז געווען בפועל ממש אין דער מציאות.
"ובמים לא תביאהו" - כפשוטו: וואש עס נישט אויס. און דער רד"ק האט שוין געשריבן אז ער ווייסט נישט דעם טעם דערפון: אויב די כוונה איז נישט אויסצוואשן, וואלט ער דאך געדארפט זאגן "אל תכבס"? פארוואס שטייט "ובמים לא תביאהו"? נאר דער מלבי"ם שטעלט זיך דא אפ אויף יעדן איינציגן פרט, און ערקלערט אויך די דאזיגע נקודה. לויט זיינע ווערטער באפעלט אים דער אויבערשטער זיבן זאכן:
א. "הלוך וקנית" - נישט קיין גיין באהאלטענערהייט, נאר א גאנג וואס איז ניכר און מאכט א רושם, אז יעדער זאל זען ווי ער גייט און קויפט. ב. עס זאל זיין א קנין בדמים - נישט צו באקומען בחנם נאר באצאלן דערפאר. ג. "ושמתו על מתניך" - עס זאל זיין פונקט געמאסטן לויט דער מאס פון זיינע לענדן. ד. עס זאל זיין דווקא אן אזור און נישט קיין חגור. ה. עס זאל זיין פון פשתן, ווייל פשתן איז א סימבאל פון כהונה און נשיאות, א חשוב'ע קליידונג. ו. "ושמתו" און נישט "ואזרתו", ווייל "לאזור" מיינט אנצוגארטלען מיט כוח, און א מענטש קען זיך נישט אנשנארן פעסט אויף א שטענדיגן אופן, און דא דארף דאס גארטל זיין אויף אים כסדר. ז. "ובמים לא תביאהו" - א פלאקסענער גארטל איז ווייס, און פארלאנגט ממילא כסדר א וואשונג ער זאל נישט ווערן שווארץ; און דער אויבערשטער זאגט אים אז נישט נאר ער זאל אים נישט וואשן, נאר אפילו די הכנה צום וואשן, וואס דאס איז איינטונקען אין וואסער, זאל ער אים אויך נישט טאן.
כִּי כַּאֲשֶׁר יִדְבַּק הָאֵזוֹר אֶל מׇתְנֵי אִישׁ כֵּן הִדְבַּקְתִּי אֵלַי אֶת כׇּל בֵּית יִשְׂרָאֵל וְאֶת כׇּל בֵּית יְהוּדָה נְאֻם יְהֹוָה לִהְיוֹת לִי לְעָם וּלְשֵׁם וְלִתְהִלָּה וּלְתִפְאָרֶת וְלֹא שָׁמֵעוּ׃ - ווארום אזוי ווי דער גארטל קלעבט זיך צו צו די לענדן פון א מענטש, אזוי האב איך צוגעקלעבט צו מיר דאס גאנצע הויז פון ישראל און דאס גאנצע הויז פון יהודה, זאגט ה', צו זיין פאר מיר צו א פאלק, און צו א נאמען, און צו א לויב, און צו א שיינקייט, און זיי האבן נישט צוגעהערט.
פון פסוק י"א ווערט מבואר דער נמשל, און דער מלבי"ם איז עס מקדים און ערקלערט עס. די דביקות פונעם גארטל אויף די לענדן פון ירמיהו באדייט אז דער אויבערשטער האט כביכול צוגעקלעבט כלל ישראל צו זיך: פונקט ווי דער גארטל איז צוגעקלעבט צו די לענדן, אזוי זענט איר צוגעקלעבט צו מיר. נאך מער: פונקט ווי איך האב באפוילן צו קויפן דעם גארטל פאר באצאלט, אזוי האב איך אייך געקויפט מיט א פרייז. דער אויבערשטער האט געמאכט אותות ומופתים און געטוישט סדרי בראשית - כביכול אינוועסטירט כדאי אייך צו קויפן. נישט אז איין שיינעם טאג האב איך אייך סתם אזוי געזאגט איר זאלט מיר זיין פאר א פאלק, נאר איך האב געטוישט די סדרי בראשית, אותות ומופתים און מעמד הר סיני, דאס הייסט איר זענט מיר טייער געשטאנען. און דער פרייז ביים אויבערשטן איז אז משנה זיין דעם טבע איז שווער אין זיינע אויגן - נישט שווער פאר אים, נאר שווער אין זיינע אויגן, ווייל דאס משנה זיין די נאטור ברענגט אן אריינמישונג אין דער בחירה חפשית, און דער אויבערשטער וויל זיך נישט אריינמישן אין דער בחירה. און פונדעסטוועגן האט ער כביכול באצאלט א טייערן פרייז און זיך אריינגעמישט אין דער בחירה און געמאכט ניסים און געטוישט דעם טבע כדאי אייך צו קויפן, אזוי ווי עס שטייט "קונה שמים וארץ", און ישראל איז איין קנין.
דריטנס: פונקט ווי דער גארטל איז פונקט אויסגעמאסטן לויט דער מאס פון זיין קערפער, אזוי זענען מיר אויסגעמאסטן לויט זיינע מדות יתברך - "קדושים תהיו כי קדוש אני", "והלכת בדרכיו": מה הוא רחום אף אתה רחום, מה הוא חנון אף אתה חנון. נאך מער דערמאנט דער מלבי"ם בדרך רמז: פונקט ווי א מענטש טוט אן א בגד, און ווען ער הייבט אויף די האנט הייבט זיך אויף דאס העמד צוזאמען מיט אים, אז די קליידונג באוועגט זיך אויטאמאטיש לויט די באוועגונגען פונעם לובש, אזוי איז די כוונה און דער ציל אז דער אויבערשטער זאל זיך אנטפלעקן אין די דאזיגע מלבושים וואס הייסן כלל ישראל; זיינע הנהגות און מדות זאלן קומען לידי ביטוי דורך עם ישראל. דאס איז אונזער תכלית אויף דער וועלט - "והתגדלתי והתקדשתי", אז דורך דעם וואס מען וועט זען כלל ישראל וועט געהייליגט ווערן זיין הייליגער נאמען, און מען וועט זאגן "עם ה' אלה ומארצו יצאו", און עס וועט זיין א קידוש השם אויף דער וועלט. איר זענט בבחינת א מלבוש פאר דער שכינה הקדושה, וואס דורך אייך ווערט אנטפלעקט זיין הנהגה יתברך.
און נאך: פונקט ווי דער גארטל איז צוגעקלעבט צו די לענדן, אזוי איז דער אויבערשטער כביכול צוגעקלעבט צו זיי מיט השגחה פרטית. נישט ווי די אומות העולם וואס זענען מושגח דורך א שר אין הימל, נאר איר זענט צוגעקלעבט ווי א גארטל אויף די לענדן, און דער אויבערשטער איז כביכול צוגעשמידט צו אייך און היט אויף אייך מיט השגחה פרטית. און וויבאלד א גארטל צייגט אויף גבורה, און מצד וואס ער איז פון פשתן וואס צייגט אויף תפארת און כבוד, אזוי האט ער זיי צוגעקלעבט "לשם ולתפארת" - אז דורך כלל ישראל זאל דערקענט ווערן די גבורה פונעם בורא און זיין תפארת אין זיין השגחה אויף זיין פאלק.
און אזוי ווי דער אויבערשטער באפעלט אז דער גארטל זאל זיין אויף זיינע לענדן כסדר, אזוי איז די השגחה אויף אייך כסדר. כלל ישראל קען זיך נישט גטן פונעם הייליגן באשעפער; דאס איז א חתונה אויף אייביג, און דערפאר שטייט "וארשתיך לי לעולם" - אויף אייביג און נישט אויף א צייט. און אויב די כלה פארדארבט אירע וועגן, זארגט דער הייליגער באשעפער צו נעמען מיט כוח, ער ברענגט יסורים כדי די כלה זאל זיך צוריקקערן צו איר הויז, אבער א מציאות פון א גט איז נישט שייך. דאס איז דאך די טענה פון די אומות העולם, אז דער אויבערשטער האט אונז פארלאזט און אויסגעוועלט די קריסטנטום אדער איסלאם; אבער דער ענטפער איז "וארשתיך לי לעולם" - דער קשר איז אייביג. מיר זענען ווי דער גארטל וואס איז צוגעבונדן אויף די לענדן פון ירמיהו, צוגעבונדן כביכול צום קודשא בריך הוא.
נאר וואס דען, דער גארטל האט א טבע שווארץ צו ווערן. א ווייסער בגד וואס א מענטש טראגט, אויב ער טוישט עס נישט איין אדער צוויי טעג - ווערט עס שווארץ. אזוי אויך כלל ישראל, וואס זיי זענען דער גארטל אויף די לענדן פון קודשא בריך הוא, דארפן א כיבוס, א וועש. און וואס איז די רייניגונג? "רחצי בנתר" - זיך אויסצורייניגן פון די עבירות. כדי צו זיין באהאפטן צום קודשא בריך הוא דארף מען זיין ריין; ווער עס איז נישט לויטער און ריין קען זיך נישט מחבר זיין צו אים. און דער כיבוס ווערט געטאן דורך הערן דברי תורה, דברי תוכחה און דברי נבואה, "כבסי מרעה לבך" אזוי ווי מיר האבן פריער געזען. און זיי ווילן נישט נאר זיך נישט וואשן, נאר אפילו איינגעווייקט ווערן אין וואסער ווילן זיי אויך נישט - מסתמא איז דאס וואסער זיי צו קאלט. דאס מיינט "ושמתו על מתניך ובמים לא תביאהו": כלל ישראל איז אויף די לענדן פונעם אויבערשטן, אבער אפילו אריינקומען אין וואסער זענען זיי נישט גרייט, אפילו דער אנפאנג פון רייניגן, אפילו סתם א שרייה (איינווייקן) - וואס דאס איז דאס אויסהערן דברי מוסר. על אחת כמה וכמה אן עכטער כיבוס, וואס פאדערט רייבן און אפראמען פלעקן און א גרויסער מיה, וואס פון דעם איז בכלל נישטא וואס צו רעדן.
דער מלבי"ם אין ביאור המילים שטעלט זיך אפ אויף עטליכע דיוקים. ערשטנס, שטייט נישט "וקנית אזור פשתים" נאר "וקנית לך". און "לך" אין יעדן פלאץ מיינט פאר דיין הנאה, פאר דיין טובה, צוגעפאסט צו דיר (אזוי ווי "שלח לך" - לדעתך). דא איז דער מיינונג אז דער גארטל איז צוגעפאסט צום קערפער פון ירמיהו, און דער נמשל איז אז מיר זענען צוגעפאסט צו די מדות פונעם הייליגן באשעפער.
נאך מאכט דער מלבי"ם אן אונטערשייד צווישן די פארשידענע לשונות פון א גארטל: אבנט, חשב, מזח, חגור און אזור. דער אבנט איז באשטימט פאר כהנים, ווי עס שטייט "ואבנטך אחזקנו" וואס ווערט געזאגט ביים כהן. דער חשב איז מיוחד צום אפוד - "חשב האפוד" - א האלבער גארטל וואס א חלק דערפון איז געמאכט פונעם אפוד אליין און א חלק הענגט אראפ דערפון, און עס איז געמאכט "מעשה חושב", דאס הייסט א קונסטווערק. דער מזח איז באשטימט אויפצוהייבן די בגדים, אזוי ווי א דאמבע (מזח) הייבט אויף די כוואליעס פון ים. דער חגור נעמט אריין אלעס וואס א מענטש גארטלט ארום זיין קערפער, אויפן הארץ און אונטער דעם ביז די פיס: "חגרו שקים", "חגור כלי מלחמה", א גארטל אויף די חלציים - יעדע זאך וואס א מענטש גארטלט אויף זיין קערפער הייסט א חגור.
דער אזור לעומת זה איז א באזונדערער גארטל שטארק צו מאכן מיט דעם די לענדן, און זיין שטייגער איז מען זאל אים אנבינדן שטארק, און ער באדייט גבורה: "התאזרו וחֹתּו", "אאזרך ולא ידעתני", און אויך זריזות: "ואתה תאזור מותניך". מען פלעגט אים שטענדיג אנציען שטארק, ארויסצוברענגען די שטארקייט און די גבורה. אויב מען האט אנגעגארטלט דעם אזור פון אויבן איבער די קליידער - הייסט עס אזור מותניים; און אויב פון אונטן - אזור חלציים. צום ביישפיל ווען מען האט געדארפט לויפן, און די אברים פונעם לויפער באוועגן זיך און מאכן אים שווער, פלעגט מען אנטון א באזונדערן גארטל און אים פארבינדן אויפן בויך און אנציען, כדי ער זאל קענען לויפן אן קיין שוועריקייט. דעם אזור האבן נאר מענער געטראגן, און בלויז גיבורים; אבער א חגורה האבן אויך פרויען געטראגן, ווי עס שטייט "תחת חגורה נקפה".
דאס פלאקס (פשתן) ווייזט אויף דער מדריגה פונעם וואס טראגט עס, און דערפאר האבן בלויז נשיאים און כהנים געטראגן א גארטל פון פשתים. דער מלאך ווערט אנגערופן "איש לבוש הבדים", און בד איז פשתן; יוסף איז געווען אנגעטאן מיט בגדי שש, און שש איז פשתן. ווי מיר האבן געלערנט (און ווער עס וויל קען הערן אינעם דיסק פון ספר יהושע), פשתן הייסט סיי בגדי שש און סיי בד, און "בד" איז אין גימטריא שש. און דערפאר טוט מען אן די מתים מיט תכריכים פון פשתן - ווייל די בגדי שש ווערן נישט געפירט נאר דורך זעקס כוכבים און נישט דורך זיבן, און דורך דעם ווערט דער וואס טראגט עס געראטעוועט פון דער שליטה פון א כוכב ומזל וואס קען אים שאטן. עכ"פ "איש לבוש הבדים" און "בגדי שש" דרוקן אויס חשיבות, און דערפאר איז געזאגט געווארן צו ירמיהו אז דער אזור וואס ער וועט אנגארטלען אויף זיינע לענדן זאל זיין א חשוב'ער אזור. און פארוואס שטייט "ושמתו" (און דו זאלסט עס לייגן) און נישט "ואזרתו" (און דו זאלסט דיך אנגארטלען)? ווייל "לאזור" מיינט מיט כוח, און מען קען עס נישט האלטן שטארק אנגעצויגן כסדר; דערפאר האט ער אים געזאגט אז נאר פאר א סימן זאל ער עס לייגן אויף זיינע לענדן. און "ובמים לא תביאהו" - אז אפילו א ברענגען אין וואסער זאל נישט זיין, נישט נאר אז מען זאל עס נישט וואשן און נישט שווענקען.
וָאֶקְנֶה אֶת הָאֵזוֹר כִּדְבַר יְהֹוָה וָאָשִׂם עַל מׇתְנָי׃ - און איך האב געקויפט דעם גארטל לויטן ווארט פון גאט, און איך האב עס ארויפגעלייגט אויף מיינע לענדן.
ווי אלע פרטים וואס דער אויבערשטער האט באפוילן, אזוי האט ירמיהו געטאן און מקיים געווען דעם ציווי.
וַיְהִי דְבַר יְהֹוָה אֵלַי שֵׁנִית לֵאמֹר׃ קַח אֶת הָאֵזוֹר אֲשֶׁר קָנִיתָ אֲשֶׁר עַל מׇתְנֶיךָ וְקוּם לֵךְ פְּרָתָה וְטׇמְנֵהוּ שָׁם בִּנְקִיק הַסָּלַע׃ - און עס איז געווען דאס ווארט פון גאט צו מיר א צווייט מאל, צו זאגן: נעם דעם גארטל וואס דו האסט געקויפט, וואס איז אויף דיינע לענדן, און שטיי אויף גיי קיין פרת, און באהאלט אים דארט אין א שפאלט פונעם פעלז.
דער גארטל איז שוין אנגעקומען צו א מצב וואס ער איז פארשמוצט געווארן, וויבאלד ער איז נישט געברענגט געווארן אין וואסער, און עס איז שוין נישט געווען קיין כבוד אז ירמיהו זאל ווייטער גיין מיט אים אויף זיינע לענדן. זאגט אים דער אויבערשטער: גיי און באהאלט אים אין פרת - אויפן ברעג פונעם טייך פרת - אין א שפאלט פונעם פעלז. און וואס איז דער נמשל? נאכדעם וואס זיי האבן נישט אויסגעהערט דעם ג-טליכן באפעל און דער גארטל איז פארשמוצט געווארן, דאס הייסט כלל ישראל האבן זיך פארשמוצט מיט עבירות און זענען נישט אריינגעקומען אין וואסער און נישט מסכים געווען צו באקומען א שווענקונג פון זייערע עוונות און נישט אנצונעמען קיין מוסר, זענען זיי שוין מער נישט ראוי אז דער אויבערשטער זאל אונז אנגארטלען אויף זיינע לענדן. מיר זענען א פארשמוצטער גארטל, און א פארשמוצטן גארטל דארף מען גיין און באהאלטן.
און וואו? ביי פרת, וואס דאס איז דער וועג דורך וועלכן מען קומט קיין מצרים; און אין נקיק הסלע (אינעם שפאלט פונעם שטיין). עס איז א מליצה, זאגט דער מלבי"ם, אז זיי האבן באהאלטן זייער פנים: זיי האבן געהאט אזא גרויסן בזיון און בושה אז זיי האבן געמוזט באהאלטן זייער פנים פון דער חרפה. און וואס איז געווען דער בזיון? ווי עס שטייט "כל הוביש על עם לא יועילו למו" - די בושה פון זיך ווענדן קיין מצרים. דער עצם זיך ווענדן נאך הילף צו אן אנדער פאלק איז שוין א בזיון; און אויב וועסטו זאגן אז עס איז נישט געווען קיין ברירה, זאל מען דען שטארבן? אויב דאס אנדערע פאלק וואלט טאקע געהאלפן, האט זיך כאטש די בושה אויסגעצאלט און מען איז געראטעוועט געווארן. אבער אז די ווענדונג האט גארנישט אויפגעטאן, איז דאס א טאפלטער בזיון: דו האסט אראפגעלאזט פון דיין כבוד, און אויך האסטו נישט באקומען וואס דו האסט געזוכט. און דאס איז וואס ס'איז דא געווען.
צוויי זייטן זענען דא אינעם קשר: מצד דעם קנין - זיי זענען דאך מיר אפגעקויפט פאר א פאלק, דאס זענען די עבדים וואס איך האב ארויסגענומען פון מצרים; און מצד דעם וואס זיי זענען צוגעקלעבט צו מיינע לענדן. און וועמען זענען זיי געגאנגען זוכן? זיי זענען געגאנגען צום פרת, געזוכט מצרים. אנשטאט זיך צו ווענדן צו מיר, בעת דו ביסט ארומגעגארטלט אויף די לענדן פונעם רבונו של עולם - וואס ביסטו געגאנגען זוכן? דערפאר זאגט דער קדוש ברוך הוא: טוה אויס דעם גארטל און באהאלט אים אין נקיק הסלע. דער נהר פרת דרוקט אויס אז זיי האבן פארלאזט דעם קדוש ברוך הוא צוליב זייער טינוף, און זענען געגאנגען און זיך באהאלטן.
נאך איז דער מלבי"ם מדייק אינעם לשון "הטמן", וואס איז אנדערש ווי נסתר, נחבא און נצפן. נסתר, נחבא און נצפן קען זיין הינטער עפעס א זאך, וואס א מענטש באהאלט זיך אונטער דעם. אבער "נטמן" באדייט אז א מענטש דעקט זיך צו מיט עפעס: "מכסה את עצמו בעפר", "טמנו עצמם בפשתים" - שטענדיג א לשון פון צודעקן. און דא ווערט באשריבן אז זיי האבן זיך באהאלטן אין נקיק הסלע, דאס הייסט אז זיי האבן געהאט אזא בושה אז זיי האבן באהאלטן זייער פנים אין נקיק הסלע, ווען זיי זענען געגאנגען זוכן די הילף פון מצרים, און נישט בלויז וואס זי האט זיי גארנישט געהאלפן, נאר זי איז אויסגעפאלן ווי א משענת קנה רצוץ. זאגט דער קדוש ברוך הוא: קומט און זעט, דאס פאלק וואס איז געווען אויף מיינע לענדן אין דער העכסטער מדרגה - וואו איז עס יעצט? ביים נהר פרת, באהאלטן אין נקיק הסלע, בעטנדיג הילף פון מצרים.
וָאֵלֵךְ וָאֶטְמְנֵהוּ בִּפְרָת כַּאֲשֶׁר צִוָּה יְהֹוָה אוֹתִי׃ - און איך בין געגאנגען און איך האב אים באהאלטן ביים פרת, אזוי ווי ה' האט מיר באפוילן.
"בפרת" - נעבן דעם נהר פרת.
וַיְהִי מִקֵּץ יָמִים רַבִּים וַיֹּאמֶר יְהֹוָה אֵלַי קוּם לֵךְ פְּרָתָה וְקַח מִשָּׁם אֶת הָאֵזוֹר אֲשֶׁר צִוִּיתִיךָ לְטׇמְנוֹ שָׁם׃ - און עס איז געווען נאך א סך טעג, און ה' האט צו מיר געזאגט: שטיי אויף, גיי צום פרת, און נעם פון דארט דעם גארטל וואס איך האב דיר באפוילן דארט צו באהאלטן.
"מקץ ימים רבים" איז א משל ומליצה אויף וואס מיר וועלן זען שפעטער אין קאפיטל מ"ב: ווי אזוי כלל ישראל איז געגאנגען קיין מצרים, און ירמיהו וויל זיי צוריקברענגען פון דארט, און דער אויבערשטער שיקט אים מיט א נבואה זיי צוריקצוקערן - און זיי ווילן אים שוין מער נישט אויסהערן. דאס הייסט: איר האט זיך געווענדט קיין מצרים דורכן נהר פרת, און צום סוף זענט איר אהין פארטריבן געווארן אין גלות, און ירמיהו וועט קומען אייך ארויסנעמען - און וואס טרעפט ער?
וָאֵלֵךְ פְּרָתָה וָאֶחְפֹּר וָאֶקַּח אֶת הָאֵזוֹר מִן הַמָּקוֹם אֲשֶׁר טְמַנְתִּיו שָׁמָּה וְהִנֵּה נִשְׁחַת הָאֵזוֹר לֹא יִצְלַח לַכֹּל׃ - און איך בין געגאנגען צום פרת, און איך האב געגראבן און גענומען דעם גארטל פונעם ארט וואו איך האב אים דארט באהאלטן, און אט איז דער גארטל פארדארבן געווארן, ער טויג נישט צו גארנישט.
דער גארטל איז פארדארבן געווארן, ווייל פרת איז דאך א טייך, א מקום פון וואסער, און ווען מען לייגט דארט א בגד - בפרט א בגד וואס קומט פון פלאנצן - ווערט עס פארפוילט און פארדארבן. און דער משל ומליצה איז: כלל ישראל, נאכדעם וואס זיי זענען אראפ קיין מצרים, זענען פארדארבן געווארן, ס'איז נישט געווען מיט וועמען צו רעדן און ס'איז נישט געווען וועמען אויסצולייזן; און אויך ירמיהו, וואס גייט זיי אויסלייזן, זעט אז דאס פאלק איז נישט גרייט צו הערן. און נבוכדנאצר קומט דורכן וועג פון נהר פרת און שלאגט פרעה'ן, און כלל ישראל זענען פארלוירן געגאנגען צוזאמען מיט אים.
וַיְהִי דְבַר יְהֹוָה אֵלַי לֵאמֹר׃ כֹּה אָמַר יְהֹוָה כָּכָה אַשְׁחִית אֶת גְּאוֹן יְהוּדָה וְאֶת גְּאוֹן יְרוּשָׁלַ͏ִם הָרָב׃ - און עס איז געווען דאס ווארט פון ה' צו מיר, אזוי צו זאגן: אזוי האט ה' געזאגט, אזוי וועל איך פארדארבן דעם שטאלץ פון יהודה און דעם גרויסן שטאלץ פון ירושלים.
איצט ערקלערט אים דער קדוש ברוך הוא דעם נמשל: קודם דעם נמשל פון דעם פארדארבן ווערן פונעם גארטל, און דערנאך דעם נמשל פונעם עצם קויפן דעם גארטל. דער גארטל ווייזט אויפן גאון און אויף דער תפארת וואס כלל ישראל האט געהאט - פשתים, ארומגעגארטלט כביכול אויף זיינע לענדן יתברך - און יעצט איז ער פארדארבן געווארן אינעם נהר פרת. אזוי אויך "גאון יהודה וגאון ירושלים הרב", וואס זייער גאון איז זייער גרויסקייט און מאכט וואס איז געווען גאר גרויס, וועט פארדארבן ווערן פונקט ווי יענער גארטל.
הָעָם הַזֶּה הָרָע הַמֵּאֲנִים לִשְׁמוֹעַ אֶת דְּבָרַי הַהֹלְכִים בִּשְׁרִרוּת לִבָּם וַיֵּלְכוּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים לְעׇבְדָם וּלְהִשְׁתַּחֲוֺת לָהֶם וִיהִי כָּאֵזוֹר הַזֶּה אֲשֶׁר לֹא יִצְלַח לַכֹּל׃ - דאס דאזיגע שלעכטע פאלק, וואס זאגן זיך אפ צו הערן מיינע רייד, וואס גייען אין דער עקשנות פון זייער הארץ, און זענען נאכגעגאנגען פרעמדע געטער זיי צו דינען און זיך צו בוקן צו זיי, זאלן ווערן ווי דער דאזיגער גארטל וואס טויג מער אויף גארנישט.
איצט פארטייטשט דער פסוק קעגן יעדן פרט פונעם משל. אזוי ווי דער אזור (גארטל) איז נישט אריינגעלייגט געווארן אין וואסער און דורך דעם איז ער פארשמוצט געווארן און איז מער נישט ראוי צום אנטון - אזוי אויך "העם הזה הרע המאנים לשמוע את דברי", זיי זאגן זיך אפ צו הערן. און אזוי ווי דו ביסט געגאנגען באהאלטן דעם אזור ביים נהר פרת, א באזונדערער גאנג צו א באזונדערן ארט אויף א ווייטן וועג, אזוי טוען זיי די זאך בכוונה תחילה - "ההולכים בשרירות לבם". עס איז דא א מענטש וואס זינדיגט מחמת תאוה, ווייל זיין יצר הרע באוואלטיגט אים; אבער דער וואס זינדיגט נישט פון קיין תאוה נאר גייט אין דער עקשנות פון זיין הארץ, איז די תביעה אויף אים פיל שווערער, ווייל ער טוט דאס מיט א זדון לב און פון זיין שלעכט הארץ. און אזוי ווי דו האסט אים באהאלטן אין נקיק הסלע (אין שפאלט פונעם פעלדז), אזוי האבן זיי פארשעמט זייער פנים און האבן געדארפט באהאלטן דאס פנים פונעם ביזיון. און אזוי ווי דער אזור איז אינגאנצן פארדארבן געווארן, אזוי זענען זיי אינגאנצן פארדארבן געווארן דארט צוזאמען מיט די שונאים - א שאדן דורך די שונאים און א שאדן פון זיך אליין.
וְנִפַּצְתִּים אִישׁ אֶל אָחִיו וְהָאָבוֹת וְהַבָּנִים יַחְדָּו נְאֻם יְהֹוָה לֹא אֶחְמוֹל וְלֹא אָחוּס וְלֹא אֲרַחֵם מֵהַשְׁחִיתָם׃ - און איך וועל זיי צעשמעטערן איינער קעגן דעם צווייטן, סיי עלטערן און סיי קינדער צוזאמען, זאגט דער אויבערשטער, איך וועל נישט חמלה האבן און נישט שוינען און נישט רחמנות האבן פון זיי צו פארדארבן.
פארוואס דריי לשונות, און פארוואס איז נישט גענוג איינס? מיר האבן שוין בארירט די זאך ווען מיר האבן געלערנט אינעם מלבי"ם דעם ענין פון מחיית עמלק, אין פרשת שאול און אגג, און מיר וועלן דא איבערחזרן בקיצור. "רחמים" איז אן אויסדרוק וואס קומט שטענדיג ביחס צום מענטש; מען זאגט נישט אז מען האט מרחם געווען אויף א בהמה, אדער אויף א טיש אדער אויף א כלי. לעומת זאת, "לחמול" און "לחוס" ווערן געזאגט סיי אויף דומם און סיי אויף צומח. און וואס איז דער חילוק צווישן זיי? "לחוס" (שוינען) איז מצד דעם וואס איך דארף האבן די זאך: איך שוין עס ווייל איך וויל עס באנוצן און איך דארף עס נאך, ווי עס שטייט "ועיניכם אל תחוס על כליכם" - כלים דארף מען דאך האבן, דעריבער האט מען זיי געזאגט זאלט איר נישט שוינען. אבער "חמלה" איז מצד דער זאך אליין: איך דארף עס נישט, אבער עס באנגט מיר עס צו פארדארבן, עס טוט מיר וויי ביים הארץ צו משחית זיין. אפילו א זאך וואס איך דארף נישט - פארוואס זאל מען עס משחית זיין? איך וועל עס לייגן אינדרויסן אז עמיצער זאל הנאה האבן דערפון.
און דאס איז געווען די תביעה אויף שאול המלך: "ויחמול שאול". "ויחמול", זאגט דער מלבי"ם, איז א מחשבה'דיגער און רעיונ'דיגער ענין, אז ער האט געטענה'ט אז די דאזיגע זאך איז ראוי לחמלה. דער אויבערשטער זאגט אז עס איז ראוי להשחתה, און דו זאגסט אז עס איז ראוי לחמלה? נישט מצד דעם אז איך דארף עס אדער וועל פארדינען דערפון, נאר אז לויט'ן דין פאסט צו האבן חמלה דערויף - דאס איז געווען די שווערע תביעה קעגן אים. דערפאר זאגט דא דער הקדוש ברוך הוא: "לא אחמול" - איך וועל נישט טראכטן טאמער זענען זיי נישט ראוי להשחתה; "ולא אחוס" - טאמער וועסטו זאגן עס וועט נאך ארויסקומען א תועלת פון זיי, אפשר וועלן זיי מקדש זיין שם שמים, אפשר וועט כביכול זיין א תועלת פאר'ן קודשא בריך הוא? עס איז נישטא אין זיי קיין שום תועלת; "ולא ארחם" - אפילו די רחמנות וואס פאסט פאר א מענטש וועט מען נישט פירן מיט זיי.
שִׁמְעוּ וְהַאֲזִינוּ אַל תִּגְבָּהוּ כִּי יְהֹוָה דִּבֵּר׃ - הערט און פארנעמט מיט די אויערן, הייבט זיך נישט אויף אין גאות, ווייל דער אויבערשטער האט גערעדט.
דער רד"ק טייטשט "אל תגבהו" - זאלט זיך נישט גרויסהאלטן; זאלט נישט מיינען אז איר זענט חכמים און פארשטייט אליין מוסר און איר דארפט נישט אויסהערן קיין מוסר פונעם אויבערשטן, ווי כאילו איר האט אן אייגענעם דרך המוסר און איר דארפט נישט דעם מוסר פון די נביאים. נישט אזוי איז, נאר הערט און שפיצט צו די אויערן, אז עס זאל נישט זיין ביי אייך קיין גבהות הלב, נאר פארקערט, נייגט אייער אויער צום מוסר פון די נביאים.
דער מלבי"ם ווידער ערקלערט אז "שמעו" גייט ארויף אויפ'ן זיך איבערגעבן אין די הענט פון נבוכדנאצר. דער נביא לאזט זיי וויסן אז זיי מוזן זיך אונטערווארפן אונטער זיין האנט, און כל זמן זיי וועלן זיך דערנידעריגן פאר אים און נישט מורד זיין אין אים וועלן זיי בלייבן אין לאנד; אבער אין דעם מאמענט וואס זיי וועלן אויפהייבן דעם קאפ, ווען צדקיהו וועט מורד זיין אין נבוכדנאצר, וועט זיי נבוכדנאצר אלעמען פירן אין גלות. קומט אויס אז "אל תגבהו" באדייט הייבט נישט אויף דעם קאפ מורד צו זיין אין נבוכדנאצר, "כי ה' דיבר" - דער הקדוש ברוך הוא אליין האט באפוילן אים צו קרוינען פאר א מלך, און ממילא יעדע האנדלונג קעגן אים איז ווי א מרידה אינעם אויבערשטן, ווייל אייער עונש איז דאך דאס ברענגען נבוכדנאצר אהער.
דער מלבי"ם איז נאך מדייק: שטענדיג איז דער סדר קודם האזנה און דערנאך שמיעה, ווייל האזנה איז צוהערן און צונייגן דאס אויער צו די רייד, און שמיעה מיינט זיי קבל'ענען און אננעמען. און דא שטייט פארקערט, "שמעו והאזינו", ווייל ער האט זיי געוואלט זאגן: לכתחילה זאלט איר הערן און אננעמען די רייד; און אויב איר נעמט עס נישט אן אין גאנצן, זאלט איר כאטש הארכן דערויף. דאס הארכן און צוהערן איז די ערשטע זאך און דער מינימום, און אז איר וועט צוהערן איז דא א שאנס אז מיט דער צייט וועלן די רייד דורכדרינגען.
תְּנוּ לַיהֹוָה אֱלֹהֵיכֶם כָּבוֹד בְּטֶרֶם יַחְשִׁךְ וּבְטֶרֶם יִתְנַגְּפוּ רַגְלֵיכֶם עַל הָרֵי נָשֶׁף וְקִוִּיתֶם לְאוֹר וְשָׂמָהּ לְצַלְמָוֶת וְשִׁית לַעֲרָפֶל׃ - גיט כבוד פאר'ן אויבערשטן אייער גאט איידער ער פארפינצטערט, און איידער אייערע פיס שטרויכלען זיך אויף די פינצטערע בערג, און איר וועט האפן אויף ליכט און ער וועט עס מאכן פאר טויטנשאטן און אנווארפן א דיקע פינצטערניש.
"תנו לה' אלוהיכם כבוד" - גייט נישט איבער אויף דעם וואס נבוכדנאצר שווערט אייך אויס. "בטרם יחשיך" - איידער דער אויבערשטער וועט פארפינצטערן די ליכט פון דער השגחה. יעצט טוט דער הקדוש ברוך הוא כביכול שיינען אויף אונז און אכטונג געבן אויף אונז, דעריבער גיט אים כבוד און פירט אויס זיין באפעל און נעמט אויף זיך נבוכדנאצר'ן, איידער עס פארפינצטערט דאס ליכט פון דער השגחה. "ובטרם יתנגפו רגליכם על הרי נשף" - נשף מיינט חושך, דאס הייסט איידער איר וועט גיין צום ארט פון הרי החושך. און אויף וואס איז דאס מרמז? אויף דעם וואס זיי וועלן שפעטער טון, אז זיי וועלן גיין זוכן הילף ביי פרעה, וואס זיי האבן געהאט א האפענונג אז פון אים וועט קומען די ישועה. און די דאזיגע האפענונג וועט דער הקדוש ברוך הוא איבערקערן אויף צלמוות - וואס דאס איז א האפענונג ווי א משענת קנה רצוץ (א צעבראכענער שטעקן), וואס שטעכט אריין אין דעם וואס שטיצט זיך דערויף. "וקיויתם לאור" - איר האפט אז דארט וועט זיין ליכטיגקייט, און פארקערט "ושמה לצלמות ושית לערפל", און ערפל איז אויך אן אויסדרוק פון חושך, פון אן ארט וואו א מענטש זעט נישט וואס עס שטייט פאר זיינע אויגן.
און וואס איז די כפילות פון "ושמה" און "שית"? "שית" איז א לשון פון שימה (לייגן), נאר "להשית" איז מער ווי סתם "לשים": לייגן קען מען אויף א צייטווייליגן אופן, בעת וואס "לשית" ווייזט אויף א קביעות, צו לייגן אויף א שטענדיגן אופן. און וויבאלד א נעפּל איז לויט זיין נאטור נישט קיין שטענדיגע זאך, קומט דער פסוק זאגן אז דא וועט זיין א שטענדיגער נעפּל. דערפאר, זאגט דער נביא, איז מיין עצה צו אייך: גיט כבוד פאר ד' אלוקיכם איידער עס ווערט פינצטער, נאך פאר עס קומט די פינצטערניש, און נעמט אויף זיך די מלכות פון נבוכדנאצר, ווייל מן השמים האט מען אים געקרוינט.
וְאִם לֹא תִשְׁמָעוּהָ בְּמִסְתָּרִים תִּבְכֶּה נַפְשִׁי מִפְּנֵי גֵוָה וְדָמֹעַ תִּדְמַע וְתֵרַד עֵינִי דִּמְעָה כִּי נִשְׁבָּה עֵדֶר יְהֹוָה׃ - און אויב איר וועט דאס נישט צוהערן, וועט מיין נפש וויינען אין באהאלטענע ערטער צוליב דער גאווה, און טרערן וועט עס גיסן און מיין אויג וועט אראפלאזן טרערן, ווייל די הייליגע שאף (דער עדר) פון ד' זענען פארפירט געווארן אין געפענגעניש.
דער רד"ק ערקלערט: "ואם לא תשמעוה" - אויב איר וועט נישט צוהערן צו די דאזיגע נבואה וואס איך גיב אייך איבער פון ג-ט'ס מויל, "במסתרים תבכה נפשי", ווייל ווען איך זע אייער ביטערן סוף ברענגט מיר די זאך א גרויסע זארג און א טיפן הארץ-ווייטאג.
און וואס מיינט "מפני גֵוָה"? עטליכע ביאורים זענען געזאגט געווארן דערויף. רש"י טייטשט: צוליב אייער גרויסקייט וואס וועט בטל ווערן - אויף דעם טוט מיר וויי דאס הארץ, און "גוה" איז א לשון פון גאווה און גדולה; ווען איך זע די רעה וואס גייט קומען אויף אייך, וויינט מיין נפש אין געהיים אויף דער גאווה פון כלל ישראל וואס ווערט בטל. נאך א פירוש אין רש"י: צוליב דער גאווה פון מלכות שמים וואס וועט איבערגעגעבן ווערן צו די אפגעטער פון די כשדים. ווארום ווען די כשדים זענען מנצח, פאר וועמען גיט מען די יקר, כבוד און גדולה? פאר זייערע אפגעטער - אונזער גאט האט מנצח געווען, אונזער עבודה זרה איז בייגעקומען דעם ג-ט פון ישראל - און כביכול איז דא אין דעם א דערנידערונג פון דעם כבוד פון מלכות שמים.
דער רד"ק לייגט צו א פשט: "מפני גוה" - צוליב אייער אייגענער גאווה; און נישט אויף א פאזיטיוון אופן ווי דער פירוש רש"י אז אייער גרויסקייט וועט בטל ווערן, נאר מיין נפש וויינט דערויף וואס איר זענט בעלי גאווה און איר זענט נישט גרייט זיך מכניע צו זיין און זיך אראפלאזן. איר וואלט געדארפט באהאלטן אייער שטאלץ, מכניע זיין אייער גאווה און אריינשטעקן אייער האלדז אינעם עול פונעם מלך בבל, און דעמאלט וואלט איר געהאט שלום; אבער איר שטייט אויף צו מורד זיין אין אים און איר שטעלט זיך קעגן זיין מלכות - אויף דעם וויינט מיין נפש.
און דער מלבי"ם ערקלערט "מפני גוה" - וועגן באהאלטענע און פארבאָרגאנע ענינים, און דאס איז דער ענין פון גלות השכינה און חילול כבוד השם, וואס זענען פארבאָרגאנע זאכן. "גוה" אזוי ווי מען זאגט אויף ארמית "יש דברים בגו", דאס הייסט עס איז דא עפעס אינעווייניג. "במסתרים תבכה נפשי" - אויף דעם וואס איז אינעווייניג: גלות השכינה און חילול כבוד השם, וואס מען דערקענט נישט אויף א גשמיות'דיגן אופן. די השפלה פון דער גאווה פון כלל ישראל זעט מען אן, אבער דאס וואס די שכינה הקדושה איז אין גלות זעט מען נישט אן, און אויף דער דאזיגער השפלה וואס איז במסתרים וויינט מיין נפש.
"ודמוע תדמע ותרד עיני דמעה" - די נפש איז דאס אינעווייניגסטע געוויין, און דאס אויג איז דאס אויסערליכע געוויין; עס איז פאראן א פנימיות'דיג געוויין און עס איז פאראן אן אפן געוויין, וואס די טרערן רינען ארויס פון די אויגן און גיסן זיך אראפ דערויף "כי נשבה עדר ה'", ווייל כלל ישראל וואס זענען די צאן מרעיתו זענען פארכאפט געווארן אין געפענגעניש. און אזוי טייטשט אויך דער רד"ק: מיין נפש וועט וויינען בסתר און מיין אויג וועט טרערן בגלוי, אזוי ווי די ווערטער פונעם מלבי"ם. און דער רד"ק לייגט צו אין דער ערקלערונג פון "ותרד עיני דמעה": מיין אויג וועט אזוי שטארק טרערן ביז זי וועט אליין אראפפליסן מיט די טרערן. מיר זענען געוואוינט צו טייטשן אז א טרער וועט אראפגיין פון מיין אויג, אבער ער זאגט אז נישט דאס איז דער טייטש, נאר דאס אויג אליין גייט אראפ, אזוי ווי דאס אויג צעגייט און פליסט אראפ אין אירע טרערן - אז צוליב דער ריבוי פון טרערן און געוויין אויף זייער מצב און אויף גלות השכינה, וועט דאס אויג אליין אראפפאלן.
קאפיטל י"ג פאנגט זיך אן מיט א סימבאלישער האנדלונג: ירמיהו קויפט א ליינענעם גארטל מיט געלט און ברבים, טוט עס אן אויף זיינע לענדן כסדר און לייגט עס נישט אריין אין וואסער, און ענדליך באהאלט ער עס אין א שפאלט פונעם פעלז ביים נהר פרת און געפינט עס פארדארבן. און דער נמשל: כלל ישראל זענען אפגעקויפט געווארן פאר ד' מיט'ן פרייז פון אותות ומופתים און א שינוי פון סדרי בראשית, זיי זענען צוגעקלעבט געווארן צו אים ווי א גארטל אויף די לענדן מיט השגחה פרטית און מיט אן אייביגער דביקות, און זענען באשטימט געווארן צו זיין א לבוש דורך וועלכן זיין הנהגה ווערט אנטפלעקט "לשם ולתהילה ולתפארת". נאר זיי האבן זיך אפגעזאגט זיך אפצואוואשן פון זייערע עבירות, אפילו א שרייה אין וואסער פון אויסהערן מוסר האבן זיי נישט געוואלט, און דערפאר זענען זיי פארשמוצט געווארן, האבן באהאלטן זייער פנים אין בושה דורך זיך ווענדן קיין מצרים, און זענען פארדארבן געווארן ביים נהר פרת. פון דא קומט די תוכחה: "שמעו והאזינו אל תגבהו" - נעמט אויף זיך די גזירה פונעם מלך בבל וואס מן השמים האט מען אים געקרוינט, "ותנו לה' אלוקיכם כבוד בטרם יחשיך", איידער דער ליכט פון האפענונג וועט פארוואנדלט ווערן אין צלמות און אין א שטענדיגן נעפּל. און אויב נישט - וויינט דער נביא בסתר און בגלוי, אויף דער גרויסקייט פון כלל ישראל וואס איז דערנידערט געווארן, אויף כבוד שמים וואס איז פארשפעקט געווארן, אויף גלות השכינה און אויפ'ן עדר ד' וואס איז פארכאפט געווארן אין געפענגעניש.