הקדמה: דער המשך פון דער נבואה אויף כורש
קאפיטל מ"ה אין ישעיהו איז למעשה א דירעקטער המשך פונעם פריערדיגן קאפיטל. דארט שטייט: "הָאֹמֵר לְכוֹרֶשׁ רֹעִי וְכָל חֶפְצִי יַשְׁלִם וְלֵאמֹר לִירוּשָׁלַ͏ִם תִּבָּנֶה וְהֵיכָל תִּוָּסֵד". מיר האבן דארט מבאר געווען צוויי באדייטן אין "רֹעִי": די פשוט'ע, מלשון רועה - ער היט און פאשעט מיין שאף; און די צווייטע, מלשון רעיון - איך אנטפלעק אים מיינע רעיונות און מחשבות. "וכל חפצי ישלים": כורש מלך פרס וועט משלים זיין מיין באגער, און דאס איז דער בנין פונעם בית המקדש השני, וואס האט זיך אנגעהויבן דורך כורש.
"למשיחו לכורש" - וואס באדייט דא משיח?
כֹּה אָמַר יְהֹוָה לִמְשִׁיחוֹ לְכוֹרֶשׁ אֲשֶׁר הֶחֱזַקְתִּי בִימִינוֹ לְרַד לְפָנָיו גּוֹיִם וּמׇתְנֵי מְלָכִים אֲפַתֵּחַ לִפְתֹּחַ לְפָנָיו דְּלָתַיִם וּשְׁעָרִים לֹא יִסָּגֵרוּ׃ - אזוי האט דער אויבערשטער געזאגט צו זיין געזאלבטן, צו כורש, וואס איך האב אנגעכאפט זיין רעכטע האנט, אונטערצואווארפן פאר אים פעלקער, און די לענדן פון מלכים וועל איך אפשוואכן, צו עפענען פאר אים טירן און טויערן זאלן נישט פארשלאסן ווערן.
פון ווען אן איז כורש געווארן א משיח? רש"י, און אויך רוב מפרשים, ערקלערן אז יעדע גדולה ווערט אנגערופן א משיחה, ווי דער לשון "אשר נתתי לך נתתיה לך למושחה", "ומשחת את חזאל", "תמשח לנביא תחתיך", "יען משח ה' אותי". משיחה באדייט א מינוי, צו באשטימען א מענטש צו גדולה. אזוי אויך דא, "למשיחו לכורש" מיינט דער מינוי און די חשיבות וואס כורש וועט באקומען פונעם אויבערשטן. און וואס איז דער מינוי? אויסצולייזן כלל ישראל: אז די גוים זאלן איבערגעגעבן ווערן אין זיין האנט, און כלל ישראל זאלן קענען צוריקקערן צו זייער לאנד און בויען דעם בית שני. אזוי ערקלערט אויך דער רד"ק, אז די כוונה איז אויפן מינוי וואס ער האט באשטימט כורש.
די גמרא אין מסכת מגילה (יב.) לערנט גאר אנדערש אפ: "דרש רב נחמן בר רב חסדא, מאי דכתיב כה אמר ה' למשיחו לכורש אשר החזקתי בימינו? וכי כורש משיח היה? אלא אמר לו הקדוש ברוך הוא למשיח: קובל אני לך על כורש. אני אמרתי הוא יבנה ביתי ויקבץ גלויותיי, והוא אמר מי בכם מכל עמו ויעל". לויט דעם רעדט דער אויבערשטער מיט זיין משיח, און איבער כורש. און פארוואס דווקא צום משיח? ווייל משיח איז דער וואס איז ממונה אויף דער גאולה. כביכול קומט דער אויבערשטער צום משיח און זאגט: זע, אויף כורש האב איך געהאט א גרויסע ערווארטונג, און ער האט זיך נישט צוגעשטעלט דערצו. די ערווארטונג איז געווען ער זאל געוועלטיגן איבער די פעלקער, מתני מלכים אפתח פאר אים, טירן און טויערן זאלן נישט פארשלאסן ווערן, ער זאל מלחמה האלטן און צוריקברענגען כלל ישראל צו זייער לאנד און בויען דעם בית המקדש. למעשה אבער, אנשטאט צו זיין אקטיוו איז ער געווען פאסיוו: "מי בכם מכל עמו ויעל" - ער האט געעפנט די טויערן, ווער ס'וויל זאל גיין. דאס איז נישט געווען זיין תפקיד. דער תפקיד איז געווען אז די פעלקער זאלן איבערגעגעבן ווערן אונטער אים און ער זאל צונויפנעמען די גליות. בסוף זענען ארויפגעגאנגען אין דער צייט פון עזרא און נחמיה בלויז בערך פופציג טויזנט מענטשן - איז דען פופציג טויזנט מענטשן כלל ישראל? דאס איז דאך אפילו נישט קיין איין געגנט. כורש האט נישט אויסגעפירט זיין תפקיד, און אויף דעם איז די קבילה.
רש"י לייגט צו אז די זאך איז מדויק אפילו אין די טעמי המקרא: איבער "למשיחו" איז דא א זרקא, און שטענדיג נאך א זרקא קומט א סגולתא - און דא איז נישט פאראן קיין סגולתא. א סימן אז דא איז דא א הפסק: "כה אמר ה' למשיחו", און דערנאך "לכורש" אלס א באזונדערע זאך. די טעמים ווייזן אויף אז "למשיחו" פארבינדט זיך נישט מיט כורש; כורש איז נישט דער משיח, און וויבאלד ער האט זיך נישט משתדל געווען דערין, איז פאראן אויף אים א טענה און קבילה.
די הבטחות פונעם אויבערשטן צו כורש אינעם ערשטן פסוק
"לְרַד לְפָנָיו גּוֹיִם" - לויטן פשט איז דאס מלשון רידוד און פלאך מאכן: אלע גוים וועלן זיין אויסגעשפרייט פלאך פאר אים. "וּמׇתְנֵי מְלָכִים אֲפַתֵּחַ" - רש"י און דער רד"ק ערקלערן אז ווען מען וויל שטארקן א מענטש גורט ער אן זיינע לענדן, ווי דער לשון "אזור נא כגבר חלציך", און אזוי אויך אליהו וואס האט אנגעגארטלט זיינע לענדן און געלאפן פאר אחאב. און ווען מען וויל אפשוואכן - עפנט מען אויף די לענדן. דאס הייסט, די מלכים וועלן ווערן שוואך קעגן דיר, און דו וועסט זיי בייקומען. "לִפְתֹּחַ לְפָנָיו דְּלָתַיִם וּשְׁעָרִים לֹא יִסָּגֵרוּ" - לויט רש"י און דעם רד"ק זענען "דלתיים" די טירן, און "שערים" איז דער ארט וואו די טירן זענען געשטעלט; איך וועל עפענען די טירן, און נאכדעם וועלן די טויערן זיך נישט פארשליסן.
דער מלבי"ם ערקלערט: כורש האב איך ממנה געווען כדי ער זאל אויספירן מיינע רייד, און ניט בלויז דאס, נאר "החזקתי בימינו", אים צו פירן צום קאמף און צו דער מלחמה און צום כיבוש. "לְרַד" לויט זיין מיינונג איז נישט מלשון פלאך מאכן, נאר לשון רדייה און הערשאפט, אזוי ווי "וירדו בדגת הים ובכל חית הארץ" - איך האב אים געגעבן די כוחות צו הערשן איבער די גוים. "ומתני מלכים אפתח" - אויף די לענדן גורט מען אן די שווערד, און איך וועל עפענען זייערע לענדן, עס זאל נישט זיין קיין שווערד אויף זייערע לענדן צו קומען און קעמפן. אויב אזוי, אויף וואס ווארטסטו כורש? איך האב דאך אויסגעטראטן פאר דיר דעם וועג.
און אויך פון די באפעסטיגטע שטעט דארף ער נישט מורא האבן. טאמער וועסטו זאגן, זיי האבן טאקע נישט קיין שווערדן, אבער ווי אזוי וועל איך אייננעמען באפעסטיגטע שטעט? אויף דעם ווערט געזאגט "אפתח לפניו דלתיים". דער מלבי"ם מאכט אן אנדערן חילוק ווי רש"י: "דלתיים" זענען די אינעווייניגסטע טירן, און "שערים" איז דער דרויסנדיגער טייל פון דער שטאט. נישט נאר די דרויסנדיגע טויערן וועל איך עפענען, נאר אויך די אינעווייניגסטע טירן. ביז היינטיגן טאג איז אונדזער שפראך אזוי: א "דלת" באדייט עפעס מער אינעווייניג, א "שער" באדייט עפעס מער פון דרויסן. אלעס איז אפן פאר דיר - גיי אריין און הערש איבער זיי.
"אני לפניך אלך" - אוועקנעמען אלע שטרויכלונגען
אֲנִי לְפָנֶיךָ אֵלֵךְ וַהֲדוּרִים אֲיַשֵּׁר דַּלְתוֹת נְחוּשָׁה אֲשַׁבֵּר וּבְרִיחֵי בַרְזֶל אֲגַדֵּעַ׃ - איך וועל גיין פֿאַר דיר, און הויכע ווענט און קרומע וועגן וועל איך גלײַך מאַכן, קופּערנע טירן וועל איך צעברעכן, און אײַזערנע ריגלען וועל איך צעהאַקן.
דער הקדוש ברוך הוא זאָגט אים צו אַז ער וועט גיין פֿאַר אים און אים פֿירן. זאָגט דער מלבי"ם: כאָטש דײַן כּוח איז צו שוואַך אויסצופֿירן אַזאַ גבֿורה - וועל איך גיין פֿאַר דיר. און ווען דער אויבערשטער גייט פֿאַר דיר, אין וועלכער זאַך ביסטו באַגרענעצט? עס איז נישטאָ קיין שום באַגרענעצונג.
"וַהֲדוּרִים אֲיַשֵּׁר" - פֿון דאַנען נעמט זיך דער באַקאַנטער אויסדרוק "ליישר את ההדורים". רש"י טײַטשט אַז הדורים מיינט אַ מויער, ווי דער תרגום יונתן זאָגט "שוריא", דאָס הייסט, די מויער וועל איך באַזיגן און פֿלאַך מאַכן פֿאַר דיר. נאָך אַ פּירוש: הדורים זענען קרומע וועגן, אויפֿן לשון פֿון אַ וועג וואָס "הדרה", דאָס הייסט זי דרייט זיך איבער און דרייט זיך אַרום און איז נישט גלײַך. זאָגט דער הקדוש ברוך הוא צו אַז דו וועסט נישט האָבן קיין קרומע וועגן נאָר גלײַכע וועגן. דער מלבי"ם לייגט צו אַז דאָס האָט געהאַט אַ באַזונדערע כּוונה פֿון פֿריִער: ווען מען פֿלעגט בויען אַ פֿעסטונג, פֿלעגט מען פֿאָראויס בויען אַרום איר פֿאַרקרומטע וועגן, כּדי דער שׂונא זאָל נישט קענען גרינג צוקומען און איר אײַננעמען. פּונקט ווי מען פֿלעגט מאַכן אַרום דער פֿעסטונג ווי אַ טײַך און אַ וואַסער-גראָבן, און בלויז אַ בריק וואָס מען לאָזט אַראָפּ כּדי אַרײַנצוגיין און אַרויסצוגיין. אַלץ כּדי צוריקצוהאַלטן שׂונאים פֿון אַרײַנקומען. זאָגט דער הקדוש ברוך הוא: איך וועל גלײַך מאַכן די דאָזיקע הדורים, און דו וועסט קענען צוקומען גלײַך צום טויער.
"דַּלְתוֹת נְחוּשָׁה אֲשַׁבֵּר וּבְרִיחֵי בַרְזֶל אֲגַדֵּעַ" - על פּי טבֿע, ווען מען קומט אויפֿברעכן אַ טיר, ברעכט מען קודם דעם ריגל און דערנאָך גייט מען אַרײַן דורך דער טיר. און דאָ איז דער סדר פֿאַרקערט: קודם וועל איך צעברעכן די טירן און דערנאָך וועל איך צעהאַקן די ריגלען. פֿאַרוואָס? כּדי צו ווײַזן אַז די אײַננעמונג איז נישט על פּי טבֿע נאָר בדרך נס. אויב אַזוי, כורש, גיי נאָר אַרויס אין קאַמף און זע וויפֿיל איך וועל דיר העלפֿן.
"אוצרות חושך ומטמוני מסתרים" - דער לוין
וְנָתַתִּי לְךָ אוֹצְרוֹת חֹשֶׁךְ וּמַטְמֻנֵי מִסְתָּרִים לְמַעַן תֵּדַע כִּי אֲנִי יְהֹוָה הַקּוֹרֵא בְשִׁמְךָ אֱלֹהֵי יִשְׂרָאֵל׃ - און איך וועל דיר געבן אוצרות פֿון חושך און באַהאַלטענע מטמונים, כּדי דו זאָלסט וויסן אַז איך בין ה' וואָס רופֿט אין דײַן נאָמען, דער אלקי ישׂראל.
אוצרות חושך זענען אַלץ וואָס אַ מענטש זאַמלט אָן פֿון כסף וזהב, אבנים טובות ומרגליות, און לייגט זיי אַוועק אין אַ פֿינצטערן און פֿאַרבאָרגענעם אָרט. בבל איז געווען פֿול מיט אוצרות, און זי ווערט אָנגערופֿן "מדהבה", און חז"ל האָבן געדרשנט אַז זי האָט געמאָסטן גאָלד (מדדה זהב), אַ לאַנד פֿול מיט שטײַערן און פֿול מיט גאָלד, די בעלת הזהב. זאָגט אים דער הקדוש ברוך הוא: אירע אַלע אוצרות און מטמונים - וועל איך דיר געבן.
און פֿאַרוואָס האָט כורש זוֹכה געווען דערצו? ווײַל ער האָט באמת מַכּיר געווען אינעם אויבערשטן. כורש האָט געזאָגט "כָּל מַמְלְכוֹת הָאָרֶץ נָתַן לִי ה'". און דאָס איז דער גאַנצער היפּוך פֿון די גרויסע מלכים פֿאַר אים: מלך אשור האָט געזאָגט "בְּכֹחַ יָדִי עָשִׂיתִי וּבְחָכְמָתִי כִּי נְבוֹנוֹתִי", און נבוכדנצר האָט געזאָגט "אֶעֱלֶה עַל בָּמֳתֵי עָב אֶדַּמֶּה לְעֶלְיוֹן". אַלע האָבן זיך געהאַלטן גרויס מיט גאווה, אָבער באמת וואָס האָסטו פֿון זיך אַליין? אַלץ האָט דיר דער הקדוש ברוך הוא געגעבן. דער איינציקער וואָס האָט פֿריִער פֿאַר אַלעמען מַכּיר געווען אין דער גדולה פֿונעם אויבערשטן איז געווען כורש. נבוכדנצר האָט דאָס ערשט מַכּיר געווען נאָכדעם וואָס ער האָט געכאַפּט אַ גרויסע מפּלה און איז געווען זיבן יאָר ווי אַ חיה פֿון פֿעלד, ווי עס ווערט דערציילט אין ספר דניאל, אָבער לכתחילה איז ער געגאַנגען אין אַ וועג פֿון גאווה. און דער רד"ק לייגט צו אַז כורש האָט זיך פֿאַרטראַכט און געזען אַז די ערשטע וואָס האָבן זיך פֿאַרגרויסט זענען געפֿאַלן, דעריבער האָט ער זיך אָפּגעהיט פֿון גאווה און געוווּסט אַז אַלץ איז פֿונעם אויבערשטן, וואָס איז משפּיל ומרומם.
דער מלבי"ם ערקלערט: נאָכדעם וואָס איך וועל דיר לאָזן אײַננעמען די פֿעסטונגען - די טירן וועלן צעבראָכן ווערן און די וועגן וועלן גלײַך ווערן - וועל איך דיר געבן סײַ די אוצרות און סײַ די מטמונים. און פֿאַרוואָס? פֿון צוויי טעמים. איינס, "למען תדע כי אני ה' הקורא בשמך": אַ נאָמען באַדײַט גדולה, ווי דער לשון "יהי שמך בכל הארץ", און איך מאַך באַקאַנט דײַן נאָמען כּדי דו זאָלסט קענען אײַננעמען אַלע יענע מלוכות. צווייטנס, "אלהי ישראל": איך בין דער גאָט פֿון כּלל ישׂראל, איך האָב מײַן נאָמען מְיַחֵד געווען אויף זיי, און איך האָב דאָ אַ ישועה צו ברענגען - פֿאַר כּלל ישׂראל. דו ביסט בלויז אַ כּלי פֿאַר זייער גאולה. און ווען דער נאָמען פֿון ישׂראל איז דערנידעריקט צװישן די גוים, איז כּבֿיכול שמו יתברך דערנידעריקט, און ווען דער נאָמען פֿון ישׂראל איז דערהויבן צװישן די גוים, איז שמו יתברך דערהויבן. דעריבער וועל איך דערהייבן און פֿאַרגרעסערן דײַן שטאַנד.
רש"י טײַטשט "הקורא בשמך" - נאָך איידער דו ביסט געבוירן געוואָרן האָב איך שוין גערופֿן דײַן נאָמען כורש. און וווּ געפֿינען מיר נאָך אַז אַ מענטש איז גערופֿן געוואָרן בײַ זײַן נאָמען פֿיל יאָרן פֿאַר זײַן געבורט, און מען האָט נאָך מודיע געווען וואָס ער וועט טאָן? בײַ יאשיהו המלך: די נבֿואה פֿונעם איש האלהים (עדו) וואָס איז געזאָגט געוואָרן צו ירבעם בשעת ער איז געשטאַנען מקטיר צו זײַן אויפֿן מזבח, און ער האָט אויסגעשטרעקט זײַן האַנט און געזאָגט "תִּפְשׂוּהוּ" - און זײַן האַנט איז פֿאַרטריקנט געוואָרן. דאָרטן איז געזאָגט געוואָרן אַז עס וועט קומען אַ מלך וואָס יאשיהו וועט זײַן זײַן נאָמען, און ער וועט מבֿטל זײַן די עבודה זרה, און שעכטן אויפֿן מזבח די כוהנים וואָס האָבן דאָרט געדינט.
דער חילוק צווישן טמון און נסתר
פֿרעגט דער מלבי"ם: וואָס איז דער חילוק צווישן צו פֿאַרטמנען (צו באַדעקן) אַ זאַך און צו באַהאַלטן (מסתיר זײַן) אַ זאַך? לכאורה איז דאָס דאָך היינו הך. און ער שטעלט זיך אָפּ אויף דעם חילוק אויך אין דער פּרשה פֿון די מרגלים וואָס יהושע האָט געשיקט, וווּ רחב האָט זיי "באַהאַלטן" (הסתירה) און אויך "פֿאַרטמנט" (הטמינה) אין די פֿלאַקס-שטעקנס (פשתי העץ). און דער חילוק איז אַן אמתער אין לשון הקודש: אַ זאַך וואָס איז טמון איז נישט מוכרח נסתר, און אַ זאַך וואָס איז נסתר איז נישט מוכרח טמון. אויב איך זוך דיך און דו באַהאַלטסט זיך הינטער דער וואַנט - ביסטו נסתר אָבער נישט טמון. און אויב איך נעם אַ חפץ און דעק עס צו מיט אַ קאָלדרע פֿאַר יעדנ'ס אויגן - איז עס טמון, אָבער נישט נסתר, ווײַל יעדער ווייסט וווּ עס ליגט. און אויב איך לייג עס אין אַן אָרט וואָס קיינער ווייסט נישט און איך דעק עס אויך צו - איז עס סײַ טמון און סײַ נסתר. און דאָס איז וואָס דער פּסוק זאָגט: "אוֹצְרוֹת חֹשֶׁךְ וּמַטְמֻנֵי מִסְתָּרִים" - נישט בלויז וואָס מען האָט פֿאַרטמנט, נאָר אויך וואָס מען האָט פֿאַרטמנט אין מסתרים, וואָס קיין שום מענטש ווייסט נישט וווּ עס איז: סײַ באַגראָבן אין דער ערד און סײַ אין אַ פֿאַרבאָרגענעם אָרט. די ביידע זאַכן זאָגט דער הקדוש ברוך הוא צו פֿאַר כורש.
"למען עבדי יעקב" - אַלץ איז צוליב כלל ישראל
לְמַעַן עַבְדִּי יַעֲקֹב וְיִשְׂרָאֵל בְּחִירִי וָאֶקְרָא לְךָ בִּשְׁמֶךָ אֲכַנְּךָ וְלֹא יְדַעְתָּנִי׃ - צוליב מײַן קנעכט יעקבֿ, און מײַן אויסדערוויילטן ישׂראל, האָב איך דיך גערופֿן בײַ דײַן נאָמען, איך האָב דיך באַטיטלט, כאָטש דו האָסט מיך נישט געקענט.
"יעקב" דריקט תמיד אויס כלל ישראל אויף זייער נידעריקערער מדריגה, לשון עקבֿ (פֿוס־טריט), בשעת "ישראל" דריקט אויס זייער מהות אויף דער הויכער מדריגה, לשון שׂררה (הערשאַפֿט). זאָגט דער הקדוש ברוך הוא: דאָס אַלץ איז למען "עבדי יעקב" - מצד זייער עבֿודה און מעשׂים זענען זיי נישט ראָוי צו דער דאָזיקער מדריגה, און זיי זענען נאָך אינעם גדר פֿון יעקבֿ, ווײַל זיי זענען יענע צײַט נישט געווען קיין צדיקים גמורים. אָבער מצד דעם וואָס איך האָב זיי אויסדערוויילט צו זײַן מײַן חלק - זענען זיי "ישראל בחירי". מצד דײַנע מעשׂים ביסטו יעקב; מצד דעם וואָס דער הקדוש ברוך הוא האָט דיך גענומען צו זיך און דיך אויסדערוויילט - ביסטו ישראל, און דו פֿאַרמאָגסט אַ מעלה און שׂררה. און אַזוי איז מדויק אינעם פּסוק: "למען עבדי" - יעקב; "בחירי" - ישראל.
דער מלבי"ם לייגט צו אַ כּלל: ניסים וואָס דער הקדוש ברוך הוא מאַכט פֿאַר זײַן אייגענעם באַדאַרף (לצרכו) זאָגט ער נישט פֿאָראויס אין אַ נבֿואה, אָבער ניסים וואָס זענען צום באַדאַרף פֿון כּלל ישראל - אויף זיי איז פֿאַראַן אַ נבֿואה איידער זיי קומען, און דער הקדוש ברוך הוא לאָזט וויסן אַז אַזוי וועט זײַן. און דאָס איז דער פּשט: וויבאַלד איך האָב דאָס געטאָן למען עבֿדי יעקבֿ, דעריבער "ואקרא לך בשמך" און אויך "אכנך" - איך וועל דיך באַטיטלען מיט אַ נאָמען פֿון כּבֿוד און גרויסקייט. און פֿאַרוואָס האָסטו זוֹכה געווען צו דעם אַלעס? ווײַל דאָ איז פֿאַראַן אַ נס פֿאַר כּלל ישראל, און מען דאַרף עס פֿאָראויס מודיע זײַן. "ולא ידעתני" - ווען דו ביסט נאָך גאָר נישט געווען געבוירן, האָבן מײַנע נבֿיאים שוין גערעדט וועגן דיר.
רש"י טײַטשט "ולא ידעתני" נישט סתּם ווי אַ באַשרײַבונג, נאָר ווי אַ קלאָגע און אַ טענה: איך האָב דיר געגעבן אַ גרויסן נאָמען און דיך באַטיטלט - און וואָס איז געווען צום סוף? דו האָסט מיך נישט געקענט, דו האָסט נישט געטאָן מײַן רצון און נישט מקיים געווען די ערוואַרטונגען. איך האָב געזאָגט "הוא יבנה עירי", און ווען ער איז אויפֿגעשטאַנען און געוואָרן קעניג, האָט ער געזאָגט "מי בכם מכל עמו", און האָט אַראָפּגעוואָרפֿן די גאַנצע טרחה פֿון זײַן האַלדז. דו האָסט געדאַרפֿט גיין אין זייער שפּיץ און מלחמה האַלטן פֿאַר זיי; דער גאַנצער גרויסער נאָמען און אַלע הבֿטחות זענען געגעבן געוואָרן כּדי דו זאָלסט עס טאָן.
דער רד"ק דערקלערט "ואקרא לך בשמך אכנך": עטלעכע יאָר פֿאַר גלות ישראל האָט דער נבֿיא נבֿואה געזאָגט וועגן דעם חורבן פֿון בבֿל, און אַ מאָל ווערט כּורש דערמאָנט בײַ זײַן בפירושן נאָמען, און אַ מאָל ווערט ער דערמאָנט בלויז ווי אַ קעניג וואָס וועט אויפֿשטיין אָן צו דערמאָנען זײַן נאָמען - און דאָס איז "אכנך", בלויז אַ כּינוי. אין ביידע פֿאַלן גלײַך "ולא ידעתני", אַז דו האָסט מיך נאָך נישט געקענט, דאָס הייסט, דו ביסט נישט געגאַנגען מקיים זײַן וואָס איך האָב באַפֿוילן.
"אני ה' ואין עוד" - קעגן דער אמונה פֿון שניות
אֲנִי יְהֹוָה וְאֵין עוֹד זוּלָתִי אֵין אֱלֹהִים אֲאַזֶּרְךָ וְלֹא יְדַעְתָּנִי׃ - איך בין ה', און ס'איז מער נישטאָ, אויסער מיר איז נישטאָ קיין גאָט, איך וועל דיך אָנגורטן מיט שטאַרקייט כאָטש דו האָסט מיך נישט געקענט.
לכאורה קומט דער דאָזיקער פּסוק אַרײַן נישט אין פּלאַץ. ביז אַהער האָבן מיר גערעדט פֿון די אָנווײַזונגען צו כּורש, וועגן די נצחונות און די ערוואַרטונגען פֿון אים - און פֿאַרוואָס פּלוצעם "אני ה' ואין עוד זולתי"? דער רד"ק ערקלערט: וויבאַלד ער האָט אים געזאָגט "אאזרך", דאָס הייסט, איך וועל אָנגורטן דײַנע לענדן מיט כּוח, און נאָך איידער דו האָסט מיך געקענט האָב איך שוין גערעדט דורך מײַנע נבֿיאים אַז איך וועל דיר געבן כּוח איבער אַלע קעניגרײַכן פֿון דער ערד - איז דאָך מוכח אַז איך בין דער בעל הכּוח און עס איז נישטאָ קיין אַנדער כּוח אויסער מיר, און אויב אַזוי, ווער קען שטיין קעגן דיר.
אָבער דער מלבי"ם באַלײַכט דאָ מיט אַ וואונדערלעכן ביאור, און ער שטעלט פֿאָראויס אַן הקדמה: ביים פּערסישן פֿאָלק האָט זיך אין יענער צײַט פֿאַרשפּרייט די אמונה פֿון שניות. די דאָזיקע אמונה, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט בײַ פֿיל פֿעלקער, האַלט אַז עס איז נישט מעגלעך אַז פֿון איין כּוח זאָל אַרויסקומען סײַ גוטס און סײַ שלעכטס; ווער עס איז גוט קען נישט טאָן קיין שלעכטס, און ווער עס איז שלעכט קען נישט טאָן קיין גוטס. דערפֿאַר, לויט זיי, זענען פֿאַראַן צוויי אָנהייבן צום באַשאַף: אַ גוטער כּוח און אַ שלעכטער כּוח. דער גוטער כּוח ברענגט טובֿה, שׂמחה, פּרנסה, זיווגים און קינדער; און דער שלעכטער כּוח ברענגט מיתה, צער, יסורים און מלחמות. די צוויי כּוחות קעמפֿן תּמיד צווישן זיך, און ווען דער שלעכטער כּוח איז גובֿר פֿאַרמערט זיך דאָס שלעכטס אויף דער וועלט, און ווען דער גוטער איז גובֿר פֿאַרמערט זיך דאָס גוטס, און לעתיד לבֿוא וועט די וועלט פֿאַרראָכטן ווערן ווען די האַנט פֿונעם גוטן כּוח וועט זײַן אויבן אָן. לויט זייער שיטה איז דאָס ליכט באַשאַפֿן געוואָרן דורכן גוטן כּוח און די פֿינצטערניש דורכן שלעכטן כּוח, און זיי קעמפֿן ביז דאָס ליכט וועט מנצח זײַן די פֿינצטערניש.
לויט דעם איז חושך נישט בלויז אַן העדר (אַ פֿעלן פֿון ליכט), נאָר אַ ממשות'דיקע מציאות. מען קען דאָ באַמערקן בקיצור: עס איז פֿאַראַן אַ גרויסע מחלוקת צווישן די מפרשי ישראל, און צווישן זיי דער הגאון מווילנא, צי חושך איז אַ באַשאַפֿונג פֿאַר זיך אַליין צי עס איז בלויז אַן העדר פֿון ליכט, און מיר וועלן נישט אַרײַנגיין דערין. לכאורה קומט אונדזער פּסוק מכריע זײַן אין דעם:
יוֹצֵר אוֹר וּבוֹרֵא חֹשֶׁךְ עֹשֶׂה שָׁלוֹם וּבוֹרֵא רָע אֲנִי יְהֹוָה עֹשֶׂה כׇל־אֵלֶּה׃ - דער וואָס פֿאָרעמט אויס ליכט און באַשאַפֿט פֿינצטערניש, מאַכט שלום און באַשאַפֿט שלעכטס, איך בין ה' וואָס טוט דאָס אַלעס.
פונעם לשון "בורא חושך" איז משמע אז די פינצטערניש איז א באזונדערע בריאה, און טייל זאגן אז עס איז נישט מער ווי אן העדר פון ליכטיגקייט. הגם ס'איז זיכער שייך א בריאה פון חושך, אזוי ווי מיר האבן געזען ביי מכת חושך, אבער אונדזער געוויינלעכער חושך איז נישט קיין יצירה, נאר ווען עס איז נישטא קיין ליכט איז ממילא דא חושך. און לויט דעם גאנג וועלן מיר גיין.
דער מלבי"ם זאגט אז יענע כופרים האבן געהאלטן מיט א זיכערקייט אז חושך איז א באזונדערע יצירה, א געשעפעניש פונעם שלעכטן גאט וואס איז פאראנטווארטלעך אויף טויט און אויף שלעכטס. לויט זייער שיטה איז חושך נישט קיין העדר נאר א קניין און א מציאות, און ביידע קניינים זענען זיך מתנגד איינער דעם צווייטן אזוי ווי קעלט און היץ, און ס'איז זיי געווען שווער מקבל צו זיין אז אלעס קומט פון איין כוח. פאר אונדז היינט איז לייכטער צו פארשטיין: דער עירקאנדישן קילט און דער אויוון הייצט, און א מענטש וואונדערט זיך ווי קען דאס זיין - ענטפערט מען אים אז אלעס קומט פון דער זעלבער חברת חשמל. איין כוח קען משפיע זיין צוויי פארקערטע השפעות. אזוי אויך איז דער הקדוש ברוך הוא אל אחד, און פון אים גייט ארויס די ספירת החסד און פון אים די ספירת הגבורה, און עס איז נישטא קיין סתירה, ווייל אלעס קומט פון איין שורש יתברך.
און מיר, די מאמינים - זאגט דער מלבי"ם - זאגן פאר די דאזיקע סכלים: דאס שלעכטע און דאס גוטע, דאס ליכט און דער חושך, דאס לעבן און דער טויט - זענען נישט קיין קעגנזייטיקע קניינים, ווארום דער חושך, דער טויט און דאס שלעכטע זענען נישט מער ווי א שלילה פון ליכט, לעבן און גוטס, און זיי זענען נישט קיין צוגעלייגטע זאכן אינעם גוף אליין. משל למה הדבר דומה: דער עשיר - וואס האט ער געקויפט? גאלד און זילבער, האט ער דאך א קניין. און דער עני - וואס האט ער געקויפט? גארנישט. ס'איז נישטא קיין "קניין פון עניות"; ער האט נישט קיין געלט, איז ער ממילא אן עני. עניות איז נישט קיין קניין נאר אן העדר.
דעריבער, אלץ וואס דער הקדוש ברוך הוא האט באשאפן אין דער מציאות איז באשאפן געווארן מיט קניינים פון גוטס, און אלץ וואס ער האט געשאפן זענען השפעות פון גוטס. נאר ס'איז געווען א הכרח אז דאס גוטע זאל זיין באגרענעצט, ווייל אויב דאס גוטע וואלט געווען אן א גבול - ביסטו דאך שוין אין גן עדן, און וואספארא פלאץ איז דא פאר עבודה און הארעוואניע? דער גאנצער עניין פונעם מענטש אויף דער וועלט איז זוכה צו זיין צו חיי העולם הבא אן נהמא דכיסופא, און די זכיה קומט דורך מאמץ. אין עולם האמת איז דאס גוטע נישט באגרענעצט, אבער דא אויב עס וועט נישט זיין קיין טויט, קיין שלעכטס, קיין היזק און קיין יסורים - ביסטו דאך שוין אין גן עדן. דערפאר איז דאס גוטע באגרענעצט: דער הקדוש ברוך הוא האט געגעבן לעבן מיט א גבול, און ווען דער גבול ענדיקט זיך איז דא מיתה. האט דען דער הקדוש ברוך הוא באשאפן טויט? ער האט באשאפן לעבן אויף א באשטימטער צייט, און ווען די צייט לויפט אויס - איז ממילא דא אן העדר. און דער העדר איז נישט קיין נייער קניין און נישט קיין נייע מציאות, נאר ווען ס'איז נישטא קיין קיום איז ממילא דא אן העדר.
און אזוי איז אין אלע עניינים: ס'איז נישטא קיין מציאות פארן רע און עס האט נישט קיין קיום, נאר דאס שלעכטע איז אן הפסק פונעם גוטן. א דוגמא: א געזונטער מענטש - דער גוף פונקציאנירט אויף הונדערט פראצענט, יעדער אבר גיט איבער צום צווייטן, די געשמירטע מאשין ארבעט ווי געהעריג. פאסירט דאס דען פון זיך אליין? זיכער האט דאס עמיצער אנגעשטעלט און באשאפן א מציאות אז די זאך זאל קלאפן. און אויב ער נעמט אוועק די האנט דערפון, און די מאשין הייבט אן צו קריצן - האט ער דען באשאפן א מציאות פון קריצן? ניין, נאר ער האט אויפגעהערט צו פארהאלטן און אויפהאלטן. אזוי אויך איז קראנקייט אן העדר. ס'איז נישט באשאפן געווארן קיין חולי אויף דער וועלט, נאר ס'איז באשאפן געווארן דאס גוטע; ווען די השפעה הערט אויף, ווערט א מצב פון רע, אבער ס'איז נישט באשאפן געווארן קיין שלעכטס. יעדער נזק און יעדער רע וואס דו זעסט איז נישט קיין יצירה, נאר דער ביטערער טויט און העדר וואס איז נאכגעפאלגט אין די שפורן פונעם גוטן. ס'ענדיקט זיך דאס גוטע - גייט ממילא אין זיינע טריט דאס שלעכטע. און אזוי אויך מיט ליכטיגקייט: ה' האט באשאפן אור, און ווען ער נעמט עס אוועק איז ממילא דא חושך, און נישט אז ער האט באשאפן א מציאות פון חושך.
שם הוי"ה ושם אלוקים
און דא איז דא א וואונדערבארע זאך. מיר לייגן צו צום אויבערשטן צוויי הויפט נעמען: הוי"ה און אלוקים. ער האט שבעה שמות שאינם נמחקים, און באמת איז נישטא קיין סוף צו זיינע נעמען, און די גאנצע תורה כולה איז שמותיו של הקדוש ברוך הוא, אבער די עיקר זענען צוויי, און זיי זענען די מערסט פארשפרייטע איבערן גאנצן תנ"ך און אין דברי חז"ל. שם הוי"ה ווערט אנגערופן אין די ספרים שם העצם. און באמת האבן מיר אמאל מסביר געווען אז דאס איז נישט זיין נאמען ממש, ווייל מצד עצמותו יתברך, וואס איז העכער די ספירות און העכער יענעם דונעם קו וואס מיט אים האט ער משפיע געווען זיין ליכט, האט ער בכלל נישט קיין נאמען און ס'איז נישטא אין אים קיין שום תפיסה ומחשבה, ווייל א נאמען איז דאך א צמצום, און דער הקדוש ברוך הוא פארמאגט נישט קיין שום צמצום. דאס גאנצע רעדן מיט נעמען איז ערשט נאכדעם וואס דער הקדוש ברוך הוא האט משפיע געווען ספירות אויף דער וועלט, און זייער השפעה גייט דורך שם הוי"ה. און שם הוי"ה איז לשון מהווה - דער הקדוש ברוך הוא איז מהווה די גאנצע הוויה און די גאנצע מציאות. און דער דאזיקער שם איז מצד די חסדים: "ה' ה' אל רחום וחנון", י"ג מידות הרחמים - שם הוי"ה איז א שם של רחמים.
לעומת זה, דער שם וואס דריקט אויס דינים איז אלוקים. און וואס איז דין? דין איז א הייליגע ספירה, און גבורה איז פון די הייליגע ספירות, און איר עניין איז צמצום: צו געבן נאר לויט א מאס, נאר וויפיל ס'קומט זיך. און חסד איז אן השפעה אן א גבול - דאס איז שם הוי"ה, שפע און רחמים בלי גבול; און עס קומט דער דין און שטעלט א צמצום: קומט זיך עס דען? איז עס ראוי על פי דין? און אויב נישט - נישט. אויב אזוי, אלץ וואס ווערט נתהווה אויף דער וועלט איז שפע: דאס ליכט, דאס לעבן, די פרנסה, די ברכה - אלעס ווערט נתהווה פון הוי"ה ברוך הוא. און פון וואו קומען די דינים? פון שם אלוקים, וואס איז צמצום. קומט אויס אז דער דין איז נישט קיין יצירה פון רע, נאר א צמצום פונעם גוטן: עס איז געקומען די צייט און דאס לעבן האט זיך אפגעשטעלט, דאס איז דער דין און דאס איז דער הפסק, און וויבאלד דאס גוטע האט זיך געענדיקט איז ממילא דא רע - אבער דאס שלעכטע איז נישט קיין יצירה. אויך שם אלוקים דריקט חלילה נישט אויס קיין רע, נאר א צמצום און אן הפסקה פונעם גוטן שפע, און פון יענעם צמצום קומט די מציאות פונעם העדר: מוות, חולי, עניות און אלע יענע קללות וואס קענען חלילה קומען אויפן מענטש.
און גיב אכט אז דער שם אלוקים ווערט געזאגט בלשון רבים. פארוואס? ווייל פאר דעם וואס קוקט אריין זעט אויס אז ס'איז פאראן פיל כוחות אין דער בריאה, א כוח פון מוות און א כוח פון נזק. דעריבער זאגט מען "האלוקים" - ער איז תקיף ובעל היכולת ובעל הכוחות כולם. דאס איז פונקטליך וואס דער שם אלוקים קומט ארויסברענגען: זאלסט נישט מיינען אז ס'איז פאראן א באזונדערער כוח פון רע אדער פון מוות, נאר אלעס איז פון אים יתברך, אלעס קומט פונעם אינסוף ברוך הוא. דער שם דריקט אויס כוח, גבורה, דין, צמצום און אן הפסקת שפע, און צוזאמען דערמיט דריקט עס אויס אז אלע כוחות וואס זעען אויס ווי פילע כוחות - זענען איינס, און ווען דער הקדוש ברוך הוא שטעלט אפ דעם שפע ווערט אן העדר, און דאס איז נישט קיין כוח בפני עצמו.
די תפיסה פון שניות איז געווען אנגענומען אין מלכות פרס, און דעריבער, זאגט דער מלבי"ם, וויבאלד דער נביא נבוא'ט יעצט אויף בבל און אויפן גלות און אויף דער גאולה וואס וועט קומען דורך כורש מלך פרס, האלט ער זיך נישט צוריק פון מתווכח זיין קעגן זייערע נארישע אמונות הבל. כאילו דער הקדוש ברוך הוא זאגט: מייר נישט אז אויב איך גיב דיר א תפקיד און באשטימט דיר צו אייננעמען מלכויות, וועל איך דיר נישט אנמערקן אויף וואס ס'פעלט אויס און איך וועל נישט פאררעכטן דיינע פגומ'דיגע אמונות. דאס איז די געלעגנהייט, בשעת דער מינוי אליין, אפצואווארפן די דאזיקע אמונת הבל. און דאס איז דער באדייט פונעם פסוק: "אני ה'" - איך בין דער וואס ברענגט ארויס און איז מהווה אלע נמצאים; "ואין עוד" - עס איז נישטא נאך א כוח, און נישט ווי איר האט געמיינט אז ס'איז פאראן א כוח פון רע. און אויב ס'איז נישטא קיין כוח פון רע, פון וואו קומט דאס שלעכטע אויף דער וועלט? "אין אלוהים" עמדי - דער צמצום און די גבורה קומען אויך פון זיין כוח, און ס'איז נישטא נאך א כוח חוץ מה'; דאס שלעכטע און דער טויט זענען נישט מער ווי א צמצום פונעם חסד, און אין דער מינוט וואס דער חסד ווערט מצומצם איז נישטא קיין גוטס און ממילא ווערט א מציאות פון רע. "זולתי" - איך בין איינציג בתכלית האחדות, און כאטש דו זעסט אז ס'קומט ארויס גוטס און ס'קומט ארויס רע, זאלסטו וויסן אז אלעס קומט פון איין שורש און פון איין התחלה. און דאס וואס איך טו דיר "אאזרך" און גיב דיר תוקף הגם "לא ידעתני" און דו האסט ביז איצט נישט אנערקענט אין מיין אמונה - איז אלעס מיטן ציל אז זיין נאמען זאל נתפרסם ווערן אויף דער וועלט, אז אלע זאלן וויסן אז דער הקדוש ברוך הוא איז א מציאות אחדותית, און נישט ווי יענע אמונת הבל פון די פרסים.
"למען ידעו ממזרח שמש"
לְמַעַן יֵדְעוּ מִמִּזְרַח שֶׁמֶשׁ וּמִמַּעֲרָבָה כִּי אֶפֶס בִּלְעָדָי אֲנִי יְהֹוָה וְאֵין עוֹד׃ - כדי מ'זאל וויסן פון מזרח-זייט פון דער זון און פון איר מערב-זייט אז עס איז גארנישט פאראן אויסער מיר, איך בין ה' און עס איז מער קיינער נישט דא.
פון וואו די זון גייט אויף ביז וואו זי גייט אונטער, לענגאויס דעם גאנצן ישוב, וועלן אלע באי עולם וויסן "כי אפס בלעדי" - עס איז גארנישט דא אויסער דעם אויבערשטן, און ער איז דער שורש פון אלעס וואס געפינט זיך אין דער מציאות, און דאס שלעכטס קומט נישט ארויס פון אים אזוי ווי עס איז מבואר געווארן. "אני ה' ואין עוד" - עס איז נאר דא דער כח פונעם גוטן, די עצם הויה, און עס איז נישט פאראן קיין כח הרע מצד עצמו, נאר דאס רע איז בלויז א מציאות פון העדר הטוב, און נישט קיין זעלבסטשטענדיגער כח.
צום סך-הכל:
דער קאפיטל הייבט זיך אן מיט דער באשטימונג פון כורש: "משיחו" איז א לשון פון מינוי און גדולה, און לויט דער גמרא אין מגילה - איז דאס א תביעה פונעם הקדוש ברוך הוא אויף כורש פארן נישט ערפילן די ערווארטונגען, ווייל ער האט געדארפט אייננעמען, מקבץ זיין די גלויות און בויען דעם בית המקדש, אבער למעשה האט ער בלויז געעפנט די טויערן און געזאגט "מי בכם מכל עמו ויעל". דער הקדוש ברוך הוא האט אויסגעפלאסטערט פאר אים דעם גאנצן וועג: אונטערווארפן פעלקער, מותני מלכים זענען געעפנט, אפענע טירן און טויערן, גלייכע וועגן, קופערנע טירן און אייזערנע ריגלען ווערן צובראכן אויף א ניסימ'דיגן אופן, און אפילו באהאלטענע אוצרות און פארבארגענע מטמונים אלס זיין באלוינונג. און דאס אלעס "למען עבדי יעקב וישראל בחירי" - ווייל כלל ישראל איז דער תכלית און כורש איז נאר דער כלי. און אינמיטן דעם אלעם לערנט דער נביא דעם יסוד האמונה קעגן דער אמונת השניות פון די פרסים: עס זענען נישטא קיין צוויי כוחות, עס איז נישטא קיין זעלבסטשטענדיגע מציאות צום רע, צו דער פינסטערניש און צום טויט, נאר אלעס איז בלויז א צמצום און אן העדר פונעם גוטן, און אלעס קומט פון איין איינציגן שורש - "אני ה' ואין עוד".