הקדמה: משא מצרים
קאפיטל יט אין ישעיהו איז א נבואה וואס דער נביא נבוא'ט קעגן מצרים - "משא מצרים". דער נביא שילדערט דערין דעם פאל פון די אלילי מצרים, דעם אינערליכן קאנפליקט וואס וועט איר אויפעסן פון אינעווייניג, דאס אויסטריקענען פונעם נילוס און דעם פארלוסט פון די פינף קוואלן פון פרנסה פונעם לאנד, און צום סוף ווענדט ער זיך צו די חכמי פרעה און זיינע יועצים פארן נישט פאראויסזען די גזירה. מיר וועלן דורכגיין די פסוקים לויטן סדר, לויטן פירוש פונעם מלבי"ם.
פסוק א: הנה ה' רוכב על עב קל
מַשָּׂא מִצְרָיִם הִנֵּה יְהֹוָה רֹכֵב עַל־עָב קַל וּבָא מִצְרַיִם וְנָעוּ אֱלִילֵי מִצְרַיִם מִפָּנָיו וּלְבַב מִצְרַיִם יִמַּס בְּקִרְבּוֹ׃ - די נבואה אויף מצרים: אט רייט דער אייבערשטער אויף א שנעלן וואלקן און קומט קיין מצרים, און די געטצן פון מצרים וועלן ציטערן פאר אים, און דאס הארץ פון מצרים וועט צעגיין אין איר אינווייניג.
רש"י פרעגט פארוואס דווקא ביי מצרים זעען מיר א קלארן סטראשע קעגן די עבודה זרה'ס, וואס מען זעט נישט מיט אזא לשון ביי די אנדערע פעלקער. און זיין ענטפער איז: ווייל זיי זענען געוואוינט צו כאפן קלעפ מיט דער מדה. דאס איז דער שמיץ וואס זיי האבן שוין געשפירט דעם טעם דערפון, ווי עס שטייט "וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם... וּבְכָל אֱלֹהֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים". און דער שטייגער פון דער וועלט איז, זאגט רש"י, אז מען שרעקט א מענטש מיט א מכה וואס ער האט שוין געהאט. מיט וואס שרעקט מען א מענטש? מען דערמאנט אים: געדענקסט וואס דו האסט געהאט? היט זיך אז עס זאל זיך נישט איבערחזרן. אזוי אויך דא: איר מצרים האט שוין געזען אז מען האט געטון שפטים אין אלע געטצער פון מצרים, זאלט איר וויסן אז די זאך גייט זיך נאכאמאל איבערחזרן.
דער מלבי"ם ערקלערט אז דער נביא שילדערט ווי כאילו ער זעט דעם אייבערשטן רייטן אויף אן "עב קל": א וואלקן וואס קומט לייכט און שנעל, און אזוי כביכול וועט דער אייבערשטער קומען לייכט און געשווינד. "וְנָעוּ אֱלִילֵי מִצְרַיִם מִפָּנָיו" - נעו איז מלשון ציטערניש, ווי "וַיַּרְא הָעָם וַיָּנֻעוּ וַיַּעַמְדוּ מֵרָחֹק", פון גרויס שרעק.
און פארוואס איז די זאך פארבינדן דווקא מיט די אלילים פון מצרים? ערקלערט דער מלבי"ם: די מצרים אין די פריערדיגע תקופות האבן געדינט דעם נילוס און געגלייבט אז ער איז א גאט, צווישן זייערע אנדערע געטצער - דאס לאם, דאס שעפּס און אנדערע בהמות, און אויך פרעה אליין איז ביי זיי פאררעכנט געווארן פאר אן עבודה זרה. דעם נילוס האבן זיי פארגעטערט ווייל זיי האבן געגלייבט אז ער איז דער מקור החיים: פון אים קומט דאס טרינקען, פון אים קומט די באוואסערונג, פון אים קומט אלעס, און ממילא האבן זיי אים צוגעשריבן כוחות פון א ג-ט, דאס הייסט א העכערער כח וואס באגיסט און גיט שפע. נאך האבן זיי געגלייבט אין זייערע נארישקייטן אז די געטצער האלטן אפ דעם רעגן פון פאלן אין זייער לאנד. ווייל רעגן אין מצרים איז א שווערע זאך פאר זיי, ווי דער לשון פונעם מלבי"ם, ווייל זייערע הייזער זענען געמאכט פון ערד און בלאטע, און ווען עס רעגנט צעגייען זיי פשוט. אין מצרים רעגנט נישט, דעריבער בויען זיי זייערע הייזער אויף דעם אופן, און אויב איין מאל אין עטליכע יאר פאלט דארט א רעגן - איז עס לויט זיי א סימן אז דער אפגאט איז איינגעשלאפן ביי דער וואך, ווייל דער אפגאט איז דאך דער שומר וואס האלט צוריק די וואלקנס פון אראפקומען.
דערפאר זאגט דער נביא: דער אייבערשטער קומט אויף אן עב קל, דאס הייסט עס וועט קומען א וואלקן און עס וועט פאלן א רעגן, און דערמיט "ונעו אלילי מצרים מפניו" - דאס איז דער באווייז אז אייערע געטצער כאפן קלעפ. ווייל לויט אייער גלויבן, דארף א שטארקער אפגאט אפשטעלן דעם וואלקן און צוריקהאלטן דעם רעגן. און אויב דער אייבערשטער וועט פונדעסטוועגן קומען מיט א וואלקן און עס וועט רעגענען, איז א סימן אז די געטצער פון מצרים האבן געציטערט און זענען שוואך געווארן.
"וּלְבַב מִצְרַיִם יִמַּס בְּקִרְבּוֹ" - צוליב דעם וועט דער מצרי פארשטיין אז זיינע געטצער זענען אפגעשוואכט געווארן, און זיין הארץ וועט צעגיין אין אים פון גרויס שרעק, ווייל דער אויף וועמען ער האט זיך פארלאזט איז מער נישט ראוי זיך צו פארלאזן אויף אים.
פסוק ב: וסכסכתי מצרים במצרים
וְסִכְסַכְתִּי מִצְרַיִם בְּמִצְרַיִם וְנִלְחֲמוּ אִישׁ־בְּאָחִיו וְאִישׁ בְּרֵעֵהוּ עִיר בְּעִיר מַמְלָכָה בְּמַמְלָכָה׃ - און איך וועל אנרייצן מצרים קעגן מצרים, און זיי וועלן מלחמה האלטן איינער קעגן זיין ברודער און יעדער קעגן זיין חבר, שטאט קעגן שטאט, קעניגרייך קעגן קעניגרייך.
דא שילדערט דער נביא כאילו ער הערט די שטימע פונעם אייבערשטן וואס רייט אויף אן עב קל, און ער הערט וואס זיינע פלענער זענען זיך אפצורעכענען מיט מצרים. דער אייבערשטער זאגט: איך וועל ארומגיין אין מצרים און זיי אנרייצן איינער קעגן דעם צווייטן. "וסכסכתי" - ערקלערט דער מלבי"ם אז דאס איז אן ענין פון א מצור, מלשון סכך, מסך און גדר, ווי "לסוך בעדו". דאס הייסט: איך וועל באלאגערן מצרים. און ווער וועט איר באלאגערן - א כח פון אינדרויסן? ניין. דער כח וואס וועט באלאגערן מצרים וועט זיין איינער קעגן דעם צווייטן, א שווערד פון איש ברעהו.
דער מלבי"ם באמערקט אז עס איז דא דא א פונקטליכע מדרגה: איש באחיו, איש ברעהו, עיר בעיר, ממלכה בממלכה. דער כלל איז, אז ווען א ממלכה קריגט זיך מיט א צווייטער ממלכה, פאראייניגן זיך אלע שטעט אינעווייניג, און בלויז דעמאלט קען זי מנצח זיין. אויב אבער די שטעט אינעם קעניגרייך זענען צעטיילט, קען די ממלכה נישט אנזאמלען קיין כוח און מיליטער קעגן דער צווייטער ממלכה. און אזוי אויך ווען איין שטאָט שלאגט זיך מיט א צווייטער שטאָט, מוזן די שטאטסלייט איש ברעהו זיך פאראייניגן, און אויב נישט - ווי אזוי וועט די שטאָט קעמפן? און אזוי אויך ווען א משפחה קריגט זיך מיט א צווייטער משפחה, מוזן די בני המשפחה איש באחיו זיך פאראייניגן, און אויב אין דער משפחה אליין איז נישטא קיין אחדות, ווי אזוי וועט מען קעמפן קעגן אן אנדערער משפחה? דער כלל איז: יעדער גרויסער טייל וואס קעמפט מיט א צווייטן גרויסן טייל, מוז האבן אז אלע איינצלנע פרטים אינעווייניג זאלן זיין פאראייניגט.
און דאס איז וואס דער נביא זאגט: דער סכסוך וועט זיך אנהויבן פון די קלענסטע פרטים, ביז וואס די גרויסע כוחות וועלן בכלל נישט קענען קעמפן איינער קעגן צווייטן. א ממלכה וועט נישט קעמפן מיט א ממלכה ווייל אינעווייניג איז שטאָט צעקריגט מיט שטאָט, און א שטאָט וועט נישט קעמפן מיט א שטאָט ווייל אינעווייניג איז איש מסוכסך באחיו, און אפילו א משפחה וועט נישט קענען קעמפן קעגן א צווייטער משפחה ווייל אינעווייניג איז יעדער פארביטערט און צעקריגט מיט זיין חבר. דעריבער הייבט דער פסוק אן "ונלחמו איש באחיו" - אפילו צווישן די בני המשפחה וועט נישט זיין קיין אחדות. מיין נישט אז דא וועט זיין א מלחמה פון גרויסע לאגערן אין מצרים, נאר א מלחמה וואס דער שונא פון יעדן איינעם איז זיין שכן און זיין ברודער. שנאה און פירוד ביז אין די קלענסטע פרטים פון דער מצרי'שער משפחה. ווארום אויב עס איז דא אן אינערליכע אחדות, שפירט דער וואס קעמפט מיט א צווייטער שטאָט א צוזאמענהאלט אין זיין שטאָט, און דער וואס קעמפט מיט א צווייטער משפחה שפירט א צוזאמענהאלט אין זיין משפחה. אבער דא - אפילו אינעווייניג אין שטוב וועלן זיין מחלוקות. און דאס מיינט "וסכסכתי מצרים במצרים", אז עס וועט זיך אנהויבן אפילו פון איש באחיו. און ווי מיר זעען אין אונזערע צייטן, הייבט זיך די נבואה שוין אן פארווירקליכן.
פסוק ג: ונבקה רוח מצרים
וְנָבְקָה רוּחַ־מִצְרַיִם בְּקִרְבּוֹ וַעֲצָתוֹ אֲבַלֵּעַ וְדָרְשׁוּ אֶל־הָאֱלִילִים וְאֶל־הָאִטִּים וְאֶל־הָאֹבוֹת וְאֶל־הַיִּדְּעֹנִים׃ - און דער גייסט פון מצרים וועט אויסגעליידיגט ווערן אין איר אינעווייניג, און איר עצה וועל איך צעמישן און פארניכטן, און זיי וועלן פרעגן און זוכן ביי די געצנדינער, ביי די מכשפים, ביי די אובות און ביי די ידעונים.
מצרים האט פון שטענדיג אן פארמאגט א גייסט פון חכמה און א גייסט פון גבורה. זיי זענען געווען א גאר קלוגע און א גאר העלדישע אומה. די מצרי'שע חכמה אין יענע אור-אלטע צייטן איז געווען העכער יעדן באגריף: חרטומים, אשפים, מכשפים, גרויסע חכמים. ביז היינט ווייסט מען נישט פונקטליך ווי אזוי די פיראמידן זענען געבויט געווארן און ווי אזוי מען האט באלזאמירט די מתים. מצרים איז געווען פון די פריסטע אומות וואס האבן געהאט א שריפט, און אין די פיראמידן ווערט באשריבן א מסודר'דיגע מלוכה און פונקטליכע באריכטן פון אלעס וואס טוט זיך מיטן קעניג. מצרים איז געווען באקאנט אלס א קלוגע גרויסמאכט.
"וְנָבְקָה רוּחַ מִצְרַיִם בְּקִרְבּוֹ" - נבקה איז א לשון פון אויסליידיגן, אזוי ווי "הִבּוֹק תִּבּוֹק הָאָרֶץ". דער זעלבער רוח חכמה און רוח גבורה וועט זיך אויסליידיגן פון זיי און זיי פארלאזן. "וַעֲצָתוֹ אֲבַלֵּעַ" - סיי אין מלחמה ענינים און סיי אין דער הנהגה פון דער מדינה האבן זיי געהאט א געוואלדיגע עצה, אלעס איז געווען אויסגעפלאנט מיט אן אויסנאמליכן סדר. זאגט דער אויבערשטער: אלע פלענער און סטראטעגיעס וועל איך צעמישן, איינשלינגען און פארדארבן פון זיי.
"וְדָרְשׁוּ אֶל־הָאֱלִילִים וְאֶל־הָאִטִּים" - ווען א מענטש האט נישט קיין עצה, קיין חכמה און קיין תבונה, פרעגט ער מאין יבוא עזרי, און באמת וועלן זיי גיין זוכן פונעם גארנישט: די אלילים, דער אפס, דער תוהו. ווארום אין זיי אליין איז שוין גארנישט דא, און וואס וועלן זיי זוכן? "האטים" זענען אויך א מין עבודה זרה. "האובות" זענען די וואס ברענגען ארויף נשמות דורך אוב, און "הידעונים" זענען די וואס באנוצן זיך מיטן ביין פון דער חיה ידוע, וואס מען פלעגט לייגן אונטערן ארעם און דורך דעם וויסן פארבארגענע זאכן. קומט אויס אז זיי וועלן נישט האבן קיין חכמה, עצה און תבונה, נישט פון זיך אליין און נישט פון קיין שום דרויסנדיגן כוח פון די אלילים, די אטים און די אובות.
פסוק ד: ביד אדונים קשה
וְסִכַּרְתִּי אֶת־מִצְרַיִם בְּיַד אֲדֹנִים קָשֶׁה וּמֶלֶךְ עַז יִמְשָׁל־בָּם נְאֻם הָאָדוֹן יְהֹוָה צְבָאוֹת׃ - און איך וועל איבערגעבן מצרים אין דער האנט פון שווערע הערשער, און א שטארקער קעניג וועט געוועלטיגן איבער זיי, זאגט דער האר, ה' צבאות.
ביז אהער איז דאס וואס ישעיהו הערט כביכול פונעם אויבערשטן וואס רייט אויף א לייכטער וואלקן און קומט קיין מצרים: "וסכסכתי מצרים", "ונבקה רוח מצרים", "וסכרתי את מצרים" - נאום האדון ה' צבאות. און דאס וועט זיין זייער סוף: איך וועל זיי איבערגעבן אין דער האנט פון שווערע און גרויזאמע הערשער.
און דער מלבי"ם פרעגט: פארוואס שטייט "אדונים" [אין לשון רבים] און נישט "אדון"? נאר אויב עס געוועלטיגט איבער זיי איין איינציגער אכזר'ישער הערשער, קען ער זיך נישט מתאכזר זיין צו יעדן באזונדערן מענטש בפרטיות. ער קען שלעכטס טאן בכלליות, אבער ער איז באגרענעצט - מצרים באשטייט פון מיליאנען מענטשן. אבער דא וועלן זיין "אדונים קשה", די מושלים וועלן זיין פיל און שווער, און דעמאלט איז פאראן אויף יעדער שטאָט א מושל און אויף יעדן דארף א מושל, און ווען דער מושל פונעם דארף איז שווער און הארט, קען ער פערזענליך יעדן מענטש און ער נעמט יעדן איינעם ארויס די נשמה. דעריבער איז "ביד אדונים קשה" פיל שווערער און הארבער ווי "אדון קשה".
"וּמֶלֶךְ עַז יִמְשָׁל־בָּם" - און אויב דו וועסט זאגן: דאס איז דאך בלויז א לאקאלער הערשער, וועל איך אראפווארפן זיין יאך פון מיר. דערפאר שטייט אז עס וועט זיין א מלך עז און תקיף וואס וועט געוועלטיגן איבער די דאזיגע אדונים און וועט שטארקן זייער האנט צו פירן א שווערע הערשאפט. קומט אויס אז עס זענען דא שווערע הערשער וואס קיינער קען נישט אנטלויפן פון זיי, און העכער זיי אן אויטאריטעט פון א מעכטיגן קעניג וואס זארגט אז די שווערע הערשער זאלן טאן זייער ארבעט ווי געהעריג.
דער מלבי"ם ערקלערט דעם לשון "וסכרתי", וואס שטייט מיט א כ"ף, מלשון סכר (פארדאמען), ווי "וַיִּסָּכְרוּ מַעְיְנֹת תְּהוֹם", וואס זיין טייטש איז צו פארשליסן א זאך זי זאל נישט ממשיך זיין. און אמאל קומט עס מיט א שי"ן און אמאל מיט א סמ"ך, און מיר וועלן דאס נאכאמאל זען שפעטער אינעם קאפיטל. און סכר איז נאנט צו סגר, ווייל די אותיות כ"ף און גימ"ל בייטן זיך אויס, און בעצם איז עס דער זעלבער געדאנק: צו פארמאכן א זאך אדער פארדאמען א זאך. דער וואס פארדאמט א טייך שטעלט דארט א דאמבע (סכר) און פארשליסט זיינע וואסערן זיי זאלן נישט ארויסרינען. און אזוי אויך "וסכרתי את מצרים ביד אדונים קשה" - איך וועל זיי איבערגעבן און אויסליפערן אין דער האנט פון שווערע אדונים.
נאך ערקלערט דער מלבי"ם דעם חילוק צווישן "קשה" און "עז": "עז" באלאנגט צו עיזוז, כח, מוט, גבורה, שטארקייט און תוקף. ווידער "קשה" איז פארבינדן מיט שווערקייט, ווי עבודה קשה, און א הארט און גרויזאם הארץ. דעריבער וועלן די הארן זיין קשים - אכזריות'דיג, זיי וועלן געבן שווערע ארבעט און פארשווערן דעם יאך, און דער קעניג וועט זיין עז - תקיף, א בעל כח, מיט מוט און גבורה, וואס האלט אונטער זיך די דאזיגע שווערע הארן. און דאס ווייזט אויף א גאר גרויסער אכזריות אין זייער פיררונג קעגן זייער אייגן פאלק. און דאס אויך זעט מען אין דער לעצטער תקופה, וויאזוי די דארטיגע רעגירונג הרג'עט אירע אייגענע מענטשן און קעמפט מיט מענטשן אין דער רעגירונג אליין, און זיי זענען נאך בלויז ביים אנהייב פון דער מעשה, ווייל זייער געשיכטע איז נאך ווייט פון פארענדיגט, און די דברי נבואה דא שטייען נאך פאר אונז.
פסוק ה: ונשתו מים מהים
וְנִשְּׁתוּ־מַיִם מֵהַיָּם וְנָהָר יֶחֱרַב וְיָבֵשׁ׃ - און עס וועלן אוועקגענומען ווערן וואסערן פונעם ים, און דער טייך וועט חרוב ווערן און אויסגעטריקנט ווערן.
פון דא און ווייטער באשרייבט דער נביא וויאזוי דורך דעם וואס זיי וועלן פארלירן זייער ממשלה און ווערן א מס עובד אונטער אן אנדער ממשלה, וועלן זיי אויך פארלירן זייער פרנסה און חיונה. און ער רעכנט אויס פינף זאכן. דאס ערשטע: דער מקור פונעם שפע פון ארץ מצרים - דער נילוס. דער נילוס פלעגט ארויפגיין און באוואסערן זייער ערד, און זיי האבן געהאט גאר קלוגע און אויסגעארבעטע סיסטעמען פון יאורים און קאנאלן (אמות מים), וויאזוי צענטיילן דאס וואסער פונעם וואקסנדיגן נילוס און עס פירן ביז טיף אין די פעלדער אריין און צו גרויסע ווייטנס. און יעצט - "נהר יחרב ויבש".
"ונשתו" איז מלשון נשייה און אוועקציען (העתקה), אזוי ווי גיד הנשה - די אדער וואס האט זיך ארויסגעריקט און אוועקגעצויגן פון איר פלאץ. "ונשתו מים מהים" - די וואסערן וועלן אוועקגעריקט ווערן פון זייער פלאץ פונעם ים. אין די פריערדיגע תקופות האט מען געגלייבט אז די וואסערן אינעם נילוס און אין אלע טייכן קוואלן ארויס פון די וואסערן פונעם ים אונטער דער ערד. הגם עס איז אביסל שווער דאס צו פארשטיין, ווייל די ים-וואסערן זענען דאך זאלציג, סיידן מען זאגט אז זיי ווערן געזייכט און געפילטערט דורך דער ערד, אבער עכ"פ אזוי האט מען געגלייבט, אז אלע טייכן נעמען פון די וואסערן פונעם ים. און דעריבער, אזוי שנעל ווי "נשתו מים מהים", דאס הייסט עס וועלן פעלן און אוועקגעריקט ווערן וואסערן פונעם ים, ממילא "ונהר יחרב ויבש" - אויך פונעם נילוס טייך וואס באוואסערט זייער ערד וועלן פעלן די וואסערן.
דא מאכט דער מלבי"ם אן אונטערשייד צווישן א נהר, א נחל און א יאור. א נהר איז ענגער פונעם ים, און ער ציט און פליסט מיט כח און שוועמט מיט פיל וואסער. א נחל איז נישט ענג נאר פארשפרייט זיך מער, און איז נישט טיף און נישט שטורמיש ווי א נהר, נאר "כְּמֵי הַנַּחַל הַהֹלְכִים לְאַט", זיי פליסן מיט רואיגקייט. א יאור איז בדרך כלל א באסיין (בריכה) וואס ווערט אנגעפילט פון רעגן-וואסער, און עס ווערט אנגערופן יאור ווייל דער רעגן ווערט אנגערופן "אור", אזוי ווי "עַל כַּפַּיִם כִּסָּה אוֹר", וואס מיינט רעגן. און אויב וועסטו פרעגן: אין מצרים איז דאך נישטא קיין רעגן? דער תירוץ איז: פון וואנעט קומט דער נילוס טייך? פון אפריקע, פון בעכער וואס קומען פון שנעא-שמעלצונג, און צום סוף קומט דאך אלעס פון רעגן. דערפאר פאסט צו רופן יענע וואסער-זאמלונגען יאורים, וואס דאס זענען באסיינען וואס מען פלעגט גראבן כדי אנצוזאמלען דערין די וואסערן פונעם נילוס. און דערפאר קומט דער אויסדרוק יאור אסאך פאר בנוגע דעם נילוס, ווייל דארט האט מען געמאכט פילע יאורים כדי צו באוואסערן זייערע דערנעבנדיגע פעלדער.
"יֶחֱרַב וְיָבֵשׁ" זעט אויס ווי א כפילות, און דער מלבי"ם ערקלערט: "יחרב" ווערט שטענדיג געזאגט אויף א פייכטער זאך וואס טריקנט זיך אויס און איר פייכטקייט ווערט אלץ ווייניגער און ווייניגער, דאס איז דער ערשטער שלב. און "יבש" איז דער צווייטער שלב, נאכדעם וואס עס איז שוין אנגעקומען צו א פאלקאמענער טריקעניש.
פסוק ו: והאזניחו נהרות
וְהֶאֶזְנִיחוּ נְהָרוֹת דָּלְלוּ וְחָרְבוּ יְאֹרֵי מָצוֹר קָנֶה וָסוּף קָמֵלוּ׃ - און די טייכן וועלן פארלאזט ווערן, אויסגעשעפט און פארטריקנט וועלן ווערן די יאורים פון מצרים, קנה און סוף וועלן פארוועלקן.
דער נביא גייט ווייטער אן צו באשרייבן וואס עס וועט פאסירן מיטן נילוס און מיט די איבעריגע טייכן זייערע. דער טייך און דער ים וואס זענען שוין אוועקגעריקט און פארטריקנט געווארן, פון יעצט אן וועלן זיי פארלאזן די קליינע טייכן. ווייל פונעם נילוס, וואס איז דער גרויסער טייך, פלעגן זיך פארשפרייטן טייכן און צווייגן איבער דעם גאנצן לאנד, און זיי ווערן אנגערופן נהרות ווייל זיי שוועמען און גייען ארויס פונעם נילוס.
"והאזניחו" איז פונעם פועל זנח. און דער מלבי"ם מאכט אן אונטערשייד צווישן עזב און נטש ביז זנח: עזב און נטש קען מען זאגן אויף א זאך וואס מען האט נישט געדארפט און דערפאר האט מען עס איבערגעלאזט, אבער זנח ווייזט אויף א גאנצער דערווייטערונג און עקל. ווען מען וויל זאגן אויף עמעצן אז מען האט אים פארלאזט אויף א שארפן אופן, זאגט מען אז מען האט אים פארזאנעכט (מוזנח געווען), און דאס איז א פיל הארבערער אויסדרוק ווי סתם פארלאזן. און נאך מער: דער כתוב האט גענוצט לשון הפעיל, "והאזניחו" און נישט "זנחו", צו לערנען אז מען האט געמאכט דערין א רושם אז עס וועט מער נישט טויגן צו זיין מלאכה. נישט סתם א פארלאזן, נאר א פארלאזן בכוונה תחילה, צו ווייזן אז מען דארף עס מער בכלל נישט און עס וועט צו גארנישט טויגן. אזוי ווי "הַכֵּלִים אֲשֶׁר הִזְנִיחַ הַמֶּלֶךְ אָחָז בְּמַלְכוּתוֹ", וואס שטייט אז ער האט זיי מטמא געווען און געדינט מיט זיי פאר עבודה זרה, און אזוי ווי "הִזְנִיחָם יָרָבְעָם וּבָנָיו", און ווי "וְאִם תַּעַזְבֶנּוּ יַזְנִיחֲךָ לָעַד" - ער מאכט דערין א רושם וואס ווייזט אז ער דערווייטערט עס אינגאנצן, נישט בלויז ער פארלאזט עס און גייט זיך אוועק, נאר ער מאכט א רושם אז מען נוצט עס שוין מער בכלל נישט.
"דָּלְלוּ וְחָרְבוּ יְאֹרֵי מָצוֹר" - און נישט דאס אליין, נאר אפילו די קאנאלן און גרובן וואס מענטשן גראבן אין דער ערד כדי אנצוזאמלען וואסער. און פארוואס ווערן זיי אנגערופן "יאורי מצור"? ווייל זיי זענען באשטימט געווען ארויסצוהעלפן אין דער צייט פון א באלאגערונג (מצור), ווייל בשעת א מצור מוז מען דאך האבן וואס צו טרינקען, דעריבער פלעגט מען מאכן וואסער-קאנאלן און אנזאמלען דארט וואסער, כדי אויב עס וועט קומען א באלאגערונג אדער א מלחמה, זאל מען האבן פון וואו צו טרינקען.
"דללו" באווייזט אויף א פארמינערונג פון א זאך. אן ארימאן ווערט אנגערופן "דל" - ווייל ער איז פארמינערט געווארן פון זיין עשירות. ווער ווערט אנגערופן א דל? דער וואס איז פריער געווען אן עושר און איז נאכגעלאזט געווארן און פארמינערט געווארן אין זיין פארמעגן. און אויב ער איז קראנק - אז ער איז פארמינערט געווארן פון זיין געזונט, ווי דער חבר פון אמנון האט אים געזאגט: "מַדּוּעַ אַתָּה כָּכָה דַּל בֶּן הַמֶּלֶךְ", און דעמאלט האט ער אים אנטפלעקט אז ער האט ליב תמר, און יענער האט אים געגעבן די עצה פון די לביבות. דארט באדייט "דל" אז ער איז געווען שטארק און איז אפגעשוואכט געווארן. און אזוי אויך בנוגע פארמינערונג פון כבוד: "יִדַּל כְּבוֹד יַעֲקֹב", "הִנֵּה אַלְפִּי הַדַּל בִּמְנַשֶּׁה". שטענדיג מיינט "דל" אז עס איז געווען אסאך און איז פארמינערט געווארן. אזוי אויך דא: די טייכן זענען געווען פול מיט שטראמענדע וואסערן און זענען פארמינערט געווארן ("דללו"), און ביים צווייטן שלב "חרבו", זיי זענען אינגאנצן אויסגעטריקנט געווארן, אפילו די קאנאלן וואס זיי אליין האבן געמאכט.
"קָנֶה וָסוּף קָמֵלוּ" - נישט נאר דאס וואסער איז אויסגעטריקנט געווארן, נאר אפילו די ראָר און דער שילף וואס וואקסן שטענדיג אויפן ברעג פונעם נילוס זענען פארוועלקט געווארן פון גרויס טריקעניש און עס איז גארנישט איבערגעבליבן פון זיי. און דאס איז שטענדיג דער צווייטער שלב: ערשטנס טריקנט אויס דאס וואסער, און דערנאך טריקענען אויס אויך די פלאנצן לעבן זיי. דער נביא גייט שטופענווייז כדי צו ווייזן צו וואספארא טריקעניש די זאך וועט דערגרייכן.
פסוק ז: ערות על יאור
עָרוֹת עַל־יְאוֹר עַל־פִּי יְאוֹר וְכֹל מִזְרַע יְאוֹר יִיבַשׁ נִדַּף וְאֵינֶנּוּ׃ - די פלאנצונגען נעבן טייך, אויפן ראנד פונעם טייך, און יעדע זאך וואס איז געזייט געווארן ביים טייך, וועט אויסגעטריקנט ווערן, פארבלאזן ווערן און פארשווינדן.
נאך א זאך: די מצרים האבן זיך געשפייזט פון דער תבואה וואס איז געוואקסן אין זייער לאנד. זיי האבן געהאט זייער אסאך תבואה, ווייל זיי האבן אנגעזאפט פון נילוס און זיי האבן נישט געהאט קיין מאנגל אין וואסער, ממילא איז די תבואה געוואקסן אין א גרויסער מאס, און מ'פלעגט קומען קיין מצרים קויפן תבואה, ווי עס איז געווען אין די צייטן פון יוסף, ווען אין מצרים איז געווען א שפע פון תבואה. און יעצט זאגט דער נביא אז אויך די זריעות וואס וואקסן פון זיך אליין לעבן טייך, און אפילו די וואס שטייען ביים ברעג פונעם נילוס, אלע וועלן אויסגעטריקנט ווערן.
"ערות" - ווי דער פסוק זאגט "וּמִתְעָרֶה כְּאֶזְרָח רַעֲנָן". מעורה באדייט פארבינדן, די ווארצלען ווערן פארפלאכטן אין דער ערד, און דאס פארשפרייטן זיך פון די ווארצלען און זייער אריינברענגען זיך אין דער ערד ווערט אנגערופן ערות. "ערות על יאור" - די פלאנצן וואס זענען פארבינדן ביים טייך, און נישט בלויז די וואס זויגן דערפון פון דער ווייטנס, נאר "על פי יאור", ממש גלייך לעבן דאס וואסער, וואס זיי באקומען דאס בעסטע וואסער און די גרעסטע מאס פון באוואסערונג. "וכל מזרע יאור" - און זאלסט נישט מיינען אז נאר דאס וואס וואקסט פון זיך אליין וועט אויסגעטריקנט ווערן, נאר אפילו דאס וואס מענטשן פלאנצן און זייען, וואס זייער ווארצל איז שטארקער און האלט זיך בעסער, וועט אויך אויסגעטריקנט ווערן; "נדף" - ווי אוועקגעשטויסן פון זיין ארט, אז דער ווינט וועט עס אוועקבלאזן פון דארט, "ואיננו" - און עס וועט מער נישט זיין.
דער מלבי"ם לייגט נאך צו א צווייטן פשט אין "על פי יאור": לויטן ערשטן פירוש מיינט עס ווי "על פי הבאר" און "על פי המערה", דאס וואס וואקסט ביים עפענונג, ביים ראנד פונעם טייך. אבער מען קען אויך טייטשן "על פי" ווי "עַל פִּי אַהֲרֹן וּבָנָיו" און "על פי פרעה", וואס דאס מיינט לויט זיין באפעל. און דאס איז וואס דער פסוק זאגט: יענע פלאנצן וואס זענען געוואקסן פון זיך אליין, זענען כביכול געוואקסן אויפן באפעל פונעם טייך - נישט דו האסט זיי פארזייט, נאר דער יאור האט זיי גלייך ווי באפוילן צו וואקסן, לויט דער אנווייזונג פונעם יאור זענען זיי ארויסגעשפראצט. און אפילו זיי וועלן צום סוף זיין "נדף ואיננו", עס וועט קומען א ווינט און וועט זיי אוועקטרייבן פון דארט.
פסוק ח: ואנו הדייגים
וְאָנוּ הַדַּיָּגִים וְאָבְלוּ כָּל־מַשְׁלִיכֵי בַיְאוֹר חַכָּה וּפֹרְשֵׂי מִכְמֹרֶת עַל־פְּנֵי־מַיִם אֻמְלָלוּ׃ - און די פישער וועלן קלאגן, און אלע וואס ווארפן אן אנגל אינעם טייך וועלן טרויערן, און די וואס שפרייטן אויס א נעץ אויפן אויבערפלאך פונעם וואסער וועלן ווערן דערשלאגן.
די דריטע זאך: נאך א מקור פונעם פרנסה איז געווען פיש. ערשטנס האבן זיי זיך געשפייזט פונעם וואסער, צווייטנס פון דער תבואה, און דריטנס פון די פיש וואס מ'האט געכאפט אינעם יאור, ווייל דארט זענען געווען זייער אסאך פיש. "ואנו" איז מלשון אנינות, אזוי ווי אן אונן.
דער מלבי"ם דערקלערט דעם חילוק צווישן "ואנו" און "ואבלו": דער אונן איז דער וואס קלאגט אין זיין הארץ, באלד ווען דער מת איז נפטר געווארן האט ער אנינות אין הארצן און דערפאר ווערט ער אנגערופן אן אונן. אבער אבלות איז בפרהסיא. די אנינות איז אינעווייניג און די אבלות איז פון אינדרויסן, ווי די לשון פון מדרש איכה: אנינות בפנים ואבלות בחוץ. נאכדעם וואס דער מת ווערט באגראבן, הערט אויף די אנינות אין הארץ און עס הייבט זיך אן די אבלות.
דערפאר: די פישערס וועלן קלאגן תיכף ווען דער יאור וועט אויסגעטריקנט ווערן, ווייל זייער פרנסה איז פארמינערט געווארן - זיי פלעגן כאפן פיש פונעם יאור און יעצט קענען זיי מער נישט כאפן. און דערנאך "ואבלו כל משליכי ביאור חכה", דאס זענען די וואס פאנגען די גרעסערע פיש דורך א חכה (אן אנגל), וואס פלעגן ווארפן א שפיז מיט א שטריק און די גרויסע פיש ווערן דערין פארכאפט און מ'ציט זיי ארויס. זיי וועלן זיך ערשט קלאגן אינעם צווייטן שלב, ווען די זאך וועט שוין זיין אפנבאר, ווייל די גרויסע פיש האלטן זיך לענגער אויס ווי די קליינע פיש. אינעם ערשטן שלב וועלן פעלן די קליינע פיש וואס די געווענליכע פישערס כאפן, און אינעם צווייטן שלב, ווען ס'איז שוין גלוי לכל, וועט די אבלות זיין קענטיג אויך ביי די וואס ווארפן די חכה.
"וּפֹרְשֵׂי מִכְמֹרֶת עַל־פְּנֵי־מַיִם אֻמְלָלוּ" - מכמורת איז א נעץ, וואס דערין זאמלט מען איין אסאך פיש, און געווענליך אפילו ווען ס'איז נישטא קיין סך פיש קען מען נאך אלץ כאפן מיט א נעץ. זאגט דער נביא אז עס וועט קומען א מצב וואס אויך די וואס שפרייטן אויס די מכמורת, וואס טרעפן נאך שטענדיג פיש ווען קיינער טרעפט שוין מער נישט, וועלן אויך זיי אומגליקליך ווערן, ווייל אלע פיש וועלן אויסגיין און ס'וועט זיי מער גארנישט בלייבן וואס צו כאפן.
פסוק ט: ובושו עובדי פשתים
וּבֹשׁוּ עֹבְדֵי פִשְׁתִּים שְׂרִיקוֹת וְאֹרְגִים חוֹרָי׃ - און עס וועלן פארשעמט ווערן די וואס ארבעטן מיט געקעמטן פלאקס, און די וואס וועבן ווייסע קליידער.
די פערטע זאך: נאך א מקור פון רווח און פרנסה אין מצרים איז געווען פלאקס (פשתן). דער פלאקס איז דארט געוואקסן אין גרויסע מאסן, ווי עס שטייט "שֵׁשׁ וָאַרְגָּמָן... חֲטֻבוֹת אֵטוּן מִצְרָיִם". שש איז א בגד פון פשתן, און דאס איז אסאך געוואקסן אין מצרים, און מצרים איז געווען א גרויסע מאכט אין וועבן בגדי שש.
און דער נביא זאגט אז אויך דאס וועלן זיי מער נישט האבן: די וואס טוען אין דער מלאכה פון פשתים, און די וואס מאכן "שריקות", דאס הייסט דעם געקעמטן פשתן, און די מייסטערס וואס וועבן די קליידער - "ואורגים חורי", די ווייסע קליידער, מלשון חיוור וואס באדייט ווייס, ווי דער תרגום זאגט "חמר חיוור עתיק". אויך זיי וועלן פארשעמט ווערן, זיי וועלן זוכן און נישט געפינען, ווייל זיי וועלן נישט האבן קיין פשתן. און דער חשבון איז פשוט: אויב ס'איז נישטא קיין טייכן און נישטא קיין תבואה און פלאנצונגען, וועט פשתן אויך נישט וואקסן, און ממילא אלע די וואס זייער פרנסה קומט פון פשתן, וועט די דאזיגע פרנסה אויך פארלוירן גיין פון זיי.
פסוק י: והיו שתותיה מדוכאים
וְהָיוּ שָׁתֹתֶיהָ מְדֻכָּאִים כָּל־עֹשֵׂי שֶׂכֶר אַגְמֵי־נָפֶשׁ׃ - און אירע יסודות וועלן זיין דערדריקט, אלע וואס מאכן דאמבעס פאר וואסער-זאמלונגען וועלן זיין מיט א פארביטערטן נפש.
די פינפטע זאך: פיל מענטשן דארט האבן זיך מפרנס געווען פון בויען. וואס פלעגן זיי בויען? דאמבעס (סכרים) ארויסצופירן וואסער פונעם נילוס אין די גרובער וואס זענען באשטימט דערפאר. און מיר האבן שוין דערמאנט אז זיי האבן געהאט דערין א געוואלדיגע חכמה פון וואסער-ניוואען, צו וויסן וויאזוי אומצובייגן דאס וואסער פונעם נילוס אנצוזאפן די פעלדער. "שתותיה" זענען די ארבעטער אין דער מלאכה, צו פירן דאס וואסער אז ס'זאל פליסן ווי געהעריג, און אויך זיי וועלן זיין דערדריקט אין ארימקייט, ווייל אז ס'איז נישטא קיין וואסער איז נישטא קיין פרנסה אויך פאר די וואס שפייזן זיך פון די דאמבעס.
"כָּל־עֹשֵׂי שֶׂכֶר" - שכר איז דא כפשוטו א סכר (א דאמבע), אזוי ווי מיר רופן עס היינט, כדי דאס וואסער זאל דארט רוען. און "אגמי נפש" איז מלשון "שָׁבַת וַיִּנָּפַשׁ", אפרו און מנוחה, אז דער סטאווע (אגם) רוט דארט און פליסט נישט ווייטער. און זיי פלעגן מאכן א סכר כדי דער אגם זאל דארט רוען. אויך זיי וועלן זיין אן פרנסה, ווייל יעדער איינער וועט זיין דערדריקט און אן פרנסה, ווייל איינמאל ס'איז נישטא קיין נילוס איז נישטא דערפון קיין שום פרנסה.
דער מלבי"ם ברענגט נאך א פירוש בשם מפרשים: "אגמי נפש" איז ווי "עגמי נפש", אז זיי וועלן האבן דערפון עגמת נפש. און לויט דעם איז עס נישט מלשון אגם, נאר מלשון עגום, עגמת נפש און צער. און ס'איז פאראן נאך א פירוש: אן אגם וואס פארמאגט פיש, וויבאלד פיש ווערן אנגערופן נפשות, און "אגמי נפש" באדייט דער טייך וואס האלט אין זיך די נפשות פון די פיש.
פסוק יא: אך אוילים שרי צוען
אַךְ־אֱוִלִים שָׂרֵי צֹעַן חַכְמֵי יֹעֲצֵי פַרְעֹה עֵצָה נִבְעָרָה אֵיךְ תֹּאמְרוּ אֶל־פַּרְעֹה בֶּן־חֲכָמִים אֲנִי בֶּן־מַלְכֵי־קֶדֶם׃ - באמת נאַריש זענען די שׂרים פֿון צוֹעַן, די חכמים פֿון פַּרְעֹה'ס יועצים גיבן אַ נאַרישע עצה, ווי אַזוי קענט איר זאָגן צו פַּרְעֹה: אַ זון פֿון חכמים בין איך, אַ זון פֿון מלכים פֿון אַמאָל!
איצט ווענדט זיך דער נביא צו די שׂרים פֿון פַּרְעֹה און צו זיינע יועצים: ווי אַזוי האָט איר נישט פֿאָראויסגעזען די גזירה וואָס איז פֿאַרשריבן געוואָרן אויף אים פֿון הימל? ווי אַזוי גיט איר אים הבטחות פֿון הבל, אַז ער האָט גאָרנישט וואָס צו זאָרגן און גאָרנישט פֿאַר וואָס מורא צו האָבן און אַלץ וועט זײַן בסדר? "אֱוִילִים שָׂרֵי צֹעַן" - נאַרישקייט איז דאָס וואָס איר האָט געטאָן.
דער נביא ווענדט זיך דאָ צו צוויי כּתּות: "שָׂרֵי צֹעַן" און "חַכְמֵי יֹעֲצֵי פַרְעֹה". דערקלערט דער מלבי"ם: די שׂרים זענען די מנהיגים פֿון דער מלוכה, די מיניסטאָרן פֿון דער רעגירונג. און די חכמים זענען די יועצים - ער איז נישט קיין שׂר, אָבער ווען דער מלך דאַרף אַן עצה ווענדט ער זיך צו אים, סײַ אין די "געטלעכע" חכמות כביכול, יענע חכמות פֿון די כּוחות פֿון די געטשקעס וואָס זיי האָבן געגלייבט אין זיי, און סײַ די חַרְטֻמֵּי מִצְרַיִם וואָס זענען געווען בקי אין אַלע חכמות וואָס זענען דעמאָלט געווען אָנגענומען, וואָס אין יענער צײַט האָבן די חרטומי מצרים געהאַט אַ גרויסע חכמה.
צוערשט ווענדט זיך דער נביא צו די חכמים: ווי אַזוי ראַט איר פֿאַר פַּרְעֹה און מוטיקט אים זיך צו באַרימען און זאָגן "בֶּן חֲכָמִים אָנִי" - איך האָב אַן אָנגענומענע חכמה פֿון מײַנע אָבות, איך בין נישט קיין מענטש וואָס האָט ערשט איצט אָנגעהויבן לערנען, נאָר אַ חכמה וואָס איז מקובל און באַגרינדעט. און דערנאָך ווענדט ער זיך צו די שׂרים, די מיטגלידער פֿון דער רעגירונג: ווי אַזוי מוטיקט איר פַּרְעֹה זיך צו שטאָלצירן און זאָגן "בֶּן מַלְכֵי קֶדֶם" - איך האָב גאָרנישט מורא צו האָבן אַז מײַן מלוכה זאָל פֿאַלן, װײַל איך בין דאָך נישט נעכטן געוואָרן קעניג, נאָר איך האָב אַן אַלטע און אָנגעזעענע שושלת פֿון מלוכה און איך האָב נישט פֿאַר וואָס צו ציטערן. ווי אַזוי גיט איר אים אַזעלכע עצות?
צום סך-הכּל:
אין דעם דאָזיקן קאַפּיטל נבֿיאת'ט יְשַׁעְיָהוּ אויפֿן אונטערגאַנג פֿון מִצְרַיִם אויף אַ סיסטעמאַטישן און שריט-בײַ-שריט שטייגער. צוערשט פֿאַלט די אמונה: ה' קומט אויף אַ לײַכטן וואָלקן, און די געטשקעס פֿון מצרים ציטערן און דאָס האַרץ פֿון מצרים צעגייט. דערנאָך פֿאַלט די אחדות: אַ מחלוקת וואָס גייט אַראָפּ ביז די קלענסטע פּרטים, איש באחיו, ביז זיי האָבן בכלל נישט קיין כּוח מלחמה צו האַלטן. דערנאָך פֿאַלט די חכמה: דער גײַסט פֿון מצרים ווערט אויסגעליידיקט און איר עצה ווערט פֿאַרשלונגען, און זיי ווענדן זיך צו די געטשקעס און צו די אובות. דערנאָך פֿאַלט די פֿרײַהייט: שווערע און פֿילע האַרן און אַן עזות'דיקער מלך איבער זיי. און צום סוף פֿאַלט די פּרנסה אין פֿינף הויפּט-זאַכן: דער נילוס אַליין, די תּבואה, די פֿיש, דאָס פֿלאַקס און דער בנין אויף די דאַמען. און צום שלוס ווענדט זיך דער נביא צו די חכמים און שׂרים וואָס האָבן געמוטיקט פַּרְעֹה זיך צו גרויסן מיט זײַן יחוס און מיט דער חכמה פֿון זײַנע אָבות, און רופֿט זיי אָן שוטים: יענע גאַנצע זעלבסט-זיכערקייט קען נישט באַשטיין קעגן דער עצה פֿון ה' צבֿאות.