לַמְנַצֵּחַ מִזְמוֹר לְדָוִד׃ - פאר דעם מנצח, א מזמור פון דוד.
דער מזמור איז געזאגט געווארן אויף רודפים וואס טראכטן שלעכטס באהאלטענערהייט, און די מפרשים זענען מחולק קעגן וועמען עס איז געזאגט געווארן. דער מלבי"ם ערקלערט אז דוד המלך האט דאס געזאגט קעגן דואג האדומי און זיינע חברים, וואס האבן געשלאגן פלענער אויף אים לרעה, און צום סוף מיט דער זעלבער פלאן וואס זיי האבן געפלאנט אים אראפצוברענגען - זענען זיי אליין אריינגעפאלן. דער רד"ק זאגט אז דער מזמור איז געזאגט געווארן דורך דוד בשעת ער איז אנטלאפן, און לויט דעם איז דאס נישט קעגן דואג און זיינע חברים נאר קעגן שאול. רש"י ברענגט אז אין מדרש דרש'נט מען דעם מזמור אויף דניאל וואס מען האט אריינגעווארפן אין גוב האריות, און ער לייגט צו: "ויפה נופל כל לשון המזמור על ההגדה" - דאס הייסט דער לשון פונעם מזמור שטימט גאר שיין מיט דער דרשת חז"ל. מיר וועלן גיין מיט די דריי וועגן אינאיינעם, און מסביר זיין יעדן פסוק לויט יעדער שיטה באזונדער.
אויב מען וועט פרעגן: די מעשה פון דניאל איז דאך פארגעקומען פילע יארן שפעטער, ווי אזוי טוט דוד מתפלל זיין אויף אים? אויף דעם זאגט רש"י: דוד המלך האט פאראויסגעזען מיט רוח הקודש די גאנצע געשעעניש און האט מתפלל געווען אויף אים, ווייל דניאל איז געווען פון זיין זרע. ווארום דניאל און זיינע חברים זענען געווען פון זרע המלוכה, ווי עס איז געזאגט געווארן צו חזקיהו "ומבניך אשר תוליד יקחו סריסים". דאס איז געווען דער עונש פון חזקיהו פארן ברענגען אהער מרודך בלאדן בן בלאדן, וואס איז געקומען נתפעל ווערן פון דעם וואס דער הקדוש ברוך הוא האט געטאן פאר אים אזא נס אז די שמש איז צוריקגעגאנגען צען מעלות אויף צוריק. האט דער הקדוש ברוך הוא אים געזאגט אז דער עונש וועט זיין אז פון זיינע קינדער וועלן זיין סריסים אינעם היכל פון מלך בבל - און דאס זענען געווען דניאל, חנניה, מישאל און עזריה.
שְׁמַע־אֱלֹהִים קוֹלִי בְשִׂיחִי מִפַּחַד אוֹיֵב תִּצֹּר חַיָּי׃ - הער צו, גאט, מיין קול אין מיין געבעט, פון דעם שרעק פונעם שונא זאלסטו היטן מיין לעבן.
"שיחי" מיינט דאס דערציילן, וואס איך שמועס און דערצייל די צרות, ווי דער לשון "אריד בשיחי" - פון גרויס רעדן. און לויטן רד"ק מיינט "מפחד אויב" אויף שאול, וואס האט געזוכט זיין לעבן. לויט רש"י, וואס גייט אויף דניאל, זענען "דער אויב" די אחשדרפנים וואס האבן זיך באראטן קעגן אים: "אדין סרכיא ואחשדרפניא הוו בעין עילה להשכחה לדניאל" - די שרים און די אחשדרפנים האבן געזוכט א סיבה און אן עבירה צו געפינען אויף דניאל, ווייל עס איז זיי נישט געפעלן געווארן וואס דער קעניג האט אים אזוי געשעצט, געטוישט זיין נאמען צו בלטשאצר און מקריב געווען פאר אים בשמים. ער האט געהאט צו אים א גרויסע הערצה, און דאס איז שטענדיג געווען א דארן אין די אויגן פון די אומות ווען א איד איז געווארן נאנט צום קעניג.
דער הייליגער אלשיך איז מדייק אינעם פסוק: "שמע אלהים קולי בשיחי" - אפילו אויב עס וועט זיך נישט פירן ביי מיר "בטרם יקראו ואני אענה", דאס הייסט נאך איידער איך רעד, זאלסטו כאטש הערן אין דער שעה וואס איך שמועס און רעד. אבער אין המשך פונעם פסוק טוישט ער די בקשה: "מפחד אויב תצור חיי" - דא זאלסטו נישט ווארטן ביז איך וועל מתפלל זיין, נאר היט מיין לעבן נאך פריער, נאך איידער איך עפן מיין מויל. און פארוואס? ווי מען וועט זען ווייטער, אמאל באהאלט זיך דער שונא, און ווען דער שונא איז פארבארגן קומט זיין קלאפ פלוצלונג; איך וועל נישט האבן קיין צייט זיך צו גרייטן און נישט האבן קיין צייט מתפלל צו זיין. דעריבער, "מפחד אויב תצור חיי" - נאך פריער ווי מיין תפילה.
תַּסְתִּירֵנִי מִסּוֹד מְרֵעִים מֵרִגְשַׁת פֹּעֲלֵי אָוֶן׃ - באהאלט מיך פון דעם ראט פון די רשעים, פון דעם גערודער פון די עושי עולה.
דער רד"ק ערקלערט אז "סוד" מיינט אן אסיפה און א צוזאמענקום, אזוי ווי "לא ישבתי בסוד משחקים" - אין דער צוזאמענקום פון לוסטיגע מענטשן, און אזוי ווי "על סוד בחורים יחדיו". און פארוואס ווערט דער צוזאמענקום אנגערופן "סוד"? ווייל די בעלי הסוד פלעגן זיך צוזאמענקומען כדי יעדער איינער זאל זאגן זיין מיינונג און זיין עצה, און דורך דעם קומען צו אן איינשטימיגקייט. פון דעם איז דער אויסדרוק "סוד" געווארן א נאמען פאר אן אסיפה.
נאך א דוגמא ברענגט דער רד"ק בשם זיין פאטער אויפ'ן ווארט "צום": וואס איז א צום? א לשון פון זיך צונויפנעמען און פארזאמלען, מלשון "צמה" - דאס פארבינדן די האר צוזאמען צו איין צאפ, אדער מלשון "צומת" - וואו עטליכע וועגן קומען זיך צונויף. און פארוואס איז "צום" געווארן א נאמען פאר א תענית? ווייל ס'איז געווען זייער שטייגער זיך צוזאמנצוקומען און פירן א תענית, און די דאזיגע פארזאמלונג צום תענית האט געהייסן א צום, ביז עס איז פארוואנדלט געווארן אין א נאמען פאר'ן תענית אליין. אזוי אויך דא: כאטש דער טייטש פון "סוד" איז רעדן בסתר, אזוי ווי אבער די וואס ווילן רעדן בסוד קומען זיך צונויף צוזאמען, איז דער אפטייטש פון "בסוד" - אין א פארזאמלונג. "תסתירני מסוד מרעים" - פון די מרעים וואס ווילן מיר שלעכטס טאן, וואס זאמלען זיך צונויף און קומען זיך צוזאמען.
"מרגשת פועלי און" - פון דער מאסע פון די פועלי און. אזוי ווי עס שטייט "והשבתי את המון מצרים", און דער תרגום טייטשט "ואבטל ית אתרגושת מצרים", זעט מען אז "רגשת" מיינט אן המון. און מיר האבן שוין געזען אז דער מלבי"ם שרייבט אז דער המון ווערט אזוי גערופן, ווייל ווען פיל מענטשן קומען זיך צונויף איז דא א גערודער: אלעס ברויזט, ס'איז דא אן אומאויפהערליכער רודעריי, און גיי פרוביר בארויקן אזא גרויסן עולם. רש"י ערקלערט "מרגשת פועלי און" - זיי רעגן זיך אויף, דאס הייסט זיי זאמלען זיך און ברויזן צו זוכן אויף מיר טויט-בלבולים, אזוי ווי דער לשון "הרגישו על מלכא", און לויט זיין שיטה זאמלען זיי זיך כדי צו זוכן אן עצה וויאזוי צו טויטן דניאל.
דער אלשיך הקדוש לערנט דא א גרויסן יסוד: ס'זענען פאראן צוויי סארטן מרעים. עס זענען דא בעלי סוד - זיי פלאנעווען אלעס בחשאי, האלטן אלעס בסוד אן דעם וואס עמיצער זאל וויסן, און ווען עס קומט דער מאמענט פון דער אמת, קלאפן זיי אויף איינמאל א מכה שלא תהא לה תקומה, א קלאפ אן קיין רפואה. און לעומת זה זענען דא מענטשן וואס קענען נישט האלטן קיין סוד: זיי אנטפלעקן די פלענער פאראויס, "הער זיך איין, איך וועל אים כאפן, איך וועל אים פארטיק מאכן". די מענטשן זענען נישט ביכולת איינצוהאלטן זייער סוד, און גלייך שארפן זיי און רעדן שלעכטס קעגן דעם וואס זיי ווילן אים שלעכטס טאן - און זיי זענען פיל ווייניגער געפערליך ווי די ערשטע.
און דער טעם דערפון איז פשוט. ערשטנס, ווען א מענטש רעדט, איז שוין ארויס אכציג פראצענט פונעם דרוק און פונעם פארע; דער עצם ארויסברענגען וואס ליגט אין אים בארויקט אים. דער יעניגער וואס שרייט "איך גיי אים הארגענען" - מיט דעם גערודער אליין האט ער זיך שוין בארויקט. קעגנאיבער אים, דער וואס האלט עס אינעווייניג אין בויך, ער איז דער סאמע געפערליכסטער, אין איין רגע קען ער אויפרייסן. צווייטנס, ווען א מענטש רעדט, קומט מען דאך שוין און מ'זאגט מיר: היט זיך, יענער האט געזאגט אז ער ווארט אז דו זאלסט אריינפאלן אין זיינע הענט - און איך היט זיך אפ. אבער דער וואס האנדלט בסוד, ווייס איך דאך גארנישט וואס עס קומט פאר: ער וועט מיר זאגן "גוט מארגן" מיט א שמייכל, און נאכדעם כאפט מען א מעסער אין רוקן. דאס קומט אומגעראכטן, און מען איז נישט גרייט. דעריבער זאגט דער אלשיך: "תסתירני מסוד מרעים, מרגשת פועלי און" - באהאלט מיך פון די וואס האלטן זייערע פלענער בסוד, די פועלי און וואס פארזאמלען זיך און טוען זייערע מעשים בהסתר, פון וועלכע איך בין פיל מער באזארגט.
דער מלבי"ם ערקלערט אז דער פסוק נעמט ארום ביידע כיתות: "תסתירני מסוד מרעים" - די וואס טראכטן אויס בייזס אויף מיר בסתר; "מרגשת פועלי און" - די וואס זאמלען זיך קעגן מיר מיט א גערודער, מיט א רעוואלט און א באנדע, בגלוי. "רגשת" איז אזוי ווי "למה רגשו גוים" - א לשון פון התעוררות, און אן התעוררות איז א זאך וואס מערקט זיך אן. דער סוד איז שטילערהייט, און דער רעוואלט איז מיט א קול און מיט א הויכן גערודער. לויט'ן אלשיך האט דער פסוק גערעדט ביז איצט בלויז פון די בעלי סוד, און די וואס אנטפלעקן וועלן קומען אינעם קומענדיגן פסוק; און לויט'ן מלבי"ם זענען ביידע כיתות שוין דערמאנט דא.
אֲשֶׁר שָׁנְנוּ כַחֶרֶב לְשׁוֹנָם דָּרְכוּ חִצָּם דָּבָר מָר׃ - וואס זיי האבן געשארפט ווי א שווערד זייער צונג, זיי האבן אנגעצויגן זייער פייל, א ביטער ווארט.
דער אלשיך פירט ווייטער לויט זיין מהלך: דער צווייטער סארט, די וואס רעדן גלייך פון דאס בייזע - "שננו כחרב לשונם". זיי שארפן די שווערד, מאכן זי שארף, אבער זיי טוען דאס בגלוי, מיט זייער צונג. און דערפאר האב איך נישט אזוי מורא פאר זיי; זייער שלעכטס איז נישט אזוי גרויס און עס האט נישט קיין סך שאנסן ארויסצוקומען מכח אל הפועל. און דאס גאנצע וואס דו זעסט אז "דרכו חצם" - איז נישט מער ווי א "דבר מר", דאס ביטערע גערעדאכץ וואס זיי האבן גערעדט. זייער אנטציען דעם פייל באשטייט בלויז אין שלעכטע רייד קעגן מיר, און ס'איז מסתבר אז דערמיט וועט זיך די זאך ענדיגן: ער האט שוין אויסגעלאזט די פארע און ער וועט שוין גארנישט טאן. דאס באזארגט פיל ווייניגער ווי יענע "סוד מרעים" און "רגשת פועלי און", וואס זיי רעדן נישט בלויז נאר זענען ממש פועלי און.
דער מלבי"ם ערקלערט: "אשר שננו כחרב לשונם" - ער האט צוגעגליכן די צונג צו א שווערד, ווייל א שווערד טויט פון דער נאנט. און נאך מער: "דרכו חצם דבר מר" - דעם פייל פלעגט מען אנשמירן מיט גיפט. און די כוונה איז געווען נישט איבערצולאזן פאר'ן געטראפענעם קיין שאנס צו בלייבן לעבן; ווייל אויב מען ווערט נאר פארוואונדעט אין דער פלייצע, קען מען נאך אלץ ממשיך זיין צו קעמפן אין דער מלחמה, אבער אויב מען האט אנגעשמירט דעם פייל מיט גיפט, קומט דאס אן ביז דריי-פיר מינוט צום הארצן. "דבר מר" דאס איז די גיפט מיט וואס מ'האט אנגעשמירט די פיילן. און דער פייל טויט פון דער ווייט - מיט וואס? מיט דעם וואס זיי רעדן אויף מיר לשון הרע און מסר'ן אויף מיר בסתר. לויט'ן מלבי"ם רעדט זיך דא פון דואג און זיינע חברים, בעלי לשון הרע: זיי אליין קומען נישט מיר שעדיגן און נישט מיר שלאגן, זיי האבן בלויז געזאגט דאס לשון הרע - און שוין שיקט שאול זיינע מענטשן מיך צו טויטן. זייערע פיילן ווערן געשאסן פון דער ווייטנס.
דער רד"ק, וואס טייטשט דאס אויף שאול, זאגט אז "אשר שננו כחרב לשונם" זענען די געהילפן פון שאול: די זיפים און אנשי קעילה וכדומה, וואס פלעגן קומען צו שאול און אים זאגן "הלא דוד מסתתר עמנו". די דאזיגע מענטשן האבן געשארפט זייער שווערד און געמסר'ט אויף מיר צו שאול. "דרכו חצם" - זיי האבן אנגעצויגן דעם בויגן צו שיסן, און דער פייל איז "דבר מר". דער בויגן איז ווי דאס מויל, און דער פייל איז דאס דיבור, וואס גייט ארויס און שעדיגט פון ווייטנס.
לִירֹת בַּמִּסְתָּרִים תָּם פִּתְאֹם יֹרֻהוּ וְלֹא יִירָאוּ׃ - צו שיסן אין באהעלטענישן אויפן ערלעכן, פלוצלונג שיסן זיי אויף אים און שרעקן זיך נישט.
דער רד"ק ערקלערט: "תם" - דוד זאגט דאס אויף זיך אליין, אז זיי שיסן אויף מיר אין באהעלטענישן; און פארוואס הייסט ער "תם"? ווייל ער איז זיך באגאנגען מיט זיי מיט תמימות, ער האט קיינעם פון זיי נישט שלעכטס געטאן און קיינעם נישט געשעדיגט. "פתאום יֹרוהו" - איך האב זיך נישט געראכטן דערויף און זיך נישט געהיט פון יענע מענטשן; איך בין געווען מיט די זיפים און דאס גלייכן, און פלוצלונג האבן זיי געמסר'ט אויף מיר צו שאול'ן און אויסגעשאסן זייער פייל, דאס הייסט די רייד. "ולא ייראו" - די וואס האבן גערעדט זייערע ווערטער בסתר האבן נישט מורא געהאט אז דער הקדוש ברוך הוא הערט. דו ביסט געגאנגען מסר'ן פאר שאול'ן, אפשר האסטו פארדינט ביי אים גוטע פונקטן און געמיינט אז דו וועסט עפעס באקומען פון אים - אבער עס איז פאראן איינער וואס זעט, און דאס איז דער הקדוש ברוך הוא. און דאס איז "ולא ייראו": זיי האבן נישט קיין מורא פונעם אויבערשטן.
דער אלשיך קערט זיך דא צוריק צו די פון וועמען ער האט באמת מורא: די וואס שיסן אין באהעלטענישן, וואס באהאלטן זייער סוד און שיסן אויפן תם פון דער באהעלטעניש ארויס. און דער גרויסער פחד איז - "פתאום יֹרוהו": דער וואס באהאלט זיך, איז זיין קלאפ א פלוצלונגדיקער; מען איז נישט גרייט דערויף און מען היט זיך נישט דערפון, ווייל ער האט באהאלטן זיין שנאה און זיין ווילן דיר צו שאטן, און דעמאלט ווייסט מען נישט ווי זיך צו היטן און ס'איז נישטא קיין שום רפואה דערצו. מען קען אויך לערנען "ולא יראו" נישט לויטן פשט נאר אינעם זינען אז מען זעט זיי נישט: מען שיסט פלוצלונג אויף אים און ער האט זיי פריער נישט געזען, ווייל זיי זענען געווען באהאלטן און האבן זיך פארשטעלט. דאס איז נישט דער פשט - ווייל לויטן פשט איז "ייראו" א לשון פון יראה - אבער עס ליגט דערין א טיפקייט אין דעם ענין.
דער מלבי"ם ערקלערט: "דרכו חצם לירות" - פונקט ווי אנשפאנען די וואפן און אנציען די פיילן כדי צו שיסן; "לירות במסתרים תם" - כדי ער זאל זיי נישט זען און זיך נישט היטן פון זיי; "פתאום יֹרוהו" - ער זאל נישט האבן קיין צייט זיך צו ראטעווען. דאס ווארט "פתאום" דינט פאר ביידע זייטן: מען שיסט אויפן תם אין באהעלטענישן פלוצלונג, און דערנאך שיסט מען אים פלוצלינג אן קיין שום מורא.
און פון וואס האבן זיי נישט קיין מורא? לויטן מלבי"ם - זיי שרעקן זיך נישט פון מיר, זיי זארגן זיך נישט אז איך וועל אויפשטיין קעגן זיי. נארמאלערהייט וואלטן זיי געדארפט מורא האבן: שאול גייט שוין בארג-אראפ, און עס איז דא א חשש אז דוד וועט קעניגן און אפגעבן א חשבון מיט יעדן וואס איז נישט געשטאנען מיט אים אויף איין ליניע, ווי עס איז געווען איינגעפירט אין יענע צייטן און אומעטום, אז דער קעניג ברענגט זיינע אייגענע לייט צו די חשובע פאזיציעס. די דאזיקע מציאות מאכט מענטשן מורא האבן צו טאן זאכן וואס וועלן זיי שאטן צום סוף. נאר וואס דען, זיי האבן דאס געטאן בסתר: דוד ווייסט דאך נישט אז מיר זענען קעגן אים, מיר זענען שטילערהייט געגאנגען און געשושקעט פאר שאול'ן. און אז דוד ווייסט נישט, וועל איך שפעטער קענען וואשן די הענט אין אומשולד און זאגן: איך האב דיר גארנישט געטאן, איך בין געווען מיט דיר און געווארט דו זאלסט קעניגן, און ווער קען דען וויסן וואס עס טוט זיך אין מיין הארץ. דערפאר האבן זיי געשאסן אין באהעלטענישן און נישט מורא געהאט אז איך וועל אפשר קעניגן און זיך אפרעכענען מיט זיי.
יְחַזְּקוּ־לָמוֹ דָּבָר רָע יְסַפְּרוּ לִטְמוֹן מוֹקְשִׁים אָמְרוּ מִי יִרְאֶה־לָּמוֹ׃ - זיי שטארקן פאר זיך א שלעכטע זאך, זיי שמועסן אויס צו באהאלטן שטערוינגען, זיי האבן געזאגט: ווער וועט זיי דען זען?
זאגט דער מלבי"ם: עס זענען דא דא עטלעכע ענינים. דער ערשטער איז דאס וואס זיי האבן גערעדט אויף אים לשון הרע, ווי עס איז שוין מבואר געווארן, און דער צווייטער איז דאס וואס זיי האבן אים צוגעגרייט ממשות'דיקע מוקשים (פאסטקעס). "יחזקו למו דבר רע" - זיי מאכן פעסט א שלעכטן מוקש וואס דוד זאל דערין געכאפט ווערן. א "מוקש" אינעם פשוט'ן פארשטאנד איז א גרוב אדער א מכשול וואס א מענטש גייט און פאלט דערין אריין, אבער אינעם העכערן באגריף מוז דאס נישט זיין א שטיין וואס מען שטרויכלט זיך דערין: עס קען זיין אז דו האסט אים צוגעגרייט א שטערונג דורך וועלכער ער וועט שטארבן - אז דו האסט אים פארשלעפט מיט דיינע רייד ביז ער האט עפעס ארויסגעזאגט, און ער איז געווארן געכאפט מיט די רייד פון זיין מויל, און דער קעניג האט באשלאסן אים צו הרג'ענען. אזוי אויך ביי "לפני עור לא תתן מכשול" - איז די כוונה נישט דוקא א שטיין אויפן וועג, נאר, ווי חז"ל זאגן, גיב אים נישט קיין עצה וואס איז נישט פאסיג פאר אים.
לויט דעם ערקלערט דער מלבי"ם: זיי פלעגן רעדן איינער צום צווייטן וויאזוי אונטערצולייגן מוקשים פאר דוד'ן, און די מוקשים וועלן ליגן באהאלטן אויף זיין וועג, און זיי זאגן "מי יראה למו" - זיי זענען פארהוילן און קיינער קען זיי נישט זען, און דוד וועט זיכער נכשל ווערן אין זיי. און אזוי איז טאקע געווען: שאול האט געבעטן פון זיינע מענטשן נאכצוגיין נאך דוד'ן, אים ווייזן א פריינטלעך פנים און קומען דערציילן וואו ער געפינט זיך. דוד אנטלויפט אלעמאל און איך קען אים נישט כאפן, אבער אויב מיר וועלן האבן דארט א שפיאן - עמיצער וואס וועט כביכול זיין מיט דוד'ן, אים ווייזן א שמייכלדיק פנים און אים זאגן אז ער איז אויף זיין זייט, און דערווייל וועט ער אונז אויסזאגן וואו ער געפינט זיך - אויף דעם אופן וועלן מיר אים כאפן. דאס זענען געווען די מוקשים וואס זיי האבן געוואלט אונטערלייגן.
דער רד"ק ערקלערט "יחזקו למו דבר רע" - די שלעכטע זאך וואס זיי פלעגן טאן: זיי פלעגן רעדן צו שאול'ן און אים שטארקן מיט טענות קעגן מיר, און איבערחזר'ן די זאך נאכאמאל און נאכאמאל. "לטמון מוקשים" - זיי האבן אויסגעשפרייט א נעץ מיך צו פאנגען. און די וואס פלעגן דערציילן שלעכטס אויף מיר בסתר האבן געזאגט "מי יראה למו", און דער רד"ק ווי זיין שטייגער טייטשט אז די כוונה איז אויפן הקדוש ברוך הוא, אזוי ווי ער האט פריער געזאגט "ולא ייראו" - זיי האבן נישט מורא געהאט פונעם אויבערשטן. און דער רד"ק לייגט צו: כאטש עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט זייערע שלעכטע רייד בגלוי, ווי די זיפים און דואג האדומי, זענען פונדעסטוועגן געווען צווישן זיי אזעלכע וואס האבן דאס געטאן בהסתר, ווייל זיי האבן מורא געהאט: ווער ווייסט, אויב דוד וועט געוואויר ווערן דערפון און דערנאך וועט ער קעניגן און די מאכט וועט זיין אין זיין האנט - וועט ער זיי באצאלן לויט זייער שלעכטס. דערפאר האבן זיי געטאן די זאכן אין באהעלטענישן און אונטערגעלייגט מוקשים און געזאגט: קיינער וועט נישט זען, און פונעם הקדוש ברוך הוא האבן זיי אויך נישט מורא געהאט.
רש"י לויט זיין שטייגער טייטשט דעם פסוק אויף דניאל: "יספרו לטמון מוקשים" - זיי פלעגן רעדן צום קעניג מיט באהאלטענע עראמקייט, וואס אפילו דער קעניג האט נישט פארשטאנען פאר וואספארא צוועק זיי טוען דאס. זיי זענען געקומען צו דריוש מיט אן עצה וואס איר גאנצער ציל איז געווען אונטערצולייגן א פאסטקע פאר דניאל: "אתייעטו כל סרכי מלכותא לקיימא קיים מלכא" - אז דרייסיג טעג לאנג טאר קיין מענטש אין דער גאנצער מלוכה נישט דאווענען צו קיין שום גאט, נאר צום קעניג אליין. און זיי האבן גוט געוואוסט אז דניאל וועט זיך נישט צוהאלטן צו דער שווערער גזירה, און דעמאלט איז דא א פאסטקע, און מיר האבן באוויזן אראפצוברענגען דניאל'ן. "אמרו מי יראה למו" - קיינער וועט נישט באגרייפן דעם פלאן. דער קעניג, ווען מען קומט אים מכבד זיין אז מען זאל זיך בוקן בלויז צו אים און בעטן נאר פון אים, זאגט ער: אויסגעצייכנט, פארוואס נישט? און ער כאפט נישט אז דער וואס וועט באצאלן דעם פרייז איז דניאל, און אז דער גאנצער פלאן איז געצילט קעגן אים.
און א דוגמא דערצו איז דא אויך אין אונזערע טעג: עס זענען דא געזעצן און תקנות וואס ווערן דורכגעפירט אויף א גאר באשטימטן אופן, כדי זיי זאלן שטימען פאר געוויסע גרופעס און נישט שטימען פאר אנדערע. אויב מען וויל אז ישיבה-לייט זאלן ווערן אויסגעשלאסן פונעם מכרז מלכתחילה, פאדערט מען אזוי און אזוי פיל יארן תיכון; ווארעם לויט זייער בליק הייסט תורה-לערנען נישט קיין לערנען - ווער עס האט געלערנט אלט-כינעזיש אין אוניווערסיטעט איז א בעל תואר, און ווער עס האט געלערנט גמרא און תורת השם איז גארנישט, אפילו ער פארשטייט אסאך מער און איז פיל שארפער. אדער מען פאדערט בייגזאמקייט אין די ארבעטס-שעה'ן און גרייטקייט זיבן טעג אין דער וואך, און שוין פון פאראויס פאסט נישט א שומר שבת צו די תנאים פונעם מכרז. מען נייט מלכתחילה תנאים וואס זאלן נאר שטימען פאר אנשי שלומם. פונקט אזוי האבן יענע מענטשן געטאן: זיי האבן געגעבן אן עצה ווען זיי האבן געוואוסט פון פאראויס אז דער איינציגער וואס וועט אריינפאלן אין איר איז דניאל, וואס ער איז דער איינציגער וואס וועט זיך נישט קענען צוריקהאלטן פון מתפלל זיין צום אויבערשטן דרייסיג טעג.
דער קאפיטל באשרייבט דעם שרעק פונעם פארבארגענעם שונא: לויטן מלבי"ם קעגן דואג און זיינע חברים, לויטן רד"ק קעגן שאול און זיינע מלשינים, און לויט רש"י ברוח הקודש אויף דניאל און זיינע פיינט. "שמע אלהים קולי בשיחי" - און נאך העכער פון דעם, "מפחד אויב תצור חיי", נאך איידער איך עפן מיין מויל, ווייל דער קלאפ פונעם פארבארגענעם קומט פלוצלונג און מען האט נישט קיין צייט זיך צו באווארענען. "סוד" און "רגשת" זענען צוויי כיתות: די וואס שמידען פלענער אין געהיים און די וואס פארזאמלען זיך בגלוי, און די מערסט געפערליכע פון זיי זענען די בעלי הסוד, וואס זייער לשון איז א שווערד פון דער נאנט און זייער פייל באשמירט מיט גיפט טויט פון דער ווייטנס. זיי שיסן אויפן תם אין די באהעלטענישן און שרעקן זיך נישט, נישט פון דוד'ס נקמה און נישט פונעם אויג פונעם הקדוש ברוך הוא, און שטעלן אונטער פאסטקעס וואס קיינער באמערקט נישט - אזוי ווי יענע ערמומיות'דיגע עצה וואס מען האט אונטערגעשטעלט פאר דניאל. און פון דא קומט די בקשה "תסתירני": פון דער פארבארגענער סכנה, וואס פון איר ווייסט א מענטש נישט ווי אזוי זיך צו היטן, בעט דוד אז דער הקדוש ברוך הוא אליין זאל אים באהאלטן און אפהיטן זיין לעבן.