ספר הושע פרק י"ב: "סבבוני בכחש אפרים ובמרמה בית ישראל ויהודה עוד רד עם אל ועם קדושים נאמן". "סבבוני בכחש אפרים", זאגט דער מלבי"ם, אפרים, דער זיץ פון דער מלוכה, האט מיך ארומגערינגלט מיט פאלשקייט; מ'רעדט דא וועגן שומרון, וועגן די עשרת השבטים. "כחש", זאגט דער מלבי"ם, מיינט אפלייקענען. אפלייקענען איז כפירה; ער איז כופר אין די עיקרי האמונה. זיי פלעגן זאגן אויף די עגלים: "אלה אלוהיך ישראל". "סבבוני בכחש אפרים ובמרמה בית ישראל" - דאס איז אפרים, וויבאלד די כפירה האט זיך אנגעהויבן ביי אים, דאס איז ירבעם בן נבט. אבער אויך דער גאנצער כלל פון בית ישראל זענען נישט געווען קיין גרויסע צדיקים; מ'רעדט דא וועגן די איבעריגע שבטים פון מלכות שומרון, פון די עשרת השבטים, וואס אויך זיי האבן זיך אפגעגעבן מיט באטרוג אין זאכן שבין אדם לחברו. זיי פלעגן באטרעגן און ליגנט זאגן, ווי מ'וועט זען ווייטער: "כנען בידו מאזני מרמה", האבן זיי אויך מקלקל געווען אין בין אדם לחברו.
ווער איז נאך יא געווען א צדיק? "ויהודה עוד רד עם אל ועם קדושים נאמן". נאר יהודה, דאס הייסט די צוויי שבטים, יהודה און בנימין, וואס דאס איז מלכות יהודה, בלויז יהודה "עוד רד עם אל". מ'רעדט וועגן דער תקופה פון יותם און חזקיהו, ווען יראת השם איז געווען די הערשערין; סיי אין ענינים פון אמונה און סיי אין ענינים שבין אדם לחברו זענען זיי דעמאלט געווען דבוק אינעם אויבערשטן. דעריבער זאגט דער פסוק: נאר יהודה "עוד רד עם אל". "רד" איז ווי רודה, מלשון ממשלה, ווי ס'שטייט: "כי הוא רודה בכל עבר הנהר מתפסח ועד עזה". אויך ברענגט דער מלבי"ם נאך א פשט: דאס איז מלשון רדד, ווי רידוד פסים - מ'האט פלאך געקלאפט דאס גאלד און עס צוגעקלעבט און באדעקט איבער דעם כלי, ווי "וירד על הכרובים"; ס'מיינט א באהעפטונג, מ'פארבינדט עס צו יענער זאך. אויב אזוי, בלויז יהודה הערשט נאך מיט יראת השם (מלשון רדייה), אדער איז נאך צוגעבונדן (מלשון רידוד). בלויז יהודה "עוד רד עם אל". "ועם קדושים נאמן" - אזוי ווי מ'האט געזאגט ביי אפרים אז ס'איז געווען "כחש" אין די עיקרי האמונה (עבודה זרה) און "מרמה" אין בין אדם לחברו, איז ביי יהודה געווען פונקט פארקערט: "עוד רד עם אל" איז דער היפוך פון כחש אפרים אין אמונה, יהודה גלייבט אינעם אויבערשטן; און "ועם קדושים נאמן", די נאמנות איז דער היפוך פון מרמה: אין בין אדם לחברו זענען זיי געטריי, און זייער פירונג איז א הנהגה פון קדושים, מענטשן וואס זענען דבוק אין עבודת השם.
"אפרים רועה רוח ורודף קדים כל היום כזב ושוד ירבה וברית עם אשור יכרתו ושמן למצרים יובל". אבער אפרים, לעומת זה, פאשעט ווינט און הבל אין די ענינים פון אמונה; א גאנצן טאג איז דארט פאראן כזב און רויב - דאס איז אין זאכן שבין אדם לחברו, ווי מיר האבן געזאגט אז אין ביידע זאכן זענען זיי געווען פעלערהאפטיג. "וברית עם אשור יכרתו" - אויסער דעם גרייט ער נאך אן פאר זיך א פאלגרוב; און וואס איז זיין פאלגרוב? ער גייט און שליסט א בונד מיט אשור; דארט ווערט געברענגט אז הושע איז געווארן אן עבד פאר אים. און אויב דו שליסט שוין א בונד מיט אשור, פארוואס "ושמן למצרים יובל"? פארוואס שיקט ער שלוחים צו סוא מלך מצרים כדי צו רעבעלירן קעגן דעם מלך פון אשור? ווי מ'האט פריער געזען, אז דאס איז געווען די סיבה וואס האט אראפגעווארפן הושע'ן פון זיין מלוכה; וואס מ'האט געשיקט מענטשן צום מלך פון אשור און אים געזאגט: קום זע, הושע בן אלה האט געשלאסן מיט דיר א בונד, און יעצט פארבינדט ער זיך מיט סוא מלך מצרים כדי צו מורד זיין אין דיר. און דאס איז געווען דער גורם פון דער גלות, ווי מ'האט באריכות מסביר געווען. זאגט דער נביא: אויב "ברית עם אשור יכרתו", וויאזוי קען מען "ושמן למצרים יובל"? וויאזוי פירט ער קיין מצרים שמן, דאס הייסט א מנחה, פעטע מתנות, בשעת דו האסט א בונד מיט אשור? פארשטייען זיי דען נישט אז מיט דעם ברענגען זיי אונטערגאנג אויף זיך אליין?
"וריב לה' עם יהודה ולפקוד על יעקב כדרכיו כמעלליו ישיב לו". "וריב לה' עם יהודה" - דא איז פאראן א גרויסע שוועריקייט אינעם פסוק, וואס אלע מפרשים פרובירן פארשטיין און ערקלערן. איין רגע פריער האסטו געזאגט: "יהודה עוד רד עם אל", אז יהודה איז נאך צוגעבונדן צום אויבערשטן; וויאזוי זאגט מען צוויי פסוקים שפעטער "וריב לה' עם יהודה", אז דער אויבערשטער האט א קריגעריי מיט יהודה, דאס הייסט אז יהודה איז נישט ערליך? ערשט יעצט האסטו געזאגט "ועם קדושים נאמן"! זאגט דער רד"ק: הגם ס'שטייט "ויהודה עוד רד עם אל", אז זיי האבן זיך געהאלטן אין דער עבודה אין בית המקדש, האבן זיי שפעטער פארדארבן זייערע מעשים ווען זייערע מלכים זענען געווען שלעכט. מיט פשוטע ווערטער: מ'רעדט דא וועגן פארשידענע תקופות. אין דער ערשטער תקופה וועגן וועלכער מיר רעדן, איז יהודה נאך געווען "עוד רד עם אל". מעגליך אז דאס איז אויך מרומז אינעם לשון הפסוק: "עוד רד עם אל" - וואס מיינט "עוד"? ווען מ'פרעגט וואס מאכט יענער, און מ'ענטפערט "ער האלט זיך נאך", וואס באדייט דאס? אז ס'האלט באלד ביים זיך טוישן, ווייל ער האלט זיך בלויז "דערווייל". און דאס זאגט דער פסוק: "ויהודה עוד רד עם אל", יהודה איז דערווייל מיטן אויבערשטן. אבער אינעם נעקסטן שלב, שפעטער, ווען יהודה האט אויך געהאט נישט קיין ערליכע מלכים, האט דאס גורם געווען "וריב לה' עם יהודה". דעריבער האט דער אויבערשטער א ריב און מוסר מיט יהודה און מיט יעקב, צו פאדערן אויף זיי לויט זייערע מעשים, ווייל זיי האבן נישט געדענקט דעם חסד וואס איך האב געטאן מיט יעקב אביהם. "לפקוד על יעקב כדרכיו כמעלליו ישיב לו" - ערקלערט דער רד"ק אז דער גאנצער חסד און אלע הבטחות וואס איך האב צוגעזאגט פאר יעקב, זאגט דער אויבערשטער, די אלע הבטחות זענען געווען פאר זיין זרע נאך אים, בתנאי אז זיי וועלן זיך ווענדן צו מיר און זיין צוגעבונדן צו מיין עבודה, אז זיי זאלן וויסן אז דאס אלעס איז געטאן געווארן פאר זיי און גיין אין מיינע וועגן און פארדינען די מתנות. יעקב אליין האט דאך נאר געליטן אויף דער וועלט; ער האט געהאט וואונדערבארע הבטחות, אבער וואס האט ער געהאט דערפון בחייו? די צרה פון יוסף, די צרה פון דינה, די צרה פון שכם, אן א שיעור צרות. אלע הבטחות זענען געווען געווידמעט פאר זיינע קינדער נאך אים. און אט זענען זיינע קינדער נאך אים, און זיי אנערקענען דאס נישט! ווען זיי וואלטן דאס אנערקענט און געווען דבוק אין מיר, וואלט איך מקיים געווען די ברכות פון יעקב אביהם. "לפקוד על יעקב כדרכיו כמעלליו ישיב לו" - איך וויל געבן פאר זיינע קינדער לויט די מעשים טובים פון יעקב (לויטן רד"ק גייט "מעלליו" דא אויף די גוטע מעשים פון יעקב), אבער זיי מוזן זיין ערליך דערפאר.
אין דעם גאנג גייען רוב מפרשים. אבער דער מלבי"ם האט דא א חידוש'דיגן פשט: ער ערקלערט אז "וריב לה' עם יהודה" איז נישט כפשוטו אז דער אויבערשטער האט א ריב מיט יהודה, נאר אפרים פירט א קריג מיט יהודה, און דער קריג איז א "ריב לה'", א קריג וועגן עבודת השם! אין יענער צייט איז געווען א שטענדיגע מחלוקת צווישן אפרים און יהודה, צווישן די עשרת השבטים און מלכות יהודה, און דער גרונט איז געווען עבודת השם: היות יהודה איז נאך געווען דבוק אינעם אויבערשטן, מקריב געווען קרבנות אין בית המקדש, און אפרים פונעם צווייטן זייט איז געווען פארזונקען אין די חטאות ירבעם און געדינט די עגלים, האט ער געהאט דערויף א ריב מיט יהודה. און דאס איז אויך געווען די סיבה פון זיין מפלה, ערקלערט דער מלבי"ם: ווען שומרון איז געווען אין א צרה, וואלט מען ערווארטעט אז יהודה זאל אים העלפן - דיין ברודער איז דאך אין א צרה! אבער וויבאלד ס'איז געווען א שטענדיגע מחלוקת צווישן זיי אויף עבודת השם (ס'שטייט אז אפילו אין די טעג פון אחז האט ער אנגערייצט דעם מלך פון אשור), איז אויסגעקומען אז קיינער העלפט אים נישט, און יהודה וועט אים אויך נישט ביישטיין קעגן די מלכים וואס זענען געקומען אויף שומרון. דאס מיינט "וריב לה' עם יהודה" - אפרים האט א קריג מיט יהודה וועגן דעם אויבערשטן, וועגן עבודת השם; נישט אז השי"ת האט א ריב מיט יהודה, ווייל יהודה איז דאך נאך געווען דבוק אינעם אויבערשטן ("יהודה עוד רד עם אל"). "ולפקוד על יעקב כדרכיו כמעלליו ישיב לו" - ערקלערט דער מלבי"ם: די עשרת השבטים פלעגן זיך רופן מיטן נאמען "יעקב" און "זרע יעקב", און אין אלע נבואות ווען ס'שטייט "ישראל ויהודה", מיינט "ישראל" די עשרת השבטים, און ישראל איז דאך יעקב. לויט דעם זאגט ער: דאס וואס אפרים קריגט זיך מיט יהודה און מאכט זיך די עגלים, האבן זיי געמיינט מיט דעם נאכצומאכן דעם וועג פון יעקב אבינו, זיי האבן זיך געוואלט פארגלייכן צו יעקב! די זאכן זענען דערווייל פארנעפלט, אבער כּדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר אנקוקן די ווייטערדיגע פסוקים, און דורך דעם וועט מען פארשטיין די חידה פונעם מלבי"ם.
"בבטן עקב את אחיו ובאונו שרה את אלוהים. וישר אל מלאך ויוכל בכה ויתחנן לו בית אל ימצאנו ושם ידבר עמנו". לאמיר ווייטער גיין מיטן גאנג פונעם מלבי"ם: אומר המלבי"ם, "בבטן עקב את אחיו" - אפרים האלט זיך פאר די ממשיכים פון יעקב: קום זע וויאזוי יעקב אבינו האט זיך געפירט, אזוי פירן מיר זיך אויך; יעקב אבינו האט דאך שוין אין מוטער'ס בויך ארומגעכאפט דעם עקב פון זיין ברודער עשו, אויב אזוי טוען מיר דאס זעלבע מיט אונזער ברודער, מיט יהודה! ווי יעקב האט זיך געקריגט מיט זיין ברודער, טוען מיר אויך א קריגעריי מיט יהודה, ווייל מיר זענען זיין המשך. און לעומת דעם וואס זיי זענען געגאנגען און מקדש געווען בית אל און עס געמאכט פאר אן ארט פאר עבודה זרה פון די עגלים אנשטאט די עבודה פונעם אויבערשטן, אויף דעם זאגט ער: "ובאונו שרה את אלוהים, וישר אל מלאך ויוכל, בכה ויתחנן לו, בית אל ימצאנו ושם ידבר עמנו". כּדי דאס צו פארשטיין, לייגט דער מלבי"ם דא אראפ א וויכטיגע הקדמה. דער נביא אנטפלעקט אונז דא אוראלטע חידות: ס'שטייט אין פסוק אז ירבעם האט געבויט שכם אין הר אפרים, דערנאך פנואל, און דערנאך געמאכט צוויי גאלדענע עגלים, איינס אין בית אל און איינס אין דן. ס'ווערן דא דערמאנט פיר ערטער: שכם, פנואל, בית אל, און דן. מ'דארף פארשטיין וואס איז געווען דער ענין דערפון; ירבעם איז דאך געווען א מענטש וואס אלע חכמי ישראל זענען פאר אים געווען ווי גראז פונעם פעלד, און הגם ער האט געזינדיגט, זענען זיינע מעשים געווען אויסגערעכנט מיט א מחשבה, נישט סתם אזוי געטאן אן א חשבון. זאגט דער מלבי"ם: דאס וואס ער האט געשטעלט אן עגל אין דן, קען מען נאך פארשטיין, ווייל אין דן איז שוין פון פריער געשטאנען דער פסל מיכה, און די מענטשן זענען שוין געווען געוואוינט אז דער ארט ציט אהין המונים; איז פארשטענדליך צו ממשיך זיין דארט. אבער וואס איז דער עגל אין בית אל? און דער עגל אין בית אל איז דאך געווען דער עיקר ביי ירבעם! פארוואס האט ער אויסגעוועלט דווקא בית אל? און פארוואס האט ער געבויט דווקא די צוויי שטעט, שכם און פנואל? וואס איז געווען זיין כוונה דערביי?
ערקלערט דער מלבי"ם לויטן יסוד וואס מיר האבן אנגעהויבן: די עשרת השבטים האבן זיך מייחס געווען צו יעקב, און האבן זיך געפילט ווי זיינע ממשיכים. ווען זיי שטעלן זיך קעגן יהודה, זאגן זיי: דאס איז פונקט ווי יעקב האט זיך געשטעלט קעגן עשו. און ווען ירבעם האט געוואלט אפקערן דאס פאלק פון בית המקדש און שאפן הייליגע ערטער אנשטאט ירושלים, האט ער געזאגט: מ'דארף נישט עולה רגל זיין קיין ירושלים, מיר האבן אייגענע מקומות קדושים! כּדי צו באשטימען אן ארט וואו מ'זאל שטעלן די עגלים, האט ער אנגעהויבן אויסצורעכענען די ערטער פון יעקב אבינו. ער זעט אז די צענטראלע סטאנציעס אין יעקב'ס לעבן זענען געווען: פנואל, וואו ער האט געקעמפט מיטן מלאך; פון פנואל איז ער געגאנגען קיין שכם; און פון שכם קיין בית אל, וואו ער האט געבויט א מזבח און וואו דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים. דערפאר בויט ירבעם שכם און פנואל, ווייל יענע ערטער זענען געווען די היסטארישע סטאנציעס פון יעקב. און חז"ל דערציילן אינעם מדרש אז ווען דער מלאך (ס"מ) האט געבעטן פון יעקב "שלחני כי עלה השחר", האט יעקב געפאדערט אז ער זאל מסכים זיין צו די ברכות; האט דער מלאך זיך געבעטן ביי אים און געזאגט: אין בית אל וועל איך דיר געבן מיין הסכמה אויף די ברכות. זאגט דער מלבי"ם, די מסורה איז געווען באקאנט מדור דור. האט ירבעם געזאגט: אין בית אל איז דער מלאך געבליבן! דארט וואו ער האט צוגעזאגט צו באשטעטיגן די ברכות, דארט איז ער פאראן. טא לאמיר דארט מאכן עגלים און א מזבח, און דער מלאך וועט זיך אנטפלעקן צו אונזערע נביאים און אונז באגליקן! דאס איז וואס דער פסוק לייגט אראפ זייער פאלשע טעות'דיגע מחשבה: "בבטן עקב את אחיו" - מיר קריגן זיך מיט יהודה פונקט ווי יעקב מיט עשו; "ובאונו שרה את אלוהים, וישר אל מלאך ויוכל, בכה ויתחנן לו, בית אל ימצאנו" - דער מלאך האט געוויינט און זיך געבעטן און געזאגט: אין בית אל וועסטו מיך געפינען, דארט וועל איך מסכים זיין צו די ברכות. און דער סוף פונעם פסוק זענען די ווערטער פון אפרים: "ושם ידבר עמנו"! דארט אין בית אל וועט דער מלאך רעדן מיט אונז, מיר די עובדים אין בית אל אלס ממשיכים פון יעקב, און דארט וועט ער משפיע זיין זיינע ברכות אויף אונז.
דער ביאור פונעם מלבי"ם איז געוואלדיג שיין, אבער מיר וועלן אויך זען דעם פירוש פונעם רד"ק: דער רד"ק ערקלערט "בבטן עקב את אחיו" ווי ס'שטייט "וידו אוחזת בעקב עשו". דאס איז געווען א גרויסער וואונדער, זאגט דער רד"ק, ווייל אן עובר אין בויך האט נישט קיין כוח אין זיינע אברים, בפרט דורכצורייסן די שליא און אנכאפן דעם עקב פון א צווייטן עובר! ווער האט דאס געטאן? זאגט דער אויבערשטער: איך האב דאס געטאן, עס זאל זיין א סימן פאר זיינע קינדער נאך אים, אז די קינדער פון יעקב וועלן הערשן איבער די קינדער פון עשו. דאס איז געווען א ניסית'דיגע זאך וואס דער אויבערשטער האט געטאן כדי זיי צו געבן ממשלה איבער די גוים. און הגם אין די צייטן פון דוד איז שוין געווען א ממשלה ("ויהיו אדום עבדים לדוד"), איז דאס אבער געווען צייטווייליג; די אמת'ע אייביגע ממשלה וועט זיין ביים קץ הימין: "והיה בית יעקב אש ובית יוסף להבה ובית עשו לקש... ולא יהיה שריד לבית עשו". און די אלע זאכן לייגן די קינדער פון יעקב נישט צום הארצן; זיי טראכטן נישט ווי דער אויבערשטער האט געטאן אזעלכע וואונדער פאר זיי, און זיי זינדיגן קעגן אים! "ובאונו שרה את אלוהים" - זאגט דער אויבערשטער: נאך א סימן האב איך געגעבן פאר יעקב פאר זיינע קינדער נאך אים, איך האב געגעבן פאר יעקב כוח צו קעמפן קעגן דעם מלאך ("אלוהים" מיינט א כוח, בעל הכוחות). פארוואס? צו ווייזן אז זיינע קינדער וועלן זיין בלויז דער חלק פונעם אויבערשטן אליין, און קיין שום כוכב אדער מלאך וועט נישט הערשן איבער זיי; פונקט ווי יעקב האט געהערשט איבערן מלאך, אזוי וועט קיין שום שר פון די הימלען נישט האבן קיין שליטה איבער אייך, נאר די השגחה פונעם אויבערשטן אליין באגלייט אייך, ווי ס'שטייט: "ואתכם לקח ה'". פאר אלע פעלקער האב איך געגעבן מלאכים און שרים, אבער איבער אייך הערשט דער אויבערשטער אליין. איז דא דא א קלאגע קעגן אפרים: זעט וואספארא נסים איך האב געטאן מיט אייער פאטער כדי עס זאל זיין א סימן פאר אייך, און איר גייט און פארדארבט אייערע וועגן מיט עבודה זרה פון די עגלים! לויטן רד"ק איז דאס א טענה אויף זייער כפיות טובה.
"וישר אל מלאך ויוכל בכה ויתחנן לו" - וואס דאס איז אן איבערנאטירליכע זאך, אז א מענטש זאל בייקומען א מלאך. "בכה ויתחנן לו", זאגט דער רד"ק, שטייט נישט אין דער תורה; אין דער תורה שטייט נאר אז ער האט געזאגט "שלחני כי עלה השחר", אבער טרערן ווערן נישט דערמאנט. זאגט דער רד"ק: דא אנטפלעקט אונז דער פסוק אז דער אויבערשטער שיקט דעם מלאך מקיים צו זיין דעם רצון פונעם צדיק, און נישט נאר ער האט נישט געקענט שאַטן פאר יעקב, נאר ער האט נאך צוגעשטימט צו די ברכות! מיר זענען אין די הענט פונעם אויבערשטן, און קיין שום מלאך קען גארנישט טאן אויף דער אייגענער האנט. דער רד"ק ברענגט נאך א פשט בשם זיין פאטער: דער מלאך האט געזאגט פאר יעקב "בית אל ימצאנו" - דער אויבערשטער וועט דיר געפינען אין בית אל, און דארט וועט ער דיר מודיע זיין אז מען וועט שוין מער נישט רופן דיין נאמען יעקב נאר ישראל; "ושם ידבר עמנו" איז ווי "ושם ידבר עמו", דארט וועט ער רעדן מיט אים. נאך א פשט: "ושם ידבר עמנו" זענען די ווערטער פונעם נביא; דער נביא זאגט: דארט אין בית אל רעדט דער אויבערשטער מיט מיר און מיט עמוס צו מוסר'ן ישראל (ווי עמוס האט געזאגט: "דרשוני וחיו ואל תדרשו בית אל") אויף די עגלים וואס איר האט געדינט. און לויט רש"י און דעם רד"ק'ס פאטער זענען דאס די ווערטער פונעם מלאך: דער אויבערשטער וועט זיך באווייזן אין בית אל און דארט רעדן מיט מיר און מיט דיר צו באשטעטיגן די ברכות און דיר רופן מיטן נאמען ישראל. און דער רס"ג ערקלערט אז "עמנו" מיינט "וועגן אונז" (בעבורנו), וואו ער האט אים צוגעזאגט "פרה ורבה גוי וקהל גוים יהיה ממך", דער דיבור דארט איז געווען פאר אונזערטוועגן.
"וה' אלוהי הצבאות ה' זכרו". "ה' אלוהי הצבאות" - רש"י ערקלערט: פונקט ווי איך בין דעמאלט געווען, אזוי בין איך יעצט; ווען איר וואלט געגאנגען מיט מיר מיט תמימות ווי יעקב, וואלט איך זיך געפירט מיט אייך ווי איך האב זיך געפירט מיט אים. דער רד"ק זאגט: הגם ער האט זיך באוויזן צו אייער פאטער מיטן נאמען "אל שדי", האט ער פאר אייערטוועגן מודיע געווען פאר משה רבינו נאך א נאמען, שם הויה, וואס איז נישט אנטפלעקט געווארן פאר די אבות, ווי ס'שטייט: "ושמי ה' לא נודעתי להם". אבער ביי משה האט ער זיך באוויזן מיטן שם העצם, שם הויה, וואס ער איז "אלהי הצבאות" - דער גאט איבער אלע הימלישע צבאות, איבער די מלאכים, די גלגלים און די כוכבים, ער איז דער אויבערשטער כוח וואס הערשט איבער אלעמען. און דאס איז דער חילוק פון שם הויה, וואס איז ייחודי און ווערט קיינמאל נישט גענוצט אויף קיין שום ענין של חול (ווי "צבאות" וואס קען מיינען סתם מיליטער, אדער "אלוהים" וואס קען מיינען שופטים אדער אלהים אחרים); שם הויה איז דער הייליגער שם העצם, וואס ווערט קיינמאל נישט פארבונדן מיט קיין זאך פון חול. זאגט דער אויבערשטער: אויב איר וועט טאן דעם רצון השם, וועט דער אויבערשטער זיין אייער גאט, און ווי ער איז א גאט איבער אלע צבאות, אזוי וועט ער הערשן איבער אייך און משפיע זיין נאר גוטס; ווי ס'שטייט: "זה שמי לעולם וזה זכרי לדור דור". דער מלבי"ם ערקלערט אז דער נביא ענטפערט זיי יעצט: כלל ישראל באקומט דאך נישט זייערע השפעות דורך מלאכים און שרים, נאר גראד פונעם אויבערשטן אליין! מיר האבן נישט קיין שר אין הימל, נאר קודשא בריך הוא אליין. "ה' זכרו" - וויאזוי ווערט ער דערמאנט ביי אונז? מיטן שם הויה, נישט מיטן שם צבאות און נישט דורך א מלאך אדער שר. טא פארוואס פארלאזט איר זיך אויף א מלאך? איר זאגט דאך אז דער מלאך איז געבליבן אין בית אל און ער וועט אייך משפיע זיין? זאגט דער מלבי"ם: וואס איז דער חילוק צווישן א "שם" און א "זכר"? א "שם" איז דער שם העצם; א "זכר" איז א נאמען וואס ווערט גערופן צוליב א געוויסער מעשה, ווי למשל "נחל אשכול", וואס הייסט אזוי צוליב דעם וואס די מרגלים האבן דארט גענומען דעם אשכול - דאס איז א "זכר", ס'דערמאנט א געשעעניש. משא"כ דער שם העצמי איז דער אייגנארטיגער נאמען אליין. ביים אויבערשטן איז שם הויה דער שם העצם, און "זכרי" זענען די נעמען וואס ווערן גערופן לויט די פעולות, ווי "אלהי הצבאות", אדער "שדי" (שאמר לעולמו די), אדער "אלהים" (תקיף ובעל היכולת). די אלע נעמען זענען "זכרי", ווייל זיי דערמאנען פעולות; אבער דער שם העצם באווייזט אויף אן הנהגה ישירה אן קיין שום שליחים און אמצעיים.
"ואתה באלוהיך תשוב חסד ומשפט שמור וקווה אל אלוהיך תמיד". "ואתה באלוהיך תשוב" - זאגט רש"י: דא איז פאראן א הבטחה, ער זאגט דיר צו אז דו קענסט צוריקקערן און זיך פארלאזן אויפן אויבערשטן; אבער בתנאי: "חסד ומשפט שמור", און דעמאלט ביסטו פארזיכערט אז דו האסט באמת אויף וואס צו האפן אויף זיין ישועה און צו זוכה זיין דערצו. דער רד"ק זאגט: היות דו ביסט דעם זרע פון יעקב, אויב דו ווילסט, קענסטו "באלוהיך תשוב" - אויב דו ביסט נאך פאראינטערעסירט אין דער השגחה פונעם אויבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו אן הנהגה פון "תשוב". וואס מיינט "תשוב"? ערקלערט דער רד"ק: מלשון "שובה ונחת", אן הנהגה פון רואיגקייט און מנוחה. "חסד ומשפט שמור" - מיט דעם תנאי, אויב דו וועסט היטן חסד און משפט; ווייל דער אויבערשטער טוט חסד, משפט און צדקה אין לאנד ("כי באלה חפצתי נאם ה'"), און דאס פאדערט ער אויך פון דיר. דורך דעם וועסטו קענען זיך צוקלעבן און זיין ראוי צו דער הנהגה פונעם אויבערשטן.