אין די פריערדיגע פרקים האט דער נביא גערעדט וועגן דעם פאלג פון עבודה זרה, און אין פרק ד' ווענדט ער זיך צו נאך א פאלג אין וועלכן כלל ישראל איז אריינגעפאלן: דער עושק און גזל וואס איז געווען אין זייערע הענט. דער מלבי"ם ערקלערט אז דא דעקט אויף דער נביא דעם געזעלשאפטלעכן שורש פונעם חטא - דאס לוקסוס-לעבן און צעלאזטקייט פון די שרים און חשוב'ע לייט, וואס איז פינאנצירט געווארן אויפ'ן חשבון פון די דלים און אביונים.
שִׁמְעוּ הַדָּבָר הַזֶּה פָּרוֹת הַבָּשָׁן אֲשֶׁר בְּהַר שֹׁמְרוֹן, הָעֹשְׁקוֹת דַּלִּים הָרֹצְצוֹת אֶבְיוֹנִים, הָאֹמְרֹת לַאֲדֹנֵיהֶם הָבִיאָה וְנִשְׁתֶּה׃ - הערט אויס דעם דאזיגן ווארט, איר קי פון בשן וואס זענען אויפ'ן בארג פון שומרון, וואס דרוקן די ארעמע און צוברעכן די ארימעלייט, וואס זאגן צו זייערע הערן: ברענג, און לאמיר טרינקען.
אין דער ערקלערונג פון "פרות הבשן" זענען פאראן צוויי וועגן. דער ערשטער וועג: עס רעדט זיך פון די ווייבער פון די שרים און סגנים. פונקט ווי אין בשן זענען די קי פעט און גוט, אזוי זענען די ווייבער פון די הערשער געווען צארטע און פארגעניגטע פרויען, אויסגעפעט פון גרויס עסן און זעטיגקייט, און געפירט א גאר הויכן "סטיל". דעם דאזיגן סטיל האבן די מענער געמוזט אויסהאלטן, און פון וואו? "העושקות דלים הרוצצות אביונים" - נישט אז זיי אליין האבן גערויבט, נאר זיי האבן דאס פאראורזאכט. "האומרות לאדוניהם" - דאס זענען זייערע מענער - "הביאה ונשתה", דאס הייסט ברענג נאך געלט, פארשאף נאך פארמעגן. צוליב דעם דרוק האבן די מענער געדרוקט די דלים און צעבראכן די אביונים. "רוצצות" איז א לשון פון צוברעכן, ווי "קנה רצוץ", און די שוואכע און ארעמע האבן נישט געהאט קיין כח זיך צו ראטעווען פון זייער האנט.
דער צווייטער וועג איז פון תרגום יונתן, וואס רש"י ברענגט אראפ, און לויט אים איז "פרות הבשן" א משל אויף די עשירים אליין און נישט אויף זייערע ווייבער: "עתירי נכסיא דבטורא דשומרון" - די רייכע פארמעגליכע אויפ'ן בארג שומרון, "דעשקין מסכניא ואנסין חשיכיא" - וואס בארויבן די ארעמע און פייניגן די ארימעלייט, "דאמרין לריבוניהון אשלטונא ונבז" - וואס זאגן פאר זייערע הערשער: גיט אונז די ממשלה און מיר וועלן רויבן לויט אונזער באגער.
דער מלבי"ם איז מדייק אין די צוויי טיטלען אינעם פסוק: "העושקות דלים" און "הרוצצות אביונים". וואס איז דער חילוק? א דל איז א מענטש וואס האט געהאט געלט און איז אראפגעפאלן, אבער עס איז נאך געבליבן ביי אים א ביסל. אן אביון קומט פון לשון תאווה - פון זיין גרויס ארימקייט גלוסט ער נאך יעדער זאך, און וואס מ'וועט אים נאר געבן וועט אים בארואיגן. קומט אויס אז דער מצב פונעם אביון איז פיל שווערער ווי פונעם דל. דעריבער האט מען ביי די דלים געטון אן "עושק", ווייל עס איז נאך געווען ביי זיי פון וואס צו נעמען; בעת ביי די אביונים, וואס האבן גארנישט געהאט, איז נישט שייך געווען קיין עושק, און דעריבער פלעגט מען זיי "רוצץ" זיין - צוברעכן זייערע קערפערס, כדי זיי זאלן ארבעטן און ברענגען געלט.
נִשְׁבַּע אֲדֹנָי ה' בְּקׇדְשׁוֹ, כִּי הִנֵּה יָמִים בָּאִים עֲלֵיכֶם, וְנִשָּׂא אֶתְכֶם בְּצִנּוֹת וְאַחֲרִיתְכֶן בְּסִירוֹת דּוּגָה׃ - גאט דער האר האט געשוואוירן ביי זיין הייליגקייט, אז אט קומען טעג אויף אייך, און מען וועט אייך אויפהייבן מיט שילדן, און אייערע נאכקאמען אין שיפן פון פישער.
"נשבע ה' בקודשו" - דער אויבערשטער האט כביכול געשוואוירן ביים הימל, ווי "כי אשא אל שמים ידי", און ווי "למעון קודשו לשמים". דאס איז א גזר דין וואס קומט מיט א שבועה.
תרגום יונתן טייטשט "ונשא אתכם בצינות" - "יטלון יתכון עממיא על תריסיהון", א לשון פון מגן און צינה, אזוי ווי "צינה וסוחרה אמיתו": די שונאים וועלן קומען און אויף זייערע שילדן וועלן זיי אייך טראגן, אן אויסדרוק אז די מלחמה-לייט וועלן אייך פארטרייבן אין גלות. "ואחריתכן" - אייערע קינדער, ווי "ותחת לארבע רוחות השמים ולא לאחריתו", וואס מיינט אז די מלוכה וועט נישט בלייבן פאר זיינע קינדער; און זיי וועט מען פירן אין גלות "בסירות דוגה", אין די שיפן פון פישער, וואס הייסן אזוי נאכדעם וואס מען כאפט מיט זיי פיש.
אן אנדער פירוש: "בצינות" איז מלשון צינים וקוצים (דערנער). אז דער שונא וועט קומען און אייך פייניגן און שלעפן מיט דערנער, אזוי ווי מען שלעפט א פיש מיט אן אנגל - וואס דער אנגל איז דאך א מין דארן, ווי "ונתתי חחים בלחייך" און "ובחוח תיקוב לחיו". און לויט דעם איז דער גאנצער פסוק געבויט אויפן משל פון כאפן פיש: פונקט ווי מען כאפט פיש מיט א דארן און מען ווארפט זיי אריין אין פישער-שיפלעך, אזוי וועט מען נעמען אייך און אייערע קינדער נאך אייך.
דער מלבי"ם טייטשט גאר אנדערש: "צינות" זענען כבוד'דיגע קארעטעס (מרכבות), אזוי ווי "ובאו עליך חוצן רכב וגלגל" און "באו בניך בחוצן", וואס דער שורש דערפון איז "צין" - א מרכבה. די שונאים וועלן אייך טראגן אין בכבוד'יגע מרכבות; און באלד וועלן מיר זען אז דער דאזיגער כבוד איז זייער א צווייפלהאפטיגער. "ואחריתכן" - און צום סוף וועט איר זיין אזוי פארשעמט און פאראכט, אז מען וועט אייך נישט פירן אין א מענטשליכער שיף, וואו עס זענען דא זיצן און שטיבער, נאר "בסירות דוגה". "סירות", לויטן מלבי"ם, איז מלשון "סיר" (א טאפ) און נישט מלשון א שיף: ווי א מין גרויסער טאפ וואו מ'פירט פיש און מען לייגט זיי איינע אויף די אנדערע אין הויפנס. פונקט ווי מען ווארפט אריין פיש אין א טאפ, אזוי וועט מען אייך אריינווארפן אין די שיפן און אייך פארטריבן אין גלות.
וּפְרָצִים תֵּצֶאנָה אִשָּׁה נֶגְדָּהּ, וְהִשְׁלַכְתֶּנָה הַהַרְמוֹנָה נְאֻם ה'׃ - און דורך די לעכער אין דער מויער וועט איר ארויסגיין, יעדע פרוי גראד קעגן זיך, און איר וועט פארשליידערט ווערן צום ארמון (הארעם), זאגט דער אויבערשטער.
רש"י און דער רד"ק ערקלערן אז צוליב דער גרויסקייט פון דער צרה וועט יעדער איינער זוכן צו אנטלויפן. געווענליך, ווען איינער וויל אנטלויפן פון שטאט, דארף ער זוכן דעם טויער אין דער מויער; דא אבער וועט די מויער אליין שוין זיין דורכגעבראכן און פול מיט לעכער פון אלע זייטן דורך דעם שונא, און דערפאר "אישה נגדה" - יעדע איינע וועט ארויסגיין גראד קעגן דעם ארט וואו זי שטייט, אן דארפן זוכן קיין טויער. און דאס אליין ווייזט ווי גרויס די צרה איז, אז דער שונא האט שוין אריינגעריסן לעכער ארום און ארום דער גאנצער מויער.
"והשלכתנה ההרמונה" - רש"י טייטשט: איר וועט אראפווארפן פון זיך די גאווה און די שררה וואס איר האט אנגענומען. "הרמונה" איז אזוי ווי "הורמנותא דמלכא", וואס באדייט דעם קעניג'ס באפעל און רשות. זיי זענען דאך געווען די ווייבער פון די שרים און שופטים, נשים פון די חשוב'ע לייט, און יענע שררה און חשיבות וועט אוועקגעווארפן ווערן פון זיי.
דער רד"ק ערקלערט אין נאמען פון זיין פאטער אז "ההרמונה" איז ווי "הארמונה": איר וועט ארויסגעווארפן ווערן פונעם קעניגליכן פאלאץ וואס ביים ברעג מויער און ארויסגיין. און ענליך צו דעם געפינען מיר ביי צדקיהו המלך, אז ווען דער שונא איז געקומען איז ער אנטלאפן דורך אן אונטערערדישער הייל פון זיין פאלאץ ביז אינדרויסן פון די מויערן פון ירושלים, און ער איז געווען זיכער אז מען וועט אים נישט כאפן. על פי דרך הטבע וואלט מען אים טאקע נישט געכאפט, נאר פונקט איז דארט דורכגעלאפן א הערש, און די סאלדאטן פונעם שונא זענען אים נאכגעלאפן - מסתמא האבן זיי אים געוואלט פאר מיטאג - און פלוצים האבן זיי געזען ווי צדקיהו קומט ארויס פון דער ערד, און דער הקדוש ברוך הוא האט אים איבערגעגעבן אין זייערע הענט.
דער מלבי"ם גייט ווייטער אין זיין מהלך. לכאורה איז שווער: אויב רעדט מען פון שלעכטע, פארדארבענע פרויען, פארוואס זאל מען זיי פירן מיט כבוד'דיגע קארעטעס? אויף דעם זאגט ער: וויי צו אזא כבוד! "הרמון" אין די ספרים פונעם מזרח איז א באצייכענונג אויף א בית הפילגשים (הארעם), דער ארט וואו דער קעניג האט געהאלטן זיינע ווייבער און פילגשים, אזוי ווי דער "בית הנשים" ביי אחשוורוש וואס שעשגז איז געווען ממונה דערויף. דאס הייסט: לכתחילה נעמט מען זיי אין כבוד'דיגע וואגאנען כדי זייער פרייז זאל שטייגן, און צום סוף "והשלכתנה ההרמונה" - וועט מען זיי פארשליידערן צום ארט פון די ווייבער, פילגשים און זונות. דער לשון "והשלכתנה" ווייזט שוין וואס עס גייט איבער אויף זיי: דו האסט געמיינט אז דאס איז א קארעטע פון חשיבות, און צום סוף ווארפט מען דיך אריין אינעם הארעם. דאס איז די שטראף פון יענע מענטשן - בזיונות אנשטאט די שררה און גאווה וואס זיי האבן זיך געפירט קעגן די עניים און אביונים.
און דער מקור פונעם מלבי"ם פאר דעם פירוש איז פונעם ווארט "פרצים": מלשון פריץ און פרוץ, אזוי ווי "הוליד בן פריץ", דאס הייסט פרוצה'דיגע פרויען. און די כוונה פונעם פסוק איז: ווען די דאזיגע פרויען וועלן אנקומען, וועלן ארויסקומען פונעם הארעם פרוצה'דיגע פרויען זיי צו מקבל פנים זיין, "אישה נגדה" - איין פרוי קעגן דער צווייטער, כביכול אנטקעגן דער ראלע וואס איז באשטימט געווארן פאר זיי, השי"ת זאל אפהיטן. און דעמאלט וועט מען זיי אריינווארפן אין יענעם ארט פון פריצות און שמוץ.
בֹּאוּ בֵית אֵל וּפִשְׁעוּ, הַגִּלְגָּל הַרְבּוּ לִפְשֹׁעַ, וְהָבִיאוּ לַבֹּקֶר זִבְחֵיכֶם לִשְׁלֹשֶׁת יָמִים מַעְשְׂרֹתֵיכֶם׃ - קומט קיין בית אל און זינדיגט, קיין גלגל און מערט אן זינד, און ברענגט יעדן פרימארגן אייערע קרבנות, צו יעדער דריי טעג אייערע מעשרות.
וְקַטֵּר מֵחָמֵץ תּוֹדָה, וְקִרְאוּ נְדָבוֹת הַשְׁמִיעוּ, כִּי כֵן אֲהַבְתֶּם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל נְאֻם אֲדֹנָי ה'׃ - און פאררייכערט א קרבן תודה פון חמץ, און רופט אויס נדבות און לאזט הערן, ווייל אזוי האט איר דאך ליב, בני ישראל, זאגט ג-ט דער הער.
דער פסוק איז שווער צו פארשטיין: רופט דען דער נביא זיי זאלן גיין טון עבירות? נאר רש"י ערקלערט, און דאס איז אויך דער מהלך פונעם רד"ק, אז דאס איז "ווי איינער וואס זאגט פאר א בן בליעל: טו, טו, ביז דיין מאס וועט זיך אנפילן". און דער רד"ק לייגט צו אז דאס איז נישט קיין באפעל פון רצון, אז כביכול זיין ווילן איז אז זיי זאלן אזוי טון, נאר בדרך גיזום און גוזמא, אזוי ווי "שמח בחור בילדותך".
פארוואס טאקע בית אל און דער גלגל? אין בית אל איז דאך געווען דער עגל, און אינעם גלגל האבן מיר שוין געזען זייער שלעכטס - "בגלגל שוורים זיבחו". און דער טעם: אינעם גלגל האט גערוהט דער משכן לכתחילה, און דארט זענען געווען די פארזאמלונגען און די ג-טלעכע התגלות'דיגע מאמענטן, און ביים עם איז געווען א נאטירלעכער צי צו דעם ארט. דערפאר האבן זיי זיך אלעמאל אנגעכאפט אין ערטער וואס פריער איז דארט געווען קדושה, און דארט האבן זיי אוועקגעשטעלט זייער עבודה זרה, זאגנדיג אז דאס איז אן ארט וואו דער ג-טלעכער רצון רוהט. און דאס אליין איז דער טעם פארוואס מען האט אויפגעשטעלט על-אקצא אויפן פלאץ פונעם הר הבית: דער פלאץ איז הייליג, און די מאמינים זענען סיי ווי צוגעבונדן דערצו, און דורך דעם שלעפט מען מענטשן. און אזוי אויך אין מערת המכפלה, וואס מען האט געבויט א מעטשעט דערויף. און כאטש זיי טענה'ן וועגן "אבראהים", איז דער עיקר ענין זיך ארויפצוכאפן אויפן כוואליע פון דער קדושה פונעם ארט. און אגב, האבן גדולי הדור געזאגט אז מסר ה' עולמו לשומרים - אז ס'איז גוט וואס דארט איז געווארן אויפגעשטעלט א מעטשעט און נישט קיין קלויסטער, ווייל א קלויסטער איז עבודה זרה און א מעטשעט איז נישט קיין עבודה זרה; און נאך מער, אז אויב וואלט דארט נישט געווען קיין מעטשעט, וואלט מען געמאכט א טוריזם צום הר הבית, און ערלעכע מענטשן וועמענס כוונה איז לשם שמים וואלטן נכשל געווארן אין אן איסור כרת. מיר פרייען זיך נישט מיטן מעטשעט, אבער דאס איז הרע במיעוטו. און דערפאר זאגט דער נביא "הגלגל הרבו לפשוע": ס'איז נישט גענוג וואס איר האט אוועקגעשטעלט עבודה זרה אין בית אל, נאר אויך אינעם גלגל האט איר פארמערט צו זינדיגן.
לכאורה וואס איז דער ענין פון "והביאו לבוקר זבחיכם לשלושת ימים מעשרותיכם"? וואס איז די נפקא מינה ווען מען ברענגט? דא טיילן זיך די וועגן. רש"י ערקלערט אז די גלחים פון דער עבודה זרה האבן געוואלט מאכן גרינגער דאס לעבן פאר זייערע דינער, און האבן זיי געזאגט: פארוואס זאלסטו מקריב זיין צום בית המקדש? קום און דין מיין עבודה זרה, זי איז מער ליבעראל, ווייניגער שטרענג, ווייניגער עקסטרעם. דאס איז פונקט דער זעלבער לאזונג וואס די מרשיעי הברית האבן היינט ליב צו זאגן: "א מקרב'דיגע אידישקייט, אן ארומנעמענדיגע אידישקייט" - וואס קומט געווענליך אויפן חשבון פון דער הלכה. א מקרב'דיגע עבודה זרה, אזא רעפארמישע.
און אין וואס קומט דאס צום אויסדרוק? אין דער תורה שטייט "לא ילין לבוקר חלב חגי", און זיי זאגן "והביאו לבוקר זבחיכם". אין דער תורה שטייט ביי קדשים קלים "ביום זבחכם יאכל וממחרת", און זיי זאגן "לשלושת ימים מעשרותיכם" - מעשר בהמה - דריי טעג מעג מען עסן דאס פלייש. אין דער תורה שטייט "כי כל שאור וכל דבש לא תקטירו", און זיי זאגן "וקטר מחמץ תודה", פאירעכער די תודה פון חמץ'דיגע ברויט. אין דער תורה שטייט "לא תאחר לשלמו", בשעת זיי זאגן "וקראו נדבות השמיעו" - רופט אויס און לאזט הערן איבער יעדן איינעם וואס נעמט זיך אונטער א נדבה, און ווער ס'האט פארגעסן און נאך נישט געברענגט זיין קרבן, זאל זיך דערמאנען, און ביי אונז איז מען נישט מקפיד אויפן פארשפעטיגן. דאס הייסט: די עבודה זרה לוינט זיך אייך פיל מער ווי עבודת ה'.
דער רד"ק ערקלערט אויף א גאר פארקערטן אופן: אלעס וואס איר טוט פאר דער עבודה זרה וואלט איר געדארפט טון פאר עבודת ה'. דעם גלגל און בית אל, ערטער פון ג-ט'ס דינסט, האט איר פארוואנדלט אין הייזער פון עבודה זרה. "והביאו לבוקר זבחיכם" - יעדן אינדערפרי ברענגט איר אהין אייערע זבחים אנשטאט צום בית המקדש. "לשלושת ימים מעשרותיכם" - "ימים" מיינט דא א יאר, אזוי ווי "תשב הנערה איתנו ימים או עשור", און אזוי ווי "ימים תהיה גאולתו", און די כוונה איז צו "מקצה שלוש שנים תוציא את כל מעשר תבואתך". דאס הייסט, לויטן רד"ק רעדט זיך דא נישט פון מעשר בהמה ווי אין רש"י'ס פירוש, נאר פון מעשר תבואה. און אויף דעם וואונדערט זיך דער נביא: די קרבנות און די מעשרות ברענגט איר צום הויז פון עבודה זרה אנשטאט זיי צו ברענגען צו מיר - און פארוואס האסטו ענדערש געוואלט גיין דינען אן עבודה וואס האט גארנישט קיין ממשות?
און אזוי אויך ביי "וקטר מחמץ תודה". לויט רש"י איז דאך נישטא אזא זאך אין דער תורה, ווייל ס'איז נישטא קיין שום קרבן וואס גייט ארויף חמץ אויפן מזבח; ביי א קרבן תודה זענען דא דרייסיג חלות מצה און צען חלות חמץ, אבער די ברויטן גייען בכלל נישט ארויף אויפן מזבח, נאר די בעלים עסן זיי. און דערפאר, לויט רש"י, זאגן די גלחים: ביי מיר מעג מען אויך מקטיר זיין ברויט, וואס די תורה אסר'ט. אבער לויטן רד"ק, וואס דער גאנצער פסוק רעדט אקעגן דעם וואס זיי וואלטן געדארפט טון פאר עבודת ה', האט דאך די תורה יא מתיר געווען, ווייל עס שטייט "על חלות לחם חמץ יקריב קורבנו" - און די כוונה איז נישט מקטיר צו זיין דאס ברויט אליין אויפן מזבח, נאר מקריב צו זיין דעם קרבן בשעת ער ברענגט מיט זיך אויך חלות לחם חמץ, און די ברויטן אליין ווערן געגעסן. און כאטש מען פאררייכערט נישט פונעם חמץ, אבער פונעם קרבן וואס קומט אויפן חמץ, וואס דאס איז די תודה, פאררייכערט מען יא די אימורים - די אינערלעכע חלקים פון דער בהמה, וואס ווערן אינגאנצן פארברענט אויפן מזבח.
קאפיטל ד' הייבט זיך אן מיט א תוכחה איבער דעם פאלגריב פון עושק און גזל: "פרות הבשן" - די פארגעניגטע ווייבער פון די שרים (אדער די גבירים אליין, לויט תרגום יונתן) - וואס פאדערן "הביאה ונשתה", און פון דעם דריקן זיי אויס די ארימע לייט וואס ביי זיי איז נאך עפעס געבליבן, און צעטרעטן די אביונים וואס האבן גארנישט. אויף דעם האט דער הקדוש ברוך הוא געשוואורן ביי זיין הייליגקייט אז מען וועט זיי פארטילקן אין גלות: לויטן פירוש פון תרגום יונתן אויף שילדן און אין פישער-שיפלעך, און לויטן מלבי"ם אין כבוד'דיגע קארעטעס וואס זייער סוף איז ביזיון - אז זיי וועלן אריינגעווארפן ווערן אינעם הרמון, און געפירט ווערן אין שיפן ווי פיש וואס מען ווארפט אריין אין טאפ. "ופרצים תצאנה" - די מויער וועט זיין צעבראכן פון יעדער זייט, און לויטן מלבי"ם וועלן אויסגעלאסענע פרויען ארויסקומען זיי אקעגן. און צום סוף קומט די צינישע תוכחה "בואו בית אל ופשעו", אין די צוויי וועגן פונעם ביאור: לויט רש"י, די גלחים'ס פיתוי מיט קולות וואס די תורה ערלויבט נישט; און לויטן רד"ק, די באשולדיגונג אז אלעס וואס זיי האבן אוועקגעגעבן פאר דער עבודה זרה וואלט געדארפט גיין פאר עבודת ה'.