קאַפּיטל ה' פּסוק י': "בִּרְבוֹת הַטּוֹבָה רַבּוּ אוֹכְלֶיהָ"
איין פּסוק אין קהלת, און פֿון אים עפֿענען זיך צען טויערן פֿון פֿאַרשטאַנד. שלמה המלך שטעלט דאָ אַ גלײַכונג: ווען דאָס גוטס מערט זיך - מערן זיך די וואָס עסן דערפֿון. און גלײַך פֿרעגט ער: און וואָס בלײַבט איבער פֿאַרן בעל הטובה אַליין? דער ענטפֿער איז - "כי אם ראות עיניו", נאָר וואָס זײַנע אויגן זעען. לאָמיר דורכגיין די פֿאַרשידענע פּירושים, און זען ווי יעדער איינער פֿון זיי עפֿנט אַן אַנדער ווינקל אין עבודת ה' און אין דער השקפת החיים.
בִּרְבוֹת הַטּוֹבָה רַבּוּ אוֹכְלֶיהָ וּמַה כִּשְׁרוֹן לִבְעָלֶיהָ כִּי אִם רְאוּת עֵינָיו׃ - אַז דאָס גוטס מערט זיך, מערן זיך אירע עסער, און וואָס פֿאַר אַ נוצן האָט איר בעל הבית, נאָר דאָס וואָס זײַנע אויגן זעען.
רש"י: וואָס האָט דער קדוש ברוך הוא פֿון אונדזערע מעשים?
רש"י ערקלערט: ווען כּלל ישׂראל פֿאַרבעסערט זייערע מעשׂים - "ברבות הטובה" - זיי טוען פֿיל גוטע מעשׂים, דעמאָלט "רבו אוכליה", אַז זיי עסן דעם מתן שׂכר פֿון די מצוות. "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ" - "וְנָתַתִּי שָׁלוֹם בָּאָרֶץ", "וְהִשִּׂיג לָכֶם דַּיִשׁ אֶת בָּצִיר". איר וועט טאָן גוטס - וועט איר עסן גוטס. און דעמאָלט פֿרעגט זיך די קשיא: "ומה כשרון לבעליה" - דער וואָס האָט אונדז באַפֿוילן, דער בעלים וואָס האָט געהייסן טאָן גוטס, וואָס האָט ער פֿאַרדינט פֿון דעם גאַנצן פֿאַרבעסערן זייערע מעשׂים? דערויף ענטפֿערט שלמה: "כי אם ראות עיניו" - די נחת רוח וואָס איז דאָ פֿאַר אים, אַז איך האָב געזאָגט און מײַן רצון איז געטאָן געוואָרן.
דאָס איז אַ גרויסער יסוד: זאָלסט נישט מיינען אַז אויב דו האָסט געטאָן, האָסטו אים עפּעס געגעבן. "אִם צָדַקְתָּ מַה תִּתֶּן לוֹ, וּמַה מִיָּדְךָ יִקָּח". דער קדוש ברוך הוא האָט נישט קיין שום פּערזענלעכע הנאה פֿון דעם וואָס דו האָסט געטאָן. טאָ וואָס יאָ? צו טאָן אַ נחת רוח פֿאַר אים - אַז אָמרתי ונעשׂה רצוני.
דאָס זעלבע איז בײַ קרבנות: "ברבות הטובה רבו אוכליה" - ווען מען ברענגט פֿיל נדבות, מערן זיך די כהנים וואָס עסן פֿונעם פֿלייש פֿון די קרבנות, ווײַל נדבות זענען דאָך שלמים און ענלעכע וואָס כהנים האָבן אַ חלק אין זיי. "ומה כשרון לבעליה" - וואָס קומט דעם קדוש ברוך הוא אַרויס פֿון דעם? דער אויבערשטער האָט דאָך נישט געגעסן דעם קרבן, נאָר די כהנים האָבן אים געגעסן! און דער ענטפֿער איז דער זעלבער ענטפֿער: "כי אם ראות עיניו" - אַ נחת רוח פֿאַר מיר, אָמרתי ונעשׂה רצוני.
פסיקתא זוטרתא: די ראייה-הנאה פֿונעם בעל הבית
די פסיקתא זוטרתא ערקלערט אַנדערש: אַ מענטש וואָס האָט פֿיל שפּײַז - "רבו אוכליה", ער רופֿט מענטשן זיי זאָלן קומען עסן מיט אים. דאָס איז פּונקט דער ענין פֿון אַ קרבן תודה, וואָס מען פֿלעגט מיט אים ברענגען פֿערציק לחמים און מען האָט זיי אַלע געמוזט אויפֿעסן אין איין טאָג. דער ציל איז קלאָר: דו האָסט אַזוי פֿיל לחמים און אַזוי ווייניק צײַט - ברענג פֿיל מענטשן צו עסן בײַ דײַן טיש. דו קענסט נישט זאָגן "איך וועל דאָס עסן אין די קומענדיקע צוויי וואָכן" - מען מוז עס פֿאַרענדיקן הײַנט. און ווען אַלע קומען צוזאַמען, פֿרעגן זיי: אויף וואָס איז די סעודה? דעמאָלט דערציילט ער וואָס פֿאַר אַ נס דער אויבערשטער האָט אים געטאָן און דערפֿאַר האָט ער געבראַכט אַ קרבן תודה - און מיט דעם טוט ער מפרסם זײַן די מעשׂי ה'.
און אויב דו וועסט פֿרעגן: "ומה כשרון לבעליה" - וואָס פֿאַרדינט ער מער פֿון די אַנדערע, אַלע עסן דאָך? איז דער ענטפֿער: "כי אם ראות עיניו". פּונקט ווי זיי האָבן הנאה פֿונעם טעם, האָט ער אויך הנאה פֿון דער ראייה, ווײַל אַלץ איז זײַנס. די געסט האָבן הנאה בלויז פֿונעם טעם, און דאָס איז נישט זייערס; אָבער דער בעל הבית, וואָס איז דער געבער, האָט אויך הנאה פֿון דער ראייה - אַז אַלץ איז זײַנס און ער זעט זיי עסן פֿון זײַנעס. און דאָס איז אַ גוט געפֿיל. און אַזוי געפֿינען מיר אויך אין לשון הכתוב: "וַתֵּרֶא הָאִשָּׁה כִּי טוֹב הָעֵץ לְמַאֲכָל וְכִי תַאֲוָה הוּא לָעֵינַיִם" - עס איז פֿאַראַן אַ בחינה פֿון אכילה, און עס איז פֿאַראַן אַ בחינה פֿון "תאווה הוא לעינים".
אחד המרבה ואחד הממעיט
דער מדרש ברענגט דעם זעלבן געדאַנק בנוגע קרבנות. עס שטייט בײַ אַן עולת בהמה "אִשֵּׁה רֵיחַ נִיחוֹחַ", און בײַ אַן עולת העוף "אשה ריח ניחוח", און בײַ אַ מנחה "אשה ריח ניחוח". אַן עולת בהמה איז אַ גרויסער קרבן; אַ מנחה איז בלויז אַ קומץ סולת. און בײַ אַלע ווערט געזאָגט דער זעלבער לשון - דיר צו זאָגן: אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים. ברענג פֿיל, ברענג ווייניק - דער עיקר איז וויפֿל מען האָט אינזינען לכבוד דעם בורא יתברך.
די גמרא אין מנחות (דף ק"י) פרעגט: מאי קראה - פון וואו לערנט מען דאס? זאגט רב אדא בר אהבה: "ברבות הטובה רבו אוכליה, ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו". דער עושר, ביי וועמען עס איז דא אסאך טובה און פארמעגן, קען ברענגען א גרויסן קרבן; דער עני ברענגט א קליינעם קרבן. "ומה כשרון לבעליה" - וואס איז דער מעלה און יתרון פון דעם וואס ברענגט א גרויסן קרבן, עס שטייט דאך אויף יעדן פון זיי "ריח ניחוח"?
רש"י טייטשט אז "בעליה" גייט ארויף אויפן הקדוש ברוך הוא: "כי אם ראות עיניו" - וואס דער אויבערשטער זעט אז ער האט זיך איבערגעגעבן און געמיינט לטובה. דאס איז דער "כשרון": דער יתרון ווערט געמאסטן לויט דער כוונה לשם שמים, וויפל נחת רוח מען מאכט פארן אויבערשטן יתברך. דער מהרש"א ווידער לערנט אז "בעליה" איז דער מקריב אליין: וואס איז די מעלה פונעם מענטש וואס ברענגט דעם גרויסן קרבן? "כי אם ראות עיניו" - בלויז פאר די אויגן קוקט עס אויס ווי מען האט געברענגט מער. אבער למעשה, סיי וואס דו האסט געברענגט, סיי די יונה אדער דער תור פונעם עני, און סיי די סולת פונעם דל שבדלי דלות - פארן רבונו של עולם איז אלעס איין בחינה פון ריח ניחוח. דער גאנצער "כשרון" איז בלויז למראה עיניים.
"ראתה עין שבעה נפש" - פון דא לערנט מען אויף בלינדע וואס עסן און ווערן נישט זאט
חז"ל דרש'נען פונעם פסוק "ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו" - פון דא איז א מקור אז בלינדע מענטשן עסן און ווערן נישט זאט. ווייל עס איז נישט גלייך איינער וואס זעט זיין קארב ליידיג און ווערט הונגעריג, צו איינעם וואס זעט זיין קארב פול און ווערט זאט. "ראתה עין - שבעה נפש": ווען א מענטש זעט אז ס'איז פאראן אסאך, מאכט אים דאס שוין זאט, און ער קען זיך באגנוגענען מיט ווייניג. אבער אויב מען ברענגט אים יעדעס מאל א ביסל, און מען זאגט אים אז עס איז נישטא גענוג - בלייבט ער הונגעריג, און ער עסט און עסט נאך.
ס'איז געווען א מעשה מיט יארן צוריק אין א האטעל, וואס איינער האט געדונגען און ער אליין האט געברענגט אלע באדערפענישן. אלעס איז געווען אומארגאניזירט, און דאס עסן האט מען געברענגט פון א קייטערינג מיט שפעטיגונגען און חסרונות. וואס מען האט דארט באמערקט איז געווען די טשיפּס: מען האט געברענגט א ביסל, און יעדעס מאל געזאגט אז מען וועט ברענגען נאך, און יעדעס מאל האט מען טאקע נאך געברענגט. למעשה האט מען דארט אויפגעגעסן פיר מאל אזויפיל ווי מען עסט ביי א געווענליכע סעודה! פארוואס? ווייל יעדעס מאל איז געווען ווייניג, און ווער עס האט נאר געזען - האט גלייך געכאפט, מיט א געפיל אז 'ס'איז נישטא גענוג, נעם שנעל פאר ס'וועט אויסגיין'. ווער עסט אזעלכע ריזיגע מאסן? נאר אז מען גיט א געפיל פון מאנגל, האט די אויג נישט געזען - איז די נפש נישט זאט געווארן, און יעדער וויל נאך און נאך. אבער ווען מען וואלט אראפגעשטעלט א גרויסן הויפן ווי א בארג, וואלט מען מעגליך געדארפט נאר א פערטל פון וואס מען האט בסוף אויסגעגעבן: דער מענטש זעט אז עס איז פאראן גענוג, ער זאגט זיך אז אויב ס'וועט פעלן קען מען צוקומען נעמען נאך, ער נעמט א ביסל - און ס'איז אים גענוג.
עס ליגט אין דעם א טיפע פסיכאלאגיע, און אויך היינט ווייסט מען דאס גוט אין מסחר און מארקעטינג: מען ווייסט וויאזוי אויסצושטעלן די סחורה כדי די אויג פונעם קונה זאל זאט ווערן פון דער גרויסער מאס. און אזוי אויך, ווען מען וויל ווייזן אז די סחורה "כאפט זיך", לייגט מען ארויס גרויסע הויפנס אינדרויסן, וואס דאס שיקט א מעסעדזש פאר די מענטשן אז דער פראדוקט פארקויפט זיך אין גרויסע קוואנטיטעטן.
דער בלינדער קען נישט זען, דערפאר פילט ער כסדר הונגער - די גאנצע צייט שפירט ער א באדערפעניש צו עסן נאך. "ראתה עין שבעה נפש", און ביי אים זעט דאך נישט דאס אויג, ממילא ווערט די נפש נישט זאט. און דאס איז דער באדייט פון "ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו": ווען די טובה מערט זיך, ווירקט די טובה צום גוטן נאר ווען מען זעט זי. די ראיה אליין איז די וואס מאכט זאט; און אן דעם וועט מען אלעמאל פילן הונגער.
"אל תתאווה לשולחנם" - דער טיש פון רבי חנינא בן דוסא
דער ספר ארץ חמדה ברענגט פונעם ספר חוות יאיר א ביאור אויף די ווערטער פונעם תנא אין פרקי אבות: "אל תתאווה לשולחנם, ששולחנך גדול משולחנם". אויף וועמען איז דאס געזאגט געווארן? דער מדרש שמואל דארט ערקלערט עס אויפן יסוד פון וואס חז"ל זאגן, אז א בת קול איז ארויסגעגאנגען און געזאגט: כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני, וחנינא בני די לו בקב חרובים מערב שבת לערב שבת - די גאנצע וועלט ווערט געשפייזט אינעם זכות פון מיין זון חנינא, און פאר מיין זון חנינא איז גענוג א קב באקסער פון איין ערב שבת צום צווייטן.
קומט אויס, אויב מען צעלייגט דאס אויף קליינגעלט, האט רבי חנינא זוכה געווען צו דעם וואס אפילו די גרעסטע גבירים האבן נישט זוכה געווען. ווייל אפילו אן אדיר פון אן עושר וואס האט אויפגעשטעלט בתי תמחוי אין דאס גאנצע לאנד - וויפיל מענטשן שפייזט ער שוין? טויזנטער? צענדליגער טויזנטער? ער דערגרייכט דאך נישט אפילו צום קלענסטן שפיץ פון רבי חנינא בן דוסא, וואס די גאנצע וועלט אינגאנצן ווערט געשפייזט אין זיין זכות. דעריבער, "אל תתאווה לשולחנם": זאל א מענטש נישט טראכטן "ווען איך וואלט געהאט אזויפיל געלט ווי יענער, וואלט איך געשפייזט אזויפיל אידן" - דו גיבסט שוין היינט פיל מער פון וואס יענער גיט, און דו האסט א השפעה אויפן כלל פיל מער פון אים.
און דאס איז וואס קהלת זאגט: "ברבות הטובה" - אויב ביסטו א צדיק און דו מערסט מעשים טובים, "רבו אוכליה" - עס מערן זיך די מענטשן וואס ווערן געשפייזט אינעם זכות פון דער טובה וואס דו טוסט, בזכות די מעשים טובים און בזכות דיין לערנען תורה. "ומה כשרון לבעליה" - וואס איז די כח פון די בעלי ממון, די עשירים, אפילו זיי זענען גרויסע בעלי חסד? "כי אם ראות עיניהם" - זיי קענען בלויז געבן פאר דעם וואס זיי זעען פאר די אויגן. רבי חנינא בן דוסא זיצט און לערנט - און דערמיט שפייזט ער א מענטש וואס געפינט זיך אין אויסטראליע; בעת דער עושר, כּדי צו געבן - מוז דאך זען פאר וועמען ער גיט. אבער דער צדיק שפייזט אויך די וואס ער זעט בכלל נישט.
לויט דעם פארשטייט מען וואס גדולי ישראל פלעגן אלעמאל אנווייזן: א מענטש וואס קען עוסק זיין בתורה - זאל עוסק זיין בתורה. און דערפאר טוט מען מחנך זיין די קינדער און די בחורים זיי זאלן זיצן און לערנען תורה. און אויב איינער פרעגט: עס איז דאך פאראן דער ענין פון גמילות חסדים און מען דארף דאס מערן - אודאי וועט פונעם לערנען אליין ארויסקומען אויך גמילות חסדים, און די מציאות איז דאך אז גדולי ישראל זענען געווען די גרעסטע גומלי חסדים. אבער אפילו אן דעם, איז נישטא קיין גרעסערער חסד מיט דער גאנצער וועלט ווי דאס וואס מען לערנט תורה. א מענטש זיצט איינגעהילט ביי זיך אינדערהיים און לערנט - טוט ער א חסד מיט דער גאנצער וועלט, ווייל ער האלט דאך אויס די בריאה. "אל תתאווה לשולחנם, ששולחנך גדול משולחנם" - עס קען זיין אז די גאנצע וועלט ווערט געשפייזט בזכות יענעם איד וואס זיצט ערגעץ אין א ווינקל און איז עוסק בתורה. זיין תורה איז א תורת חסד, און זיין לערנען ברענגט א השפעה פון חסד פארן גאנצן כלל.
אמרי שפר: עס מערן זיך די וואס זענען אנגעוויזן אויף דיר - און וואס בלייבט אויף אייביג?
דער אמרי שפר טייטשט: וואס מער א מענטשנס געלט מערט זיך, אלץ מער מערן זיך די וואס עסן ביי זיין טיש און שפייזן זיך פון זיין ברויט. נישט בלויז ווייל עס קומען צו קרובים - כאטש דאס איז אויך אמת, אז ווען א מענטש פארמאגט געלט ווערט ער פלוצלונג דער "ביורא צו זוכן קרובים", און יעדער איינער כאפט זיך אז ער איז זיין פערטער שוועסטער-קינד. ווען ער איז געווען אן ארימאן האסטו אים נישט געקענט, און ווען ער איז געווארן אן עשיר הייבסטו אן זיך דערמאנען אין אים.
מיר האבן אמאל געזאגט אויפן פסוק ביי יובל: "וְשַׁבְתֶּם אִישׁ אֶל אֲחֻזָּתוֹ וְאִישׁ אֶל מִשְׁפַּחְתּוֹ תָּשֻׁבוּ". מען פרעגט: בשלמא אל אחוזתו פארשטייט מען, ער קערט זיך צוריק צו זיין פעלד, אבער וואס באדייט "אל משפחתו תשובו"? נאר ווען דו ביסט געווען אן ארימאן, האט דיך קיינער נישט געקענט און קיינער נישט דערקענט; דו גייסט אויף איין זייט גאס - גייט יענער אויף דער צווייטער זייט, כדי דו זאלסט חלילה נישט זאגן אז דו ביסט זיין קרוב, עס זאל אים נישט שאטן אין שידוכים. אבער ווען דו ווערסט אן עשיר - פלוצלונג זוכן אלע דיין נאנטקייט, פרעגן אויף דיין וואוילזיין, און דערציילן דיר ווי נאנט זיי זענען צו דיר. קומט אויס, אז ווען ס'איז "איש אל אחוזתו", ממילא איז אויך "איש אל משפחתו תשובו" - דו וועסט פלוצים זען וואס פאר א גרויסע משפחה דו פארמאגסט.
נאר די כוונה פונעם אמרי שפר איז אן אנדערע: פונעם עצם ענין וואס זיין טיש וואקסט און ער ווערט א בעל נכסים, זענען פיל מענטשן אנגעוויזן אויף אים - ארבעטער, משרתים, פועלים, מענטשן וואס היטן אויף זיין פארמעגן און בויען עס אויף. "רבו אוכליה". און וואס קומט ארויס פאר דעם מענטש פון דעם אלעם? "ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו" - זיין גאנצע מעלה איז בלויז דאס וואס ער זעט דא אויף דער וועלט: אז ער איז געווארן א גביר און ער פארמאגט פיל משרתים. ווארום אויב ער וואלט זיך געפירט אנדערש, און געשפייזט מיט זיין ברויט און מיט דעם שפע וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן הונגעריגע און דלות'דיגע לייט - וואלטן זיי אים באדאנקט פארן חסד, און ער וואלט געהאט דערמיט א זכות פון צדקה פארן אויבערשטן, און וואלט זוכה געווען דערמיט לנצח. משא"כ יעצט, וואס האט ער? דער ארבעטער זאגט אים "גוט מארגן, א דאנק וואס דו גיבסט מיר פרנסה" - דאס איז בלויז "ראות עיניו".
און מען קען זאגן אז די כוונה איז נישט דווקא ער זאל ארייננעמען עניים עסן ביי זיך, נאר אזוי ווי דער רמב"ם זאגט: "יהיו עניים בני ביתך". אויב פעלט דיר אויס צו האלטן משרתים און געהילפן - נעם עניים, און נעם נישט אזעלכע וואס זייער מצב הפרנסה איז סיי ווי גוט, ווייל דעמאלט וועט עס דער אויבערשטער רעכענען פאר צדקה אז דו שטיצסט א נצרך. אויך דא, אויב דו וואלסט מקפיד געווען אז דיינע ארבעטער זאלן דווקא זיין די עכטע נצרכים - וואלט עס נישט געווען בלויז "ראות עיניו" און באקומען א דאנק, נאר דו וואלסט אויך זוכה געווען לנצח בזכות דעם חסד וואס דו האסט געטאן.
מעם לועז בשם עטרת שמואל: ווער קען קוקן יענעם אין פנים
דער מעם לועז ברענגט בשם דעם עטרת שמואל א שיינעם ביאור בדרך צחות. חז"ל זאגן אין ירושלמי אין מסכת כלאים: איינער וואס עסט פון א זאך וואס איז נישט זיינס - "בהית לאסתכולי באפיה", ער שעמט זיך צו קוקן אין פנים פון דעם וואס שפייזט אים. דאס איז "נהמא דכיסופא" (ברויט פון שאַנד). אבער דער וואס עסט פון זיין אייגנס - האט נישט דעם חסרון.
און דאס איז דער טייטש פון פסוק: "ברבות הטובה רבו אוכליה" - ווען עס איז פאראן אסאך טובה, קומען פיל מענטשן עסן ביים טיש. און אויב דו וועסט פרעגן, וואס פאר א מעלה האט דער בעל הבית איבער די אנדערע עסערס, ביידע עסן דאך פונעם זעלבן טיש און די זעלבע מאס? איז דער תירוץ: "כי אם ראות עיניו" - ער קען קוקן אויף זיי, אבער זיי קענען נישט קוקן אויף אים. זיין גאנצע מעלה איז אז ער שעמט זיך נישט צו קוקן אויף זיי, ווייל דאס עסן איז זיינס; בעת זיי שעמען זיך צו קוקן אויף זיין פנים, ווייל עס איז נישט זייערס.
משל ומליצה: דער פאבריקאנט וואס דרייט בלויז איבער געלטער
עס זענען דא וואס ערקלערן, און אזוי ברענגט דער ספר משל ומליצה, אז ס'איז גערעדט פון א מענטש וואס האט א מלאכה און ער מאכט שיין פרנסה דערפון, נאר ער האט באשלאסן אז אנשטאט זיין אן אנגעשטעלטער וועט ער ווערן א בעל הבית פאר זיך: עפענען א גרויס געשעפט און אויפנעמען פועלים. אבער א סך מאל קומט אויס זיין שכר בהפסדו - ווען ער קוקט אריין אין די חשבונות זעט ער אז אלע רווחים גייען אוועק פאר די ארבעטער; די דירה-געלט פונעם פלאץ קאסט געלט, די מאשינען קאסטן געלט, און דער מס הכנסה לאזט אים איבער בלויז א ביסל. צום סוף שטעלט זיך ארויס אז דאס גאנצע געלט וואס ער האט געמיינט אז ער פארדינט - איז נישט מער ווי א גלגול כספים בלבד.
דאס מיינט דער פסוק: "ברבות הטובה רבו אוכליה" - ווען דו האסט א גרויסע פאבריק, מערן זיך די וואס עסן דערפון. "ומה כשרון לבעליה" - וואס פארדינט דער בעל הבית פון דעם אלעם? "כי אם ראות עיניו": ער דרייט זיך ווי א טווס, ער איז דאך דער בעל הבית, דער פאבריקאנט, דער מנהל, ער האט א בריוופאפיר וואו ס'שטייט "מנכ"ל", און יעדער וואס זעט אים איז זיכער אז ער "זיצט גוט" - בעת בפועל דרייט ער בלויז איבער געלט. וואס איז יא דא דא? "רבו אוכליה" - פיל ארבעטער האבן ברוך ה' פרנסה פונעם גרויסן געשעפט וואס דו האסט אויפגעשטעלט; אבער דו אליין - ראולסט בלויז איבער געלט.
וואס מער עס מערן זיך די עסערס - אלץ מער מערט זיך די טובה
נאך ערקלערט מען אין "ברבות הטובה רבו אוכליה" א געוואלדיגן יסוד וואס מען דארף וויסן: ווען עס מערן זיך די עסערס - מערט זיך די טובה. און אזוי האבן חז"ל געזאגט: יעדער זון קומט מיט זיין ברויט אין זיין האנט. ווען א קינד ווערט געבוירן - ווערט עס געבוירן מיט זיין שפייז אין דער האנט. ווער עס מיינט אז אויב עס וועלן זיין אסאך קינדער וועט מען זיי נישט קענען מפרנס זיין - האט א גרונטליכן טעות, ווייל דער מציאות איז אז ווי מער קינדער דער הקדוש ברוך הוא גיט, אזוי גיט ער פרנסה לויט דעם. דער אויבערשטער שפייזט מקרני ראמים ועד ביצי כינים, און גיט לחם לכל בשר.
"ברבות הטובה רבו אוכליה" - ווילסטו וויסן וויפיל די טובה האט זיך געמערט? לויט דער מאס וויפיל עס האבן זיך געמערט די עסערס. זארג נישט: און אויב עס וועט זיין א "באפעלקערונגס אויפרייס" אין דער וועלט, וואס וועט מען עסן? פארוואס ביסטו באזארגט? די וועלט גייט דאך און אנטוויקלט זיך, און מיר זעען נישט אז דער הונגער איז גרעסער געווארן אין פארגלייך צום מצב מיט צוויי הונדערט יאר צוריק - נאר פונקט פארקערט: מיר זעען מדינות וואס ווארפן אוועק און פארניכטן עסן ווייל עס זענען דא ריזיגע איבערפלוסן. טאקע רבו אוכליה, אבער דער הקדוש ברוך הוא גיט די טובה לויט דעם. דאס איז די פארשטענדעניש: ווען די עסערס מערן זיך - מערט זיך די טובה קעגן דעם, און אפטמאל למעלה מדרך הטבע.
דער קמצן - זיין גאנצע הנאה איז ביים קוקן
נאך זאגט מען אויף "ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו": דאס איז דער קמצן. וואס האט ער פון זיין אוצר? בלויז ראות עיניו, דאס זען מיט די אויגן. דאס איז "חברא דשכיב אדינרי" - דער קמצן וואס ליגט אויף זיינע דינרים און האט נישט קיין הנאה פון זיי, נאר ער קלויבט און זאמלט אן. ער עפנט די קאסע, קוקט אריין, פרייט זיך, און מאכט צו. עס זענען פאראן מענטשן וואס האבן ליב איבערצוציילן זייער געלט נאכאמאל און נאכאמאל, און דאס טוט זיי גוט. און וואס בלייבט פאר אזא מענטש? בלויז ראות עיניו - דאס איז די גאנצע הנאה וואס ער וועט האבן פון זיין געלט.
א משל צו וואס איז דאס ענליך? מען דערציילט אויף א קמצן וואס האט געקויפט א גרויסן דיאמאנט און אריינגעלייגט דערין זיין גאנץ פארמעגן, און פון שרעק פאר גנבים האט ער אים באהאלטן אין דער ערד - אזוי ווי מען פלעגט אמאל באהאלטן פארמעגנס אין דער ערד, ווי חז"ל האבן דאך געזאגט אז מעות האבן א שמירה אין קרקע. און יעדן מאל פלעגט ער גיין, קוקן דערויף, געקוויקט זיינע אויגן, זיך געפרייט, און צוריק צוגעדעקט. איין טאג איז ער געקומען און געגראבן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער האט שוין אויסגעגראבן פאר אים און צוגענומען דעם דיאמאנט. ער האט אנגעהויבן וויינען און שרייען און רייסן די האר פון קאפ, און ער האט נישט געהאט קיין טרייסט. ביז עס איז געקומען א מענטש און געזאגט צו אים: פארוואס טוסטו זיך באזארגן אומזיסט? נעם דיר א שטיין, א קליין גלאט שטיינדל, שטעק עס אריין אין דער גרוב און דעק עס צו - און דאס איז גענוג. ווייל הנאה האבן פונעם דיאמאנט האסטו דאך סיי ווי קיינמאל נישט געהאט, און דיין גאנצע הנאה איז בלויז געווען ביים קוקן; טא אויב אזוי שטעל דיר פאר אז דאס איז דער דיאמאנט, און דאס איז גענוג. ממילא האסטו גארנישט פארדינט ווען ער איז געלעגן באגראבן דארט אונטן.
דער ארימאן און דער עושר - ווער האט מער הנאה?
און צום שלוס, א וואונדערליכער משל. מען דערציילט אויף אן ארימאן וואס איז איינגעשטאנען אין הויז פון אן עושר און געגעסן ביי אים די סעודה פון ליל שבת. דער טיש איז געווען געדעקט מיט אלעס גוטס, כלים מכלים שונים און אסאך וויין כיד המלך. דער בעל הבית האט געזען דעם ארימאן קוקן מיט התפעלות אויף די טייערע כלים און אויף די כלי כסף אין דער וויטרינע, און האט אים געפרעגט: נו, האסטו הנאה צו זען דאס אלעס? האט אים דער ארימאן געענטפערט: אוודאי האב איך הנאה, נישט ווייניגער פונעם בעל הבית.
דער עושר איז פארוואונדעט געווארן: וואס הייסט נישט ווייניגער פונעם בעל הבית? די כלים זענען דאך מיינע און נישט דיינע; פארשטייט זיך אז דער וואס איז דער בעלים האט א פיל גרעסערע הנאה ווי דער וואס קוקט נאר, פונקט ווי איינער וואס קוקט אויפן טייערן אויטא פון זיין שכן. האט דער ארימאן אים געזאגט: אין וואס דערקענט מען אז די כלים זענען דיינע און נישט מיינע? דו האסט הנאה פונעם קוקן, און איך האב אויך הנאה פונעם קוקן. האט ער אים געזאגט: אויב איך וויל, קען איך זיי דאך אריינלייגן אין א קאסטן און פארשליסן. האט ער אים געענטפערט: אין דעם פונקט זענען מיר שוין ביידע גלייך - יעצט זעען מיר זיי ביידע, און אויב דו וועסט זיי פארשליסן אין א קאסטן, וועלן מיר ביידע מער נישט הנאה האבן, בשווה. האט ער אים געזאגט: יא, אבער איך קען זיי אויך פארקויפן אויב איך וועל דארפן געלט. האט ער אים געענטפערט: אויב דו וועסט זיי פארקויפן, איז דאך שוין גארנישט דא צו רעדן - נישט מיר און נישט דיר וועלן בלייבן די כלים. אויב אזוי, מיט וואס איז דיין יתרון איבער מיר? פריער האסטו כאטש געהאט כלים, נאר דו האסט זיי נישט געקענט זען; און יעצט האבן נישט איך און נישט דו די כלים, און אפילו צו זען איז נישטא וואס. מיט פשוטע ווערטער - מיר זענען ביידע פונקט גלייך.
און דאס איז "ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו": דער גאנצער "כשרון" פונעם בעל הבית איז נאר אז ער קען זען די כלים - און אין דעם ענין האט דער ארימאן וואס קוקט אויף זיי פונקט דעם זעלבן "כשרון", און ער איז גלייך אין דעם צום בעל הבית.
לסיכום: איין פסוק - "ברבות הטובה רבו אוכליה, ומה כשרון לבעליה כי אם ראות עיניו" - און אין אים ליגט א גאנצער מהלך אין השקפה. כלפי מעלה: דער הקדוש ברוך הוא האט נישט קיין הנאה פון אונזערע מעשים, און זיין גאנצער "ריוח" כביכול איז דער נחת רוח שאמר ונעשה רצונו, און אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוון לבו לשמים. און כלפי מטה: דאס זען איז דאס וואס זעטיגט די נפש, און דערפאר "ראתה עין שבעה נפש"; דער רייכטום פאר זיך אליין ברענגט גארנישט מער ווי ראות עיניים - סיי פארן קמצן וואס ליגט אויף זיינע דינרים, סיי פארן פאבריק-אייגנטימער וואס דרייט מיליאנען, און סיי פארן גביר וואס בלויז זיינע ארבעטער באדאנקען אים. דער עכטער יתרון איז אין דעם וואס דער מענטש לאזט איבער אויף אייביג: אין חסד מיט די עכטע נצרכים, און בעיקר אין דער תורה - וואס עס איז נישטא קיין גרעסערער טיש פונעם טיש פון דעם וואס לערנט און הארעוועט דערין, וואס די גאנצע וועלט ווערט געשפייזט אין זיין זכות.