ביים סיום פון פרק ג' קומען מיר אָן צום לעצטן פסוק, וואו קהלת פירט אויס און שרייבט צונויף אַלץ וואָס ער האָט געזען. דערנאָך וועלן מיר זיך צוריקקערן צום פסוק ט"ז, ווייל דער ביאור פונעם 'אמרי שפר' לערנט די פסוקים פון ט"ז ביז כ"ב אַלס איין המשך'דיגן מהלך, און עס וואָלט געווען שווער דאָס צו דערקלערן אינמיטן די פסוקים אַליין. דעריבער האָבן מיר דאָס איבערגעלאָזט אויפן סוף, כדי מיר זאָלן קענען זען דעם גאַנצן מהלך מיט קלאָרקייט.
וְרָאִיתִי כִּי אֵין טוֹב מֵאֲשֶׁר יִשְׂמַח הָאָדָם בְּמַעֲשָׂיו כִּי הוּא חֶלְקוֹ כִּי מִי יְבִיאֶנּוּ לִרְאוֹת בְּמֶה שֶׁיִּהְיֶה אַחֲרָיו׃ (כ"ב) - און איך האָב געזען אַז עס איז נישטאָ קיין בעסערס ווי אַז דער מענטש זאָל זיך פרייען מיט זיינע מעשים, וואָרעם דאָס איז זיין חלק, ווייל ווער קען אים ברענגען צו זען וואָס עס וועט זיין נאָך אים.
זאָגט דער תרגום: איך האָב געזען אַז ס'איז נישטאָ קיין בעסערס אויף דער וועלט ווי אַז דער מענטש זאָל זיך פרייען מיט זיינע גוטע מעשים, און ער זאָל עסן און טרינקען און מטיב זיין זיין האַרץ, ווייל דאָס איז זיין גוטער חלק אויף דער וועלט - זיך צו קויפן דערמיט דעם עולם הבא. און דער תרגום פירט ווייטער אויס: דער מענטש זאָל נישט זאָגן אין זיין האַרצן "פאַרוואָס זאָל איך צעוואַרפן געלט צו טאָן צדקה? בעסער איז מיר דאָס איבערצולאָזן פאַר מיינע קינדער נאָך מיר, אָדער איך זאָל זיך דערפון שפּייזן אויף דער עלטער" - איך וועל האָבן אַ פּענסיע, און פאַר דעם צוועק זאָל ער אָנזאַמלען געלט.
דאָרויף קומט דער ענטפער פונעם פסוק: "כי מי יביאנו לראות במה שיהיה אחריו" - ווער איז דער וואָס וועט דיך ברענגען צו זען וואָס ס'וועט זיין נאָך דיר? דו ווילסט איבערלאָזן פאַר דיינע קינדער נאָך דיר אויף די קומענדיגע דורות, אָבער צי ווייסטו דען וואָס זיי וועלן טאָן מיט דעם געלט וואָס דו לאָזט דאָ איבער? אינעם מדרש רבה שטייט: "מי יביאנו" - ווער וועט ברענגען דוד'ן צו זען וואָס שלמה האָט געטאָן, און ווער וועט ברענגען שלמה'ן צו זען וואָס עס וועט זיין נאָך אים, און וואָס רחבעם וועט טאָן, און ווי די מלוכה האָט זיך צעטיילט און ווי דער בית המקדש איז חרוב געוואָרן. דו לאָזט דאָ עפּעס איבער, און דו ווייסט גאָרנישט וואָס וועט דערפון אַרויסקומען אויף שפּעטער - צי ס'וועט זיין פֿון דעם גוטס אָדער שלעכטס.
אָבער ווען אַ מענטש טוט מצוות, איז די זאַך גאָר אַנדערש. אַזוי זאָגט די פסיקתא זוטרתא: ער זאָל מערן מיט מעשים טובים און מיט מצוות, ווייל דאָס איז זיין חלק פאַרן אייביגן לעבן. אַלץ וואָס דו וועסט דאָ איבערלאָזן - ווייסטו נישט וואָס וועט זיין דערמיט; אָבער ווען דו נעמסט דאָס אויף תורה און מצוות, איז דאָס דיין חלק, און דערפון וועט זיכער בלייבן לנצח נצחים. און ווי דער לשון אין איוב: "יִכְבְּדוּ בָנָיו וְלֹא יֵדָע וְיִצְעֲרוּ וְלֹא יָבִין לָמוֹ" - וואָס וועט זיין מיט זיינע קינדער, צי זיי וועלן דאָס אויסנוצן צום גוטן אָדער צום שלעכטן, ווער איז דאָס וואָס פאַרשטייט?
און וויפיל מאָל זעט מען דאָס: אַ מענטש איז אַ גרויסער גביר, און נאָכדעם קומען זיינע קינדער און אין אַ קורצער צייט פאַרלירן זיי דאָס גאַנצע געלט. נישט־אויסגערעכנטע אינוועסטירונגען, אַן אומפּאַסיגע אַרבעט, לייכטזיניגקייט און הוללות - זיי האָבן דאָך נישט געהאָרעוועט פאַר דעם געלט. און בקיצור, זיי פאַרלירן אַלץ אין אַ קורצער צייט. און דעמאָלט וועסטו זאָגן: פאַר דעם האָסטו זיך געמוטשעט דיין גאַנץ לעבן? האָסט געהאָרעוועט און זיך געפּלאָגט כדי איבערצולאָזן פאַר דיינע קינדער זיי זאָלן דאָס גאַנצע פאַרלירן אין אַ קורצער צייט?
דאָרויף זאָגט שלמה המלך: "אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו". און אין דעם זענען פאַראַן צוויי זייטן. איינס - אַ מענטש זאָל נישט לעבן ווי אַ מסכן; דער אויבערשטער האָט דיר געגעבן, און האָט דיר געגעבן רייכטום כדי דו זאָלסט הנאה האָבן דערפון. און די הויפּט זאַך - אַז דו זאָלסט פאַר זיך אויספלאַסטערן דעם וועג צום עולם הבא, "וְהָלַךְ לְפָנֶיךָ צִדְקֶךָ כְּבוֹד ה' יַאַסְפֶךָ".
מיר האָבן שוין עטליכע מאָל דערמאָנט די ווערטער פונעם פלא יועץ: אַ מענטש וואָס האָט עטליכע קינדער, ווען ער טיילט זיין פאַרמעגן אויף נאָך די הונדערט און צוואַנציק יאָר - זאָל ער טיילן כאילו ער האָט נאָך איין קינד. האָסטו אַכט קינדער - טייל עס אויף ניין; האָסטו צוויי קינדער - טייל עס אויף דריי. און זאָג פאַר זיי: איין חלק איז פאַר מיר. און וואָס טוט מען מיט יענעם חלק? ישיבות, תלמודי תורה, תלמידי חכמים, צדקה. אייך קומט אַ ירושה - מיר קומט אויך אַ ירושה. אַ דריטל, אַ פערטל, ס'איז נישט קיין חילוק וויפיל, אָבער כאָטש ווי אַ בן פשוט. האָסט צעטיילט צווישן אַלעמען - לאָז איבער אַ חלק אויך פאַר זיך אַליין.
ווייל אויב נישט, וויפיל האָט דער מענטש שפּעטער חרטה: ער האָט דאָ איבערגעלאָזט זיין גאַנץ געלט, און אַנשטאָט "והלך לפניך צדקך" שטעלט זיך אַרויס אַז דאָס איז געלט וואָס האָט צעשפּאָלטן די משפחה, געברענגט מחלוקות און קריגערייען - דער רעדט נישט מיט יענעם, יענער שילט יענעם, דער גייט נישט צו יענעמ'ס חתונה, און דאָס אַלץ צוליב דעם געלט וואָס דו האָסט דיך אַזוי פיל געפּלאָגט און געהאָרעוועט דערויף. "אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו כי הוא חלקו, כי מי יביאנו לראות במה שיהיה אחריו" - צי קענסטו דען וויסן צי דיין געלט וועט ברענגען אַ טובה אָדער חלילה אַ שלעכטס?
וְעוֹד רָאִיתִי תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ מְקוֹם הַמִּשְׁפָּט שָׁמָּה הָרֶשַׁע וּמְקוֹם הַצֶּדֶק שָׁמָּה הָרָשַׁע׃ (ט"ז) - און נאך האב איך געזען אונטער דער זון, דעם ארט פונעם משפט דארט איז דער רשע, און דעם ארט פון צדק דארט איז דער רשע.
דא גייט שלמה אריין אין א וויכוח מיט מענטשן וואס האבן געקאפערט אינעם ענין פון גמול - מענטשן וואס האבן נישט געגלייבט אז עס איז פאראן שכר ועונש, אז עס איז פאראן חיי נצח, און חס ושלום אויך פארקערט, אן אייביגער עונש פאר די רשעים. זאגט זיי שלמה: "ראיתי תחת השמש" - איך האב א גרויסע ראיה אז די וועלט איז נישט די וועלט פונעם גמול. די וועלט פונעם גמול געפינט זיך דארט, נישט דא. ווארום דו זעסט דאך אז פארן רשע אויף דער וועלט העלפט נישט קיין רוגז און נישט קיין שחוק.
און דאס איז וואס מיר האבן געלערנט אין משלי: "אִישׁ חָכָם נִשְׁפָּט אֶת אִישׁ אֱוִיל וְרָגַז וְשָׂחַק וְאֵין נָחַת". "איש חכם" - דאס איז דער הקדוש ברוך הוא; "איש אויל" - דאס איז דער רשע. דער אויבערשטער גייט צום משפט מיטן אויל, אויף וואספארא אופן? "ורגז" - ער ברענגט אויף אים דינים, יסורים און צרות, און גארנישט העלפט נישט. "ושחק" - אפשר וועט מען אים מאכן א מאיר פנים, משפיע זיין אויף אים טובה. און דער רעזולטאט: "ואין נחת". מיט פשוטע ווערטער: ס'איז נישטא מיט וועמען צו רעדן. דער רשע ווערט נישט באאיינפלוסט נישט פונעם שלעכטס וואס מען טוט אים און נישט פונעם גוטס. "רְשָׁעִים בַּחֹשֶׁךְ יִדָּמּוּ" - ער גייט אין זיין פארדרייטן וועג און ווערט נישט נתפעל.
און דאס איז "מקום המשפט שמה הרשע" - אויב דער אויבערשטער משפט אים און ברענגט אויף אים ווייטאגן און שפטים, דאס איז מקום המשפט, און דאך "שמה הרשע", ער גייט נאך אלץ אין זיין וועג און טוט רשעות, און עס ענדערט אים גארנישט. און וואס וועסטו זאגן, אפשר זאל מען זיך פירן מיט אים מיט צדק און מאיר פנים זיין פאר אים? אויף דעם שטייט: "ומקום הצדק שמה הרשע" - אפילו ווען דער אויבערשטער טוט מיט אים צדקה וחסד און טוט אים גוטס דא אויף דער וועלט, טוט ער רשעות כמנהגו. אויב אזוי זעסטו אז די וועלט איז נישט קיין עולם הגמול, ווייל ווי אזוי דער הקדוש ברוך הוא פירט זיך נאר דא מיטן מענטש, ענדערן אים די זאכן נישט.
אָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי אֶת הַצַּדִּיק וְאֶת הָרָשָׁע יִשְׁפֹּט הָאֱלֹהִים כִּי עֵת לְכָל חֵפֶץ וְעַל כָּל הַמַּעֲשֶׂה שָׁם׃ (י"ז) - איך האב געזאגט אין מיין הארץ: דעם צדיק און דעם רשע וועט דער אויבערשטער משפטן, ווייל א צייט איז פאראן פאר יעדער זאך, און אויף יעדער מעשה דארט.
דערקלערט דער 'אמרי שפר': פון דעם אלעם, זאגט שלמה, ווייס איך גוט, און פון דעם איז מיר באקאנט געווארן דער דרך האמת, אז דעם צדיק און דעם רשע וועט דער אויבערשטער משפטן - "ישפוט" בלשון עתיד. נישט דא און נישט איצט. ווארום דו זעסט דאך אז דא פירט זיך אמאל דער הקדוש ברוך הוא מיטן רשע אויפן דרך פון צדקה און אמאל אויפן דרך פון עונשים, און דאס איז נישט דאס ארט פון שכר ועונש. אויב אזוי, וואו איז עס יא? "ישפוט האלוקים" - אויף דער צוקונפט. פארוואס? "כי עת לכל חפץ" - ס'איז נישט די צייט יעצט; עס וועט קומען די צייט, עס וועט קומען דער זמן ווען עס וועט זיין די עת המשפט. "ועל כל המעשה" - נאכצוקוקן צי די מעשה איז גוט צי שלעכט, אזוי ווי עס שטייט: "כִּי אֶת כָּל מַעֲשֶׂה הָאֱלֹהִים יָבִא בְמִשְׁפָּט... אִם טוֹב וְאִם רָע". און שלמה ענדיגט: "שם" - נישט דא, נאר דער משפט איז דווקא דארט. און אויב אזוי מאכן א טעות די וואס מיינען אז דער ענין פונעם גמול קומט פאר אויף דער וועלט, און זיי זענען כופר אין השארת הנפש און אין די חיי העולם הבא.
אָמַרְתִּי אֲנִי בְּלִבִּי עַל דִּבְרַת בְּנֵי הָאָדָם לְבָרָם הָאֱלֹהִים וְלִרְאוֹת שְׁהֶם בְּהֵמָה הֵמָּה לָהֶם׃ (י"ח) - איך האב געזאגט אין מיין הארץ וועגן די רייד פון די מענטשנקינדער, אז דער אויבערשטער זאל זיי מברר זיין און צו זען אז זיי זענען ווי א בהמה פאר זיך אליין.
זאגט דער 'אמרי שפר': נאכדעם וואס די דעה איז מוחלט און קלאר ביי מיר, אז דאס איז די אמת'ע דעה, און איך האב אין דעם קיין שום ספק נישט - אז דער שכר ועונש איז אויף יענער וועלט און נישט דא - "אמרתי אני בלבי על דברת בני האדם". די כוונה איז: ס'איז פאראן מענטשן וואס רעדן שלעכטס און קומען אפלייקענען די דאזיקע קלארע אמת'דיגע יסודות, און זיי זענען די וואס טענה'ן "לברם האלוקים ולראות שהם בהמה המה להם".
"לברם" איז מלשון לברר זיי. ווייל ווען מיר רעדן וועגן השארת הנפש, דער וואס זונדערט אויס און נעמט ארויס די נשמה פונעם קערפער איז דער הקדוש ברוך הוא - ער שיידט אפ און זונדערט אויס די נפש פונעם גוף, דער גוף פארגייט און די נפש גייט ארויף אויבן. און אויף דעם זאגן זיי: ווען דער אויבערשטער וועט קומען אויסזונדערן די נפש פונעם גוף כדי איר צו שטעלן צום דין - וועט זיך גארנישט געפינען. פארוואס? "כי בהמה המה להם", מיר זענען דאך ווי א בהמה.
דאס הייסט זיי האלטן אז דער מענטש איז פשוט נאך א זאאלאגישער מין, אזוי ווי מיר האבן מסביר געווען: ס'איז פאראן הינט, און ס'איז פאראן בהמות, און ס'איז פאראן העלפאנטן, און ס'איז פאראן בני אדם, און דערפאר דארף מען רעספעקטירן יעדן איינעם - די גאנצע טעאריע נעמט זיך פון דעם דאזיקן יסוד. און ממילא זאגן זיי: ווען דער הקדוש ברוך הוא וועט וועלן משפטן, וועמען וועט ער משפטן? צי האט דען א בהמה א משפט? אזוי אויך ביי אונז - ווען דער אויבערשטער וועט וועלן אויסזונדערן די נפש פונעם גוף, וועט ער נישט האבן וועמען צו משפטן, ווייל דער מענטש איז דאך ווי א בהמה. און דער פסוק איז מדייק "המה להם" - דאס איז זייער אייגענער באגריף ווי אזוי זיי קוקן אויף זיך אליין, אזוי האלטן זיי פון זיך, אז זיי זענען סך הכל נאך א זאאלאגישער מין.
כִּי מִקְרֶה בְנֵי הָאָדָם וּמִקְרֶה הַבְּהֵמָה וּמִקְרֶה אֶחָד לָהֶם כְּמוֹת זֶה כֵּן מוֹת זֶה וְרוּחַ אֶחָד לַכֹּל וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה אָיִן כִּי הַכֹּל הָבֶל׃ (י"ט) - װאָרום דער צופֿאַל פֿון די מענטשן־קינדער און דער צופֿאַל פֿון דער בהמה, איין צופֿאַל איז פֿאַר זיי, װי דער טויט פֿון דעם אַזוי איז דער טויט פֿון יענעם, און איין רוח איז פֿאַר אַלעמען, און אַ פֿאָרצוג פֿונעם מענטש איבער דער בהמה איז ניטאָ, װײַל אַלץ איז הבל.
און זיי באַנוגענען זיך נישט מיט סתּם אַן אמירה, נאָר זיי ברענגען ראיות. קוק זיך אײַן און זע, זאָגן זיי: סוף אדם למות, און סוף בהמה לשחיטה. לכאורה זענען דאָס פֿאַרשידענע פֿאַלן - דער מענטש שטאַרבט אויף זײַן בעט און די בהמה גײט צו דער שחיטה - אָבער "מקרה אחד להם": אין דער אונטערשטער שורה שטאַרבן אַלע, און פֿון קיינעם בלײַבט גאָרנישט איבער. "כמות זה כן מות זה" - אַלע שטייען צום טויט. "ורוח אחד לכל" - סײַ דער מענטש האָט אַ רוח און סײַ די בהמה האָט אַ רוח; און װוּ איז זי װען זי שטאַרבט, װאָס בלײַבט פֿון איר איבער? איר מודה זײַט דאָך אויך אַז פֿון דער בהמה בלײַבט גאָרנישט און זי האָט נישט קיין קיום נאָך איר מיתה, איז אויב אַזוי, דאָס זעלבע איז אויך מיט דעם רוח פֿונעם מענטש.
און אויב דו װעסט זאָגן אַז דער מענטש פֿאַרמאָגט כוחות, אַז ער איז אַ משכיל און האָט אין זיך דעת און חכמה - אויף דעם זאָגן זיי: "ומותר האדם מן הבהמה אין". טענה'ט דער כופר: דער מענטש האָט קיין שום מעלה און יתרון, װײַל די אַלע יתרונות ברענגען אים נישט ער זאָל װערן אייביק. דער מענטש איז צונויפֿגעשטעלט פֿון אַ גוף - און די בהמה אויך; דער מענטש האָט אַ רוח - און די בהמה אויך; און דער בהמה האָט עס גאָרנישט געהאָלפֿן צו בלײַבן אייביק. װאָס װעסטו זאָגן, אַז דער מענטש איז אַ משכיל און אַ חכם - איז דאָס דען אַ סיבה ער זאָל האָבן אַן המשכיות? מען זעט דאָך װי דער גוף פֿוילט אין קבֿר. אפֿשר לאָזט ער איבער זאַכן דאָ אויף דער וועלט, אָבער דאָס מוז נאָך נישט מיינען אַז ער פֿאַרמאָגט חיי נצח.
הַכֹּל הוֹלֵךְ אֶל מָקוֹם אֶחָד הַכֹּל הָיָה מִן הֶעָפָר וְהַכֹּל שָׁב אֶל הֶעָפָר׃ (כ') - אַלץ גייט צו איין אָרט, אַלץ איז געווען פֿונעם שטויב און אַלץ קערט זיך אום צום שטויב.
און זיי פֿאָרן װײַטער מיט זייער טענה: קוק װי דער מענטש און די בהמה זענען פֿאָלקאָם גלײַך. װאָס געשעט מיטן מענטש װען ער שטאַרבט? "הכל הולך אל מקום אחד". איך זע דאָך מיט די אויגן אַז דער סוף פֿונעם מענטש און פֿון דער בהמה איז דער זעלבער - און װאָס װילסטו, אַז אויפֿן סמך פֿון טעאָריעס װאָס דו מאָלסט מיר אָפּ, דו גלויביקער מענטש, זאָל איך מוזן מקבל זײַן דײַנע װערטער? ביז אַהער איז "דברת בני האדם", ביז אַהער ציטירט שלמה די װערטער פֿון די כופרים.
מִי יוֹדֵעַ רוּחַ בְּנֵי הָאָדָם הָעֹלָה הִיא לְמָעְלָה וְרוּחַ הַבְּהֵמָה הַיֹּרֶדֶת הִיא לְמַטָּה לָאָרֶץ׃ (כ"א) - ווער ווייסט דעם גייסט פֿון די מענטשן־קינדער װאָס ער גייט אַרויף למעלה, און דעם גייסט פֿון דער בהמה װאָס ער גייט אַראָפּ למטה צו דער ערד.
קודם־כּל שטעלט דער 'אמרי שפר' פֿעסט: דער ה"א פֿון "העולה" און דער ה"א פֿון "היורדת" זענען נישט קיין ה"א התמיהה, עס איז נישט קיין שאלה "צי גייט זי אַרויף למעלה?" - נאָר אַ ה"א הידיעה: זי גייט פֿעסט אַרויף למעלה, מיט זיכערקייט גייט זי אַרויף. נאָר מען דאַרף מדקדק זײַן: װאָס באַטײַט דאָס װאָרט "היא"? עס װאָלט דאָך געווען גענוג צו זאָגן "רוח בני האדם העולה למעלה", "ורוח הבהמה היורדת למטה". און נאָך מער, דער מאמר זעט אויס װי ער האָט זיך איבערגעהאַקט אינמיטן: "רוח בני האדם העולה היא למעלה" - און װאָס איז דעמאָלט? "ורוח הבהמה יורדת למטה" - און װאָס איז דערפֿון? גלײַך װי ער האָט אָנגעהויבן אַ זאַץ אָן אים צו ענדיקן און אָן צוצוקומען צו דער מסקנא.
און פֿון די דאָזיקע שוועריקייטן זאָגט דער 'אמרי שפר', אַז דאָ קומט דער פּסוק אונדז לערנען אַ געוואַלדיקע זאַך: יענע מענטשן זענען געקומען צו זייער פֿאַרפֿירונג װײַל זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען די מהות פֿונעם מענטש. זיי האָבן געמיינט אַז דער מענטש איז נישט מער װי אַ צונויפֿקליב פֿון מאָלעקולן און דאָס איז אַלץ. זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען אַז יעדער מענטש איז צונויפֿגעשטעלט פֿון צוויי - פֿון אַ "מענטש" און פֿון אַ "בהמה". דער גראָבער, מגושמדיקער חלק אינעם מענטש, דער חלק פֿון תאוות, אכילה און גשמיות, דאָס איז דער בהמישער חלק, די בהמה פֿונעם מענטש, און אין דעם איז ער טאַקע גאָר ענלעך צו אַ בהמה.
און טאַקע פֿון אַ גשמיותדיקן בליק איז ניטאָ קיין גרויסער חילוק. טעאָרעטיש, איבער נאָך עטלעכע יאָר װעט מען מאַכן האַרץ־איבערפֿלאַנצונגען פֿון אַ חזיר, און הײַנט זענען דאָ גאָר װײַט־גרייכנדיקע פֿאָרשונגען איבער דעם. לאָמיר דאָס אָנרופֿן אין דער שפּראַך פֿון דער אויטאָ־אינדוסטריע: אינעם "באַדי" איז ניטאָ קיין גרויסער חילוק צװישן אַ מענטש און אַ בהמה. און אַגבֿ, װען מען האָט געפֿאָרשט מאַלפּעס, האָט מען אויסגעפֿונען אַז זיי פֿאַרמאָגן אַלע כּלים פֿון מוצאי ומובאי הדיבור, חוץ דעם חוש פֿון רעדן אַליין. אַמאָל האָט מען געמיינט אַז דעם מאַלפּע פֿעלן די כּלים אַרויסצוברענגען דעם דיבור, אָבער מען האָט געזען אַז ער פֿאַרמאָגט אַלע כּלים - בלויז קיין דיבור האָט ער נישט. װאָרום מסתּמא כּדי צו רעדן איז נישט גענוג צו האָבן בלויז כּלים; פֿאַר רעדן דאַרף מען אויך האָבן אַ רוח אלוקים, און דאָס איז דער "רוח ממללא".
זייער צרה איז געווען װאָס זיי האָבן זיך בלויז באַצויגן צום מגושמדיקן חלק אינעם מענטש. און דאָרט זענען זיי באמת גלײַך: דער האָט פֿלייש און יענער האָט פֿלייש; קנײַפּ זיך אַליין - װעט דיר װײטאָן, קנײַפּ איר - װעט איר װײטאָן. און דאָס האָט זיי געברענגט צו דער טעות: װײַל אינעם מגושמדיקן חלק זענען זיי גלײַך, האָבן זיי אָפּגעמאָסטן אַז אויך די מסקנא איז גלײַך. װאָס זיי האָבן נישט פֿאַרשטאַנען איז, אַז אין יעדן אַזאַ מגושמדיקן חלק געפֿינט זיך אויך אַ רוחניותדיקער חלק, װאָס ער איז אַ חלק אלוה ממעל, "מאן דנפח מדיליה נפח". און פֿון דער מסקנא איבער דעם מגושמדיקן חלק זענען זיי צוגעקומען צום באַשלוס אַז אויך דער רוחניותדיקער חלק פֿאַרמאָגט נישט קיין המשכיות - און דאָס איז געווען זייער טעות.
װאָרום דער הקדוש ברוך הוא האָט גענומען און צונויפֿגעבונדן צוויי עקן; צוויי חלקים װאָס זענען װײַט איינער פֿונעם צווייטן פֿון איין עק ביזן צווייטן האָט דער בורא צונויפֿגעשטעלט, און באַשאַפֿן פֿון זיי דעם מענטש, און ער האָט אַרײַנגעגעבן אין אים דעם כוח הבחירה זיך צו נייגן צו װעלכער זײַט ער װיל: צי װעסטו פֿאָרציִען צו שטאַרקן דעם רוחניותדיקן חלק אין דיר, אָדער דעם מגושמדיקן חלק. אויב אַזוי איז דער תּפֿקיד פֿונעם מענטש אונטערצואװאַרפֿן און פֿאַרהערשן דעם "מענטש" איבער דער "בהמה". דאָס הייסט: דער רצון קומט פֿון דער נפֿש און נישט פֿונעם גוף, און װי מיר האָבן פֿריִער געזען אינעם מלבי"ם אַז ער שטאַמט פֿונעם חלק אלוה ממעל, פֿונעם בעל הרצון װאָס דאָס איז דער רוחניותדיקער חלק - און מײַן רצון זאָל הערשן איבערן גוף, דער גוף זאָל זײַן אונטערטעניק אונטער דער האַנט פֿון דער נפֿש װאָס זי איז דער העכערער חלק.
און ווען א מענטש טוט אזוי, גייט די נפש און דערהייבט זיך, זי שטייגט אין רוחניות ביז זי ווערט אייביג - זי הייליגט זיך מיט יעדער מצוה ומצוה ביז זי ווערט בבחינת נצח. און מיר האבן געלערנט אינעם נפש החיים אז דאס איז נישט קיין זאך אויף דער צוקונפט נאר דא און יעצט: ווען א מענטש טוט יעצט א מצוה הייליגט ער זיך יעצט, יעצט געפינט ער זיך אין רוחניות. נאר ער שפירט עס נישט, ווייל דער גוף איז א מסך. אדם הראשון פארן חטא איז געווען אין גן עדן, און דער שלייער פונעם גוף מאכט א מסך המבדיל וואס לאזט אונז נישט שפירן - און דאס איז כדי עס זאל זיין פאר אונז א בחירה חופשית.
אבער עס זאל זיין קלאר: אין דער שעה וואס א מענטש קלויבט אויס דאס גוטע, ווערט זיין נפש געהייליגט יעצט און ער געפינט זיך אין רוחניות; און ווען ער קלויבט אויס דאס שלעכטע - פאַרקערט, אלערליי גיהנום הערשט איבער אים יעצט. ער שפירט עס נישט, אבער יעצט הערשט איבער אים דער גיהנום. און דאס איז "עבירה גוררת עבירה": מיט דער שלעכטער מעשה האט ער געברענגט אויף זיך א רוח טומאה און א קליפה וואס זי איז דער גיהנום, און ממילא ווערט ער געצויגן צו דער קומענדיגער עבירה, ווייל ער האט זיך אראפגעקייקלט און אראפגענידערט און ער איז נענטער צו דער קומענדיגער עבירה, און אזוי ווייטער. און ווען א מענטש הייליגט זיך - האט ער זיך דערהויבן העכער און ער איז נענטער צו דער קומענדיגער מצוה, און אזוי ווייטער.
קומט אויס אז דער טעות וואס האט זיי געברענגט צו טראכטן "כמות זה כן מות זה" האט געשטאמט פון דעם וואס זיי האבן נישט פארשטאנען אז עס איז פאראן אינעם מענטש א רוחניות'דיגער חלק, און דאס איז "העולה היא למעלה": זי איז די וואס גייט כסדר ארויף און גלוסט צו דערהויבענע זאכן, זי איז די וואס הייבט אויף דעם מענטש און הייליגט אפילו זיין חומר. ווייל ווען דאס איז די מציאות, ווערט אפילו דער חומר אויך געהייליגט.
עס ווערט דערציילט אויף הרב שטינמן, אז איינמאל איז געווען א הייסער טאג און לעבן אים זענען געווען פליגן וואס האבן געמוטשעט אויף אן אומגעהויערן אופן. פלוצים האט מען באמערקט אז דער ראש ישיבה פארשטייט נישט אויף וואס מען רעדט - עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו קיין איין פליג האט זיך צו אים נישט דערנענטערט. און דאס איז וואס די גמרא ברענגט, אז די אשה השונמית האט אויסגעפרואווט אלישע הנביא דערמיט וואס עס איז נישט געווען קיין פליג אויף זיין טיש, און פון דעם האט זי געוואוסט "כי איש אלקים קדוש הוא עובר עלינו תמיד".
אן ענליכע מעשה ווערט דערציילט אויף הרב גוסטמן. עס איז באקאנט אז ער איז געווען פון די ענקי הדור, וואס רבי חיים עוזר האט אים שוין אריינגעזעצט אין זיין בית דין ביים עלטער פון דרייסיג יאר; און ווען ער איז געווען דרייסיג יאר אלט זענען געזעסן אלע גדולי הדור, און ווען ער איז אריינגעקומען איז רבי חיים עוזר אויפגעשטאנען, און דער חפץ חיים און אלע גדולי הדור זענען אויפגעשטאנען פאר אים. ער פלעגט זאגן: מיר מכבד זיין קען מען שוין נישט, ווייל וואס מ'זאל מיר נאר געבן וועט זיך נישט גלייכן צו יענעם כבוד וואס מען האט מיר דעמאלט אפגעגעבן; און מיר מבזה זיין קען מען אויך נישט - ווייל ער איז דאך אדורך די מוראות השואה, מ'האט אים אויסגעריסן די בארד און אים פארשעמט אויף א שרעקליכן אופן, און ער האט געזאגט: מער בזיונות ווי די נאציס האבן מיר געטאן קען שוין נישט זיין. איז נישט קיין כבוד און נישט קיין ביזיון קען מען מיר מער טאן. און צו אונזער ענין: מען פארציילט אויף אים אז איינמאל איז מען געזעסן ביי אים ביים שיעור און ס'זענען געווען יתושים, און די זאך איז געווען אומדערטרעגליך, און מ'האט באמערקט אז נאר צום רב קומען זיי בכלל נישט נאנט.
זעט מען דאך אז ווען די רוח גייט ארויף למעלה, הייבט זי מיט זיך אויך אויף דעם גוף, און דער גוף ווערט אויך געהייליגט. און אין הויכע מדריגות - אליהו הנביא איז עולה בסערה השמימה, "וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹהִים" ביי חנוך; דאס זענען געוואלדיגע מדריגות. אבער אפילו אן דעם, הייליגט זיך דער מענטש בכח פון זיינע מעשים.
"ורוח הבהמה היורדת היא למטה לארץ" - דאס איז די רוח הבהמה אין זיי, זי איז די וואס גייט אראפ אונטן, זי איז די וואס גלוסט נאך דער ערדישקייט, זי איז די וואס שלעפט אראפ דעם מענטש אונטן צו דער ערד. און די צוויי כוחות זענען די וואס שלעפן דעם מענטש, צי צום גוטן צי צום שלעכטן. און ווען זיי וואלטן אריינגעטראכט דערין, וואלטן זיי געהאט אן ענטפער אויף זייער קשיא: וואס פרעגסטו, מקרה אחד לאדם ולבהמה, אלע שטארבן און אלע ווערן פארפוילט אין דער ערד? אמת און ריכטיג. אבער די שאלה איז ווער עס הערשט. אויב די בהמה הערשט - איז יענער מענטש טאקע זיין גאנץ לעבן געווען א בהמה וואס גייט אויף צוויי פיס, און דעמאלט איז באמת זיין מקרה פונקט ווי דער מקרה פון דער בהמה. אבער אויב דער אדם הערשט, דאס הייסט דער חלק אלוק ממעל, איז ער דאך א רוחניות'דיגער מענטש, און זיכער אז זיין גורל וועט זיין פיל העכער פונעם גורל פון דער בהמה - ביז עס ווירקט אפילו אויפן גוף. און עס זענען געווען נישט ווייניג צדיקים וואס ווען מען האט זיי ארויסגענומען פונעם קבר כדי זיי אריבערצופירן, האט מען געפונען זייער גוף גאנץ אן קיין שום פגם, און אזוי האט מען דערציילט אויף עטליכע פון די גדולי הדורות.
וְרָאִיתִי כִּי אֵין טוֹב מֵאֲשֶׁר יִשְׂמַח הָאָדָם בְּמַעֲשָׂיו כִּי הוּא חֶלְקוֹ כִּי מִי יְבִיאֶנּוּ לִרְאוֹת בְּמֶה שֶׁיִּהְיֶה אַחֲרָיו׃ (כ"ב) - און איך האב געזען אז עס איז נישטא קיין בעסערס ווי דאס וואס דער מענטש זאל זיך פרייען מיט זיינע מעשים, ווייל דאס איז זיין חלק, וואס ווער קען אים דען ברענגען צו זען וואס עס וועט זיין נאך אים.
פירט אויס דער 'אמרי שפר': נאכדעם וואס עס איז ביי מיר קלאר און פעסט געווארן דער חשוב'ער עיקר פון השארת הנפש, זאגט שלמה המלך - האב איך געזען אז עס איז נישטא קיין בעסערע זאך ווי דער מענטש זאל זיך פרייען מיט זיינע מעשים. און וואס זענען זיינע "מעשים"? זיינע גוטע מעשים, אזוי ווי דער לשון המשנה "כל שמעשיו מרובין מחכמתו" - איז ער דען א קבלן? פון וועלכע מעשים רעדט מען דא? נאר פון מעשים טובים. אזוי אויך דא "ישמח האדם במעשיו" - מיט זיינע גוטע מעשים.
"כי הוא חלקו" - וואס עס וועט דיר בלייבן פון אלעס איז בלויז דאס. דאס איז דער חלק וואס ליגט באהאלטן פאר אים אליין, און קיינער וועט דאס פון אים נישט צונעמען; און אלע ענינים פון גשמיות אויף דער וועלט זענען דאך הבל הבלים. ווייל ווער וועט אים דען ברענגען צו זען נאך זיין מיתה וואס עס וועט זיין נאך אים אויף דער וועלט, עס שטייט דאך "לא במותו ייקח הכל", און פרעמדע וועלן זיך מחי' זיין מיט זיין גאנצער פלאג. זאל ער דען איבערלאזן פאר אנדערע אלעס וואס ער האט געפלאגט זיין גאנץ לעבן, און פאר זיך אליין וועט ער גארנישט איבערלאזן דערפון אויף לנצח נצחים?
און מיט דעם קומען מיר צו צום ענטפער אויף דער טענה פון יענע כופרים וואס האבן געטענהט אז ס'איז נישטא קיין חילוק צווישן דעם מענטש און דער בהמה: יעצט איז קלאר געווארן אז דער חילוק איז גאר אומגעהויער, און אז דער מענטש קען דערהויבן און מקדש זיין זיין חומר, און דורך דעם אלעס איבערלאזן אויף נצח נצחים - "ישמח האדם במעשיו כי הוא חלקו", דאס איז וואס עס וועט אים בלייבן, און אויסער דעם גארנישט.
פרק ג' ווערט געשלאסן מיט צוויי אמת'ע יסודות וואס ערגענצן איינע די אנדערע. די ערשטע: דער עולם הזה איז נישט דער עולם הגמול - נישט דער כעס און נישט דאס געלעכטער ענדערן דעם רשע, און דעריבער "את הצדיק ואת הרשע ישפוט האלקים", דארט און נישט דא. די צווייטע: דער טעות פון די כופרים, וואס טענה'ן "מקרה אחד להם", נעמט זיך דערפון וואס זיי האבן געזען אינעם מענטש בלויז זיין מגושמ'דיגן חלק; אבער באמת איז דער מענטש צוזאמענגעשטעלט פון "אדם" און פון "בהמה", און רוח בני האדם גייט ארויף למעלה און רוח הבהמה גייט אראפ למטה, און די בחירה איז געגעבן ווער עס זאל הערשן. און פון דא קומט דער למעשה'דיגער אויספיר: "אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו" - אין זיינע גוטע מעשים, ווייל זיי אליין זענען זיין אייביגער חלק. דאס געלט וואס וועט דא בלייבן ווייסט מען נישט וואוהין עס וועט גיין און וואס מ'וועט דערמיט טון, און דעריבער זאל דער מענטש פרייליך זיין מיט זיין חלק, צעטיילן אויף צדקה, און געדענקען איבערצולאזן א חלק אויך פאר זיך אליין - "והלך לפניך צדקך, כבוד ה' יאספך".