מיר הייבן אן דעם לימוד פון ספר יחזקאל. פאר דעם ערשטן פרק שטייט די הקדמה פונעם מלבי"ם, וואו ער שילדערט בפרטיות דעם מהות פונעם ספר, זיין וועג אין פירוש, און במה נשתנה דער ספר פון די איבעריגע ספרי הנביאים. ווי זיין שטייגער, זענען די הקדמות פונעם מלבי"ם וואונדערליך און זייערע מליצות זענען דערהויבן, און צומאל פאלן די דברים אביסל שווער פארן לומד. פאר וועמען עס איז שווער - מעג איבערהיפן און עפענען גלייך ביי פרק א'. אבער ווער עס וועט זיך פארטיפן, וועט געפינען אין דער הקדמה א יסוד צו פארשטיין אלע מהלכים אינעם ספר.
די יסודות וואס זענען שוין געזאגט געווארן אין דער הקדמה צו ישעיה
דער מלבי"ם הייבט אן און זאגט אז ער האט שוין גערעדט אין די הקדמות צום פירוש אויף ספר ישעיה, און דארט האט ער געבויט א "טירת כסף וחומה נשגבה" לגבי אלע כתבי הקודש וואס ווערן געזאגט אויפן דרך פון שיר ומליצה. נאר די דאזיגע יסודות זענען נישט מיוחד בלויז צו ספר ישעיה: זיי זענען יסודות מוסדות, געטרייע חוקים און כללים וואס נעמען ארום אלע דברי הנביאים והכתובים. דעריבער זעט ער נישט קיין נויט זיי דא איבערצוזאגן, און ווער עס וויל זאל דארט מעיין זיין. דער טעם דערצו איז פשוט: אלע האבן איין שפראך, און איין גייסט שוועבט אין זיי - א רוח קדוש, מוטיג און דערהויבן, אדיר ונורא. דער זעלבער רוח נבואה מאת השם רוהט אויף זיי אלע, און דעריבער איז יעדער כלל וואס איז דארט געזאגט געווארן גילטיג אויך פאר די איבעריגע ספרים.
דריי אייזערנע זיילן
דער דאזיגער רוח, זאגט דער מלבי"ם, היט אפ דריי תנאים - און דאס זענען די דריי יסודות וואס דער מלבי"ם חזר'ט איבער אסאך מאל אין זיינע פירושים. דער ערשטער תנאי: מען געפינט נישט אין דברי אלקים חיים קיין כפל עניין במילות שונות. דער אויסדרוק "כפל עניין במילים שונות" איז זייער פארשפרייט ביי אנדערע מפרשים, סיי דער רד"ק און סיי די מצודות האבן אים אסאך גענוצט, אבער דער מלבי"ם האט דאס אינגאנצן אפגעווארפן. זיין טענה איז: עס קען נישט זיין אז דער נביא, וועמענס ווערטער זענען געמאסטן און געציילט און קומען מאת השם, זאל רעדן ליידיגע ווערטער לשם תפארת המליצה. אויב עס וואלט נישט געווען קיין הכרח איבערצוזאגן - וואלט ער נישט איבערגעזאגט. חז"ל דרש'ענען דאך אפילו אויף שיחת חולין פון תלמידי חכמים "ועלהו לא יבול" - אז אפילו אויף די בלעטער, וואס זענען נישט דער פרי, דארף מען מדקדק זיין. על אחת כמה וכמה אין די דברי הנביא: ווען ער חזר'ט איבער זיינע ווערטער, דארפן מיר פארשטיין וואס ער קומט ארויסברענגען אינעם כפל מער פון דעם וואס ער האט פריער געזאגט, ווייל אין יעדער איינציגער זאך ליגט א נייע משמעות.
דער צווייטער תנאי: מען געפינט נישט אין זיי קיין ווערטער אדער אויסדרוקן וואס זענען געשטעלט געווארן פער צופאל, אן א ספעציעלער כוונה. אויב דער נביא האט געשריבן דאס דאזיגע ווארט, שטייט עס דארט בכוונה תחילה אונדז צו לערנען עפעס א זאך. דער דריטער תנאי רירט אן דעם גאנצן מאמר: מען געפינט נישט אין זיי קיין שום מאמר וואס איז ליידיג פון א דערהויבענעם געדאנק. עס איז נישט פאראן ביים נביא קיין בלאסער סיפור לפי תומו, ער דערציילט נישט קיין איבערלעבענישן, און ער מישט נישט אריין אינדערמיט פון א נבואה צוויי דריי פסוקים איבער וואס איז אריבער אויף אים. אויב עס איז פאראן א מאמר וואס דער נביא האט אונדז פארשריבן - ליגט אין אים א נשגב'דיגער געדאנק וואס מיר דארפן נאכגיין און זיך מתבונן זיין דערין.
די דריי, זאגט דער מלבי"ם, זענען דריי אייזערנע זיילן אויף וועלכע עס שטיצט זיך דער וואס באגערט צו פארשטיין תעלומות דברי קודש און ער וועט נישט וואקלען; אין זיי וועט ער זיך אנכאפן און שטיצן, דעמאלט וועט ער זיך אויפשטעלן און דערמוטיגן. זיי געבן דעם נזר און די עדות אויף די ספרי אלוקים, און אין זיי איז פאראן דער אות און מופת אז קול אלוקים חיים רעדט פון פייער דורך דעם מויל פון זיינע נביאים און קדושים. ווען א מענטש רעדט, קען מען זאגן אז ער האט איבערגעחזרט דעם ענין מיט אנדערע ווערטער לתפארת המליצה, ווייל א בשר ודם רעדט דאך נישט מדוקדק; אבער ווען דער קדוש ברוך הוא רעדט - "אחת דיבר אלהים, שתים זו שמעתי", און מען מוז מדקדק זיין אין יעדן ווארט. עס איז גענוג אז מען קוקט וויפיל מען איז מדקדק אין די ווערטער פונעם רמב"ם, און וואספארא תילי תילים הלכות מען לערנט ארויס פון אן איבעריגן אות אדער א פעלנדיגן אות. און דער רמב"ם אליין שרייבט: זיי מדקדק אין מיינע ווערטער זייער, ווייל עס איז נישט קיין ליידיגע זאך, און אלעס וואס איך האב געשריבן - האב איך מיט א פונקטליכער כוונה געשריבן. און אויב אזוי איז אין די ווערטער פונעם רמב"ם, וואס זאל מען זאגן אויף די דברי הנביאים.
און דער מלבי"ם לייגט צו: "והילדים ילידי רוח קודשם" - דער אויבערשטער האט געגעבן אין זיי חכמה און תבונה, שכל טוב ודעת קדושים, ביז אז אלע וואס זעען זיי וועלן דערקענען "כי זרע ברוכי השם המה". זיין כוונה איז: וואס עס ווערט געבוירן פון די ווערטער פונעם נביא זענען כביכול זיינע קינדער. קוק אריין אין דעם וואס עס איז געבוירן פון זייער מויל און וואס עס קומט ארויס פון זייערע ווערטער - און דו וועסט זען הייליגע, וואונדערליכע און געטרייע זאכן. דאס אלעס האט ער ברייט מבאר געווען אין דער הקדמה צו ספר ישעיה, וואס זי איז אן אלגעמיינע הקדמה פאר אלע ספרי הקודש וואס גייען אויפן דרך פון שיר ומליצה.
די מליצה פון יחזקאל - אנדערש פון אלע זיינע חברים די נביאים
דא גייט דער מלבי"ם אריבער צו רעדן איבער אונדזער נביא בפרטיות. די מליצה פון דעם אדיר'דיגן חוזה, קדוש הוא לאלוקיו, איז זייער אנדערש און אפגעזונדערט פון דער מליצה פון זיינע חברים די נביאים, א גרויסער און געוואלדיגער אונטערשייד. מען זעט ביי אים א שטארקע ענדערונג פון דעם וואס מיר האבן געזען ביי ישעיה און ביי ירמיה. ער איז נישט ווי זיי, וואס מיט דער דערהויבענער מליצה הייבט ער זיך און פליט אויף פליגלען ביז צו די הויכע הימלען. בקיצור: די אנדערע נביאים האבן גערעדט מיט א מליצישער און העכסט דערהויבענער שפראך, בעת יחזקאל רעדט בגובה העינים - נישט מיט א לשון מליצה און נישט מיט א רמז'דיגער שפראך פון שירה, נאר אין א פיל פשוט'ערער שפראך.
און דער טעם דערפון איז: צו אים האבן זיך געעפנט די הימלען "בארץ עייפתה", אין בבל, אין דער צייט ווען די הימלען פונעם אויבערשטן אין מרום קדשו האבן אנגעטאן טונקלקייט און פינסטערניש, אין דער צייט ווען חושך האט פארדעקט די ערד און א נעפל די נחלת הצבי - ארץ ישראל אין איר חורבן און איר גלות. פון אינעווייניג פונעם שטורעם און דעם וואלקן האט ער געזען מראות אלקים, און דעם חשמל האט ער געזען פון צווישן דעם פייער. ישעיה און ירמיה האבן מתנבא געווען ווען עם ישראל איז געזעסן אויף זיין באדן, אבער יחזקאל איז שוין מתנבא אין גלות, ביים נהר כבר. דעריבער, וועלן די טעכטער פון זיינע מליצות נישט געבערן קיין בני דרור - זיינע מליצות זענען נישט ווי א פייגל פון דרור וואס פליט הויך און ווייט; דער גייסט פון זיינע ליפן וועט נישט אריינבלאזן קיין לעבנס-גייסט אין די בני הגיון; דער כח פון זיינע רייד וועט פאר די קינדער פון רעיון נישט באשאפן קיין מויל און צונג און ניב שפתים; די עלמות פונעם שיר וועלן נישט שפילן אויף זיין הארף, און די בנות הזמיר וועלן נישט ארויסגיין אקעגן אים מיט א פרייליכן טאנץ.
על נהרות בבל
און פארוואס איז דאס אזוי? ווייל על נהרות בבל, דארט איז געזאגט געווארן זיין נבואה. און זעט וואס פאר א שיינע מליצה'דיגע לשון דער מלבי"ם אליין ניצט: נהרות בבל זענען פארוואנדלט געווארן אין מעכטיגע ימים פון די פלגי מים פון די טרערן פון די געדריקטע - כלל ישראל זענען דארט געזעצן און געוויינט, און די שטראמען פון זייערע טרערן האבן געמאכט די נהרות בבל פאר מעכטיגע ימים. דארט, צוזאמען מיט די משוררים פון היכל ה', האבן זיי על ערבים בתוכה תלו כנורותיהם, אויף די ערבות דערין אויפגעהאנגען זייערע כנורות. די משוררים, די כהנים און לויים, האבן אויפגעהאנגען זייערע כלי שיר: דאס איז שוין מער נישט קיין פלאץ פאר שירה, וויבאלד "איך נשיר את שיר ה' על אדמת נכר". דארט איז זייער כנור פארוואנדלט געווארן אין אבל, און זייער עוגב צום קול פון די וואס וויינען, זייערע געזאנגען צו קינות, און די וואס האבן געזינגען זיסע זמירות זענען פארשטומט געווארן. דערפאר, לא בחיל ולא בכוח, נישט מיט שירה און נישט מיט מליצה וועט רעדן צו אונז אונזער נביא דער חוזה.
נאר ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר: במראה ולא בחידות, ער וועט טריפן האניג־זאפט פון אמרי נועם, זיס פאר די נפשות און א רפואה פאר די ביינער. גלייכע ווערטער, לייכט און קלאר; זיינע וואסערן פארפלייצן נישט, זענען נישט שארף און נישט טיף, נאר מים חיים, פליסנדיג, קיל און רינענדיג פון די קוואלן פון שפתי דעת, וואס בארואיגן און דערקוויקן א מידע נשמה און ערפילן א פארזארגטע נפש.
דער ברונעם מיט וועלכן מ'האט זיך נישט פארנומען
דא לייגט צו דער מלבי"ם א מאמר המוסגר וועגן די מבקרי המקרא - יענע גוים, און נאך זיי אויך יידן, בעיקר פון דייטשלאנד, וואס האבן גענומען די פסוקים און פרובירט זיי צו צענעמען: דעם חלק האט געשריבן יענער, יענעם חלק האט געשריבן א צווייטער, און נאך אויסדרוקן וואס האבן נישט קיין ארט ביי אונז. מיר זענען נישט קיין מבקרים אויפן תנ"ך, מיר לערנען דעם תנ"ך. און מען פלעגט שוין מער ווי איינמאל זאגן: זיי ווערן גערופן "מבקרי המקרא" ווייל זיי זענען בדרך כלל בלויז געקומען אויף א "באזוך" (ביקור), און האבן נישט געלערנט די מקראות לעומק ווי עס געהער צו זיין. זאגט דער מלבי"ם מיט א וואונדערליכן לשון: מ'האט נישט גערופן דעם דאזיגן ברונעם "עשק", ווייל מען האט זיך נישט פארנומען מיט אים ("לא התעסקו עמו"). יענע מפרשים און מבקרים פונעם לעצטן דור האבן זיך פארנומען מיט ספר איוב און ספר ישעיה און די אנדערע הייליגע ברונעמס וואס גייען ארויס פונעם בית המקדש; טייל פון זיי זענען געקומען קיין "מרה" און האבן אריינגעווארפן זייערע ביימער און פארביטערט די וואסערן, און טייל האבן זיי פארשטאפט און אנגעפילט מיט ערד.
אבער די וואסערן פונעם ברונעם פון אונזער נביא - רגל אדם האט זיי נישט פארטרעפלט, און דער פוס פון א מפרש, מבקר אדער חוקר האט זיי נישט פארשלאכט; מען האט זיי נישט צעטראטן און נישט פארשמוצט מיט די פיס, און דעריבער זענען זיינע וואסערן רואיג און שטיל, און פליסן ווי בוימל. און אויב עס זענען געשטאנען פישער ביי זיינע זומפן און טייכלעך וואס ווערן נישט געהיילט, און זייערע שרים האבן געשיקט זייערע יונגען צום וואסער - זענען זייערע כלים צוריקגעקומען ליידיג, זיי האבן זיך געשעמט און פארשעמט געווארן, ווייל זיי זענען געקומען צו גראבנס און נישט געפונען קיין וואסער. דאס הייסט: זייערע פירושים זענען אינגאנצן אנדערש ווי דער פירוש וואס דער מלבי"ם שטעלט פאר פאר אונז.
די באזונדערע שוועריקייט פון ספר יחזקאל: כפל הענינים און איבערגעחזרטע מאמרים
און דאך, זאגט דער מלבי"ם, נאכדעם וואס מיר וועלן אפוועגן די ווערטער פון אונזער ספר אויף דער וואגשאָל און אין די משפט־וואגשאלן וואס איך האב אוועקגעשטעלט, נאכצופארשן אין זיי ביזן סוף פון די ענינים און בודק זיין צי זיי זענען אויסגעבויט אויף זייער געהעריגן סדר - וועט א נפש וואס שטרעבט צו טרעפן דברי חפץ און גלוסט צו פארשטיין מיט פארשטאנד א געשריבענעם יושר און דברי אמת, נישט געפונען קיין זעטיגונג אין די פירושים פון די וואס זענען געווען פאר מיר. כאטש אין דעם ספר זענען נישט דא אזוי פיל כפל המילות און כפל המשפטים מיט אנדערע ווערטער ווי עס געפונט זיך אין ספר ישעיה און אנדערע, וואס גייען מיטן גייסט פון שירה און מליצה, אבער קעגנאיבער דעם זענען שטארק פארמערט און צעשפרייט איבערן גאנצן ספר כפל הענינים און איבערגעחזרטע מאמרים. אין יעדע פרשה וואס דו וועסט אויסוועלן און איבערלערנען בעיון פון אנהייב ביזן סוף, וועסטו זען אז די ענינים ווערן איבערגעחזרט צוויי און דריי מאל, די ווערטער זענען געדאפלט, און לכאורה זעט עס אויס ליידיג פון יעדן שכל - אן אריכות לשון און איבעריגע רייד אן אן ענין. און עס קען זיך דאכטן חס ושלום כאילו זיי זענען נישט אנגעפילט מיט חכמת לב און הייליגע געדאנקען ווי עס פאסט זיך צו געפינען אין דברי אלוקים, וואס אלעס וואס איז באשאפן מיט דעם רוח פון זיין מויל איז פול מיט חכמה, דעת און אן אומענדליכער תבונה.
ווען די מליצה דעקט צו די ליידיגקייט פונעם אינהאלט
און פארוואס איז אין אנדערע ספרים די דאזיגע שוועריקייט נישט אזוי מערקבאר, בעת דא שפרינגט עס ארויס פאר די אויגן? ענטפערט דער מלבי"ם: ווייל אין אנדערע ספרים איז דא א ריבוי לשון און מליצה, און די מליצה פארשטעלט דעם חסרון אין תוכן. א פאליטיקאנט קען רעדן א גאנצע שעה, און אויב דו וועסט נאכדעם פרעגן וואס ער האט געזאגט - וועסטו גארנישט קענען איבערזאגן. און פונקט ווי אמאל פלעגט מען פארקויפן הינדל־פלייש וואס דער דאטום איז שוין אפגעלאפן: וואס פלעגט מען טון? מען האט צוגעלייגט א סך געווירצן, וואס דאס פארהילט דעם טעם, און מען זאגט "וואס פאר א געווירצטע פלייש". אזוי אויך ווען מען וויל פארקויפן עפעס אן קיין תוכן, לייגט מען צו אסאך געווירצן און אסאך שיינקייטן, און דעמאלט באמערקט מען נישט די ליידיגקייט פונעם אינהאלט.
מיט די ווערטער פונעם מלבי"ם: אויף דער נאקעטקייט פונעם אינהאלט טוען זיי אן שיינע קליידער פון שיינקייט פון לשון, און אויף די חסרונות און פעלערן דעקן זיי צו מיט א צודעק פון זיסע סברות. דער אינווייניגסטער תוכן איז נאקעט, און מען טוט אן דערויף שיינע בגדים פון מליצה כדי צו פארדעקן די נאקעטקייט. ווייל אזוי פרובירט די מליצה בלינד צו מאכן דאס אויג פונעם מענטש מיט איר גלאנץ, און אויף דער ליידיגקייט און דעם חסרון ווארפט זי א שלייער פון פינסטערניש, און מיט שיינע גלאטע רייד פארפירט זי דאס הארץ פונעם צוהערער כדי ער זאל זיך נישט עקלען פונעם אריכות הלשון און די פילע רייד. און עס איז פארשטענדליך אז דער מלבי"ם רעדט נישט חס ושלום אויף ישעיה און ירמיה, וואס זיי זענען זיכער פול מיט תוכן ווי מיר האבן געלערנט אין זיין פירוש, נאר אויפן גאנג פון די מבקרים און אויף די שירים פון אומות העולם. דעם צוהערער דאכט זיך כאילו ער שפאצירט אין א גן עדן פול מיט בלומען און רויזן, אבער ער זוכט נישט קיין פרי צו עסן און קיין בלעטל פאר א רפואה - מען ווערט נישט זאט דערפון. אן אויסערליכער גערודער און א שיינע אויסערליכקייט, אן קיין תוכן און אן קיין פנימיות.
א ליידיג כלי אדער א פול כלי
נישט אזוי איז דער וואס לערנט אין דעם ספר, וואס אין אים דינט נישט די שיינקייט פונעם שיר, און דער צירונג פונעם דערהויבענעם מליצה איז נישט ארויפגעלייגט געווארן אויף אים. "עדי" מיינט א תכשיט, און דער תכשיט פון מליצה איז נישט געלייגט געווארן אויף דעם ספר. און אויב מיר וועלן טראכטן אז אויך זיין תוכן איז ליידיג און גארנישט איז נישטא דערין - וועט זיין ווערט אין אונזערע אויגן פארגליכן ווערן צו די אנדערע ספרים וואס זענען באהאנגען מיט זילבער פון מליצה און באזעצט מיט גאלד פון שיר, ווי דער ווערט פון א ליידיג ליים־כלי (כלי חרס) פונעם טעפער קעגן כלי כסף און כלי זהב. ווייל א מענטש פרייט זיך מיט א טייערן חפץ וואס איז שיין פאר די אויגן אפילו אויב עס איז גארנישט דא דערין, וויבאלד די אויסערליכע שיינקייט אליין האט שוין א ווערט. אבער א קרוג אנגעפילט מיט וויין - ווען מען גיסט אויס זיין אינהאלט, צעברעכט מען אויך דעם קרוג. א פשוט'ע און ביליגע כלי, א כלי חרס, איר גאנצע מעלה איז בלויז צוליב דעם וויין וואס איז דערין; גיס אויס דעם וויין, און דו האסט גארנישט וואס צו טון דערמיט נאר צו צעברעכן עס. ווייל וואס פאר א חפץ האט מען אין א כלי וואס מען דארף עס נישט און מען דארף נישט וואס איז דערין. דער באדייט פון די ווערטער איז: אויב עס איז נישטא קיין חיצונות און נישטא קיין פנימיות - איז דא גארנישט. און וויבאלד אין ספר יחזקאל איז נישטא קיין חיצונות פון קיין הויכע מליצה, מוז זיכער זיין אז עס איז דא אין אים א טיפער תוכן און פנימיות, ווייל אויב נישט וואלט דאך נישט געווען אין אים קיין שום תועלת.
לא נאוה לנבל שפת יתר
און דער מלבי"ם פירט אויס: לא נאוה לנבל שפת יתר - עס פאסט אפילו נישט פאר א פשוט'ן מענטש צו רעדן מיט איבעריגע ווערטער, און כל שכן פאר א מענטש וואס רעדט ברוח נדיבה, וואס דער ווערט פון לשון און דאס דיבור פונעם מויל איז ביי אים גאר טייער. די חכמים זענען מקצר אין זייערע רייד: ווער עס קען זאגן זיין ווארט אין צוויי ווערטער, זאל זאגן צוויי ווערטער און גיין ווייטער. זעט די לשונות פונעם אבן עזרא און די קדמונים - צוויי דריי ווערטער; און זעט די הגהות הגר"א צום שולחן ערוך, וואס ער האט מקצר געווען ביז גאר, און וויפיל ספרים זענען פארפאסט געווארן נאר כדי צו פארשטיין זיינע ווערטער. און "דבר שפתים" איז מרמז צום פסוק "ודבר שפתים אך למחסור" - אן אריכות אין דברים איז א חיסרון. דעריבער וועט זיך יעדער משכיל וואונדערן: ווי אזוי קען דער איש הרוח, ווען עס רוהט אויף אים דער רוח, ארויסבלאזן א מעכטיגן רוח און דברי רוח, אנפילן זיין בויך מיט א מזרח-ווינט, מיט ווערטער וואס ברענגען גארנישט קיין תועלת? "דברי רוח" מיינט דאך ליידיגע רייד; און צי וועט ער איבערחזר'ן די זעלבע זאך פיר מאל, ווען די ווערטער זעען לכאורה אויס איבעריג און לייגן אונז גארנישט צו צום פארשטאנד פונעם ענין?
לסיכום:
דער מלבי"ם שטעלט פאר אונז אוועק אין זיין הקדמה דריי אייזערנע זיילן צום פארשטיין די ווערטער פון נבואה: עס איז נישטא קיין כפל ענין מיט פארשידענע ווערטער, עס איז נישטא קיין איין ווארט וואס איז געשטעלט געווארן בדרך מקרה, און עס איז נישטא קיין שום מאמר וואס איז ליידיג פון אן ערהאבענעם געדאנק. ספר יחזקאל איז אנדערש פון אלע אנדערע נביאים: ער איז געזאגט געווארן אין גלות, על נהרות בבל, פון אינמיטן א שטורעם, א וואלקן און פינסטערניש, און דערפאר פארמאגט ער נישט קיין הויכע מליצות און שיינע פיוטים, נאר א גלייך, פשוט און קלאר רעדן, ווי איינער וואס רעדט צו זיין חבר. פונקט צוליב דעם איז אין אים שטארק ניכר די שוועריקייט פון כפל ענינים און דאס איבערחזר'ן מאמרים, ווייל עס איז נישטא דא קיין שיינקייט פון מליצה וואס זאל דאס באדעקן. און פון דעם איז גאר א פארקערטער באווייז: וויבאלד עס איז אין אים נישטא קיין אויסערליכע באצירונגען, איז בהכרח אז ער איז אינגאנצן פנימיות און תוך, און מיר דארפן גריבלען און זיך פארטיפן כדי אנטפלעקן זיין טיפקייט. דאס איז דער ברונעם וואס דער פוס פון א פארשער און קריטיקער האט נישט פארשוועמט זיינע וואסערן, און זיינע וואסערן זענען רואיג און שטיל און פליסן ווי בוימל - און פון אים וועלן מיר טרינקען אין אונזער לערנען בעזרת השם.