דער הונדערט פיר און זעכציגסטער "חדר" אין דעם היכל פון היום־יום.
מאנטיק 5 אייר, כ"א בעומר, 5703.
שיעורים: חומש: אמור, שני, מיט פירוש רש"י.
תהלים: 5 אין חודש, מען זאגט פון קאפיטל כ"ט ביז קאפיטל ל"ד כולל.
תניא: מען האלט אין פרק מ"ו. דער טעגליכער שיעור הייבט זיך אן פון די ווערטער "והנה זהו" אויף זייט ס"ה, און ענדיגט זיך אויף דעם זעלבן זייט ביים ווארט "המלך".
דער מקור פונעם טעגליכן פתגם איז אין אן אינטערעסאנטן בריוו וואס דער רבי הריי"צ האט געשריבן. עס איז שוין געברענגט געווארן פונעם זעלבן בריוו א פריערדיגער פתגם, דעם 6 אדר א'. אין יענעם בריוו שילדערט דער רבי הריי"צ א זייער אינטערעסאנטע באשרייבונג, ווי אזוי אין יאר 5673 איז ער געפארן קיין פראנקרייך - זיין פאטער, דער רבי הרש"ב, האט זיך דעמאלט אויפגעהאלטן אין פראנקרייך, אין מענטאן, פאר געזונט צוועקן, און ער דער זון, דער רבי הריי"צ, איז געפארן צו זיין מיט אים - און ווי אזוי ער האט שפאצירט מיט אים ביים ברעג ים.
ער שילדערט א וואונדערליכע און זייער רגשות'דיגע באשרייבונג, ווי אזוי מענטשן זענען געשטאנען צו זען דעם הדרת פנים פון דעם רבי'ן הרש"ב, און ער רעכנט אויס וואס זיין פאטער האט גערעדט מיט אים בשעת'ן גיין, ווען ער האט אים ערקלערט די מעלה פון התבוננות פארן דאווענען אין דברי חסידות מיט טלית ותפילין, וויפיל העכער דאס טוט אויף. און נאך דעם אלעם האט ער אים געזאגט, אז אלע די דאזיגע מעלות וועגן וועלכע ער האט גערעדט מיט אים, דערגרייכן נישט צו דער מעלה וואס א איד האט ווען דער קדוש-ברוך-הוא איז אים מזכה צו באקומען א חוש און א תענוג אין טון א טובה פאר א איד. דער המשך פון דעם ענין געפינט זיך, ווי געזאגט, אינעם טעגליכן פתגם פון 6 אדר א'.
און דערנאך דער סיום, וואס איז אויך דער סיום פונעם בריוו, דאס איז וואס מען לייענט יעצט אינעם פתגם. דער רבי הריי"צ פירט דארט אויס מיט א פתגם וואס רבי מרדכי הצדיק האט געזאגט. ווער איז געווען רבי מרדכי הצדיק? ער איז געווען איינער פון די תלמידים פונעם בעל שם טוב, פון די צדיקים נסתרים, און א באזונדערער צווישן די דריי תלמידים פונעם בעל שם טוב וואס האבן געברענגט און פארשפרייט דעם דרך און תורה פונעם בעל שם טוב אין ווייסרוסלאנד. אדמו"ר הזקן האט פון אים געהערט אלערליי פתגמים און זאכן וואס ער האט געהערט פונעם בעל שם טוב.
און אזוי זאגט דער פתגם - "רבינו הזקן האט מקבל געווען פון ר' מרדכי הצדיק וועלכער האט געהערט פונעם בעש"ט: א נשמה נידערט אראפ אויף דער וועלט און לעבט זיבעציג - אכציג יאר". אבער וואס איז בעצם דער ציל פארוואס די נשמה האט אראפגענידערט אויף דער וועלט? במשך די יארן האט מען אסאך אנגעיאגט: חתונה געהאט, געהאט קינדער, געארבעט און זיך אפגעגעבן מיט די אייגענע ענינים א.א.וו. אבער עס קען זיין אז די גאנצע זיבעציג און אכציג יאר אויף דער וועלט, גענצליך, זענען געווען "כדי צו טון א טובה פאר א איד בגשמיות ובפרט ברוחניות". דאס הייסט, די טייערקייט פון טון א טובה א איד איז געוויכטיג קעגן דעם זיך וואלגערן אויף דער וועלט אכציג יאר, מיט אלע פאסירונגען פונעם לעבן, בלויז כדי צו טון איין מאל א טובה א איד.
במשך די יארן האט דער רבי איבערגעחזרט דעם דאזיגן פתגם פיל מאל, מיט א דגש ווי שטארק מען דארף זיך אנשטרענגען מקרב צו זיין אן אנדערן איד - ווייל מיר רעדן דא אויך וועגן א טובה ברוחניות, מקרב צו זיין א איד צו די וועגן פון אויבערשטן. עס קען זיין אז די גאנצע אראפנידערן פון אונזער נשמה אויף דער וועלט איז געווען בלויז פאר יענע איין איינציגע מאל וואס מיר וועלן זיך טרעפן מיט א געוויסן איד און אים אנטון תפילין, אדער אים מקרב זיין אין אזא אדער אן אנדער ענין - און דאס איז אונזער גאנצער ציל אין דעם עולם הזה, דורכאויס די זיבעציג און אכציג יאר.