ספר יואל קאפיטל ד. כִּי הִנֵּה בַּיָּמִים הָהֵמָּה וּבָעֵת הַהִיא אֲשֶׁר אָשִׁיב אֶת שְׁבוּת יְהוּדָה וִירוּשָׁלִָם. און דערנאך לייענט מען אויך דעם נעקסטן פסוק: וְקִבַּצְתִּי אֶת כָּל הַגּוֹיִם וְהוֹרַדְתִּים אֶל עֵמֶק יְהוֹשָׁפָט וְנִשְׁפַּטְתִּי עִמָּם שָׁם עַל עַמִּי וְנַחֲלָתִי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר פִּזְּרוּ בַגּוֹיִם וְאֶת אַרְצִי חִלֵּקוּ.
אויף ווען באציט זיך די דאזיגע נבואה? מען קען דא דערמאנען דעם אבן עזרא; דער אבן עזרא האט א פירוש מיט וועלכן ער גייט דורכאויס דעם גאנצן קאפיטל. מיר דערמאנען אים בלויז, ווייל מיר וועלן נישט גיין אין זיין וועג, נאר אין דעם גאנג פון די אנדערע מפרשים וועמענס מהלך איז אנדערש. דער אבן עזרא זאגט: צוליב דעם פסוק האבן פיל געמיינט אז די נבואה גייט אויף דער צוקונפט, ווייל עס שטייט 'כי הנה בימים ההמה', האבן זיי געמיינט אז מען רעדט דא אויף אחרית הימים. אפשר איז טאקע אזוי, זאגט דער אבן עזרא, אבער רבי משה זאגט אז מיר געפינען אז עס איז געפאלן דער פחד השם אויף אלע גוים ארום ירושלים אין די טעג פון יהושפט. דאס הייסט אז מען רעדט דא בכלל אין דער תקופה פון די מלכים. זיי האבן אים געברענגט מנחות, און אין זיינע טעג האבן זיך אומגעקערט די געפאנגענע נאך פון די טעג פון זייערע עלטערן. אויב אזוי, וואס עס שטייט 'וקיבצתי את כל הגוים והורדתים אל עמק יהושפט', איז דאס געווען יענע מלחמה וואו עס האבן זיך פאראייניגט בני מואב, בני עמון און בני שעיר, א גאר שווערע ארמיי; יהושפט איז געווען פון יהודה און בנימין און ער האט געהאט א מיליאן און 160 טויזנט זעלנער, און אלע האבן זיך צונויפגעקליבן צום 'עמק ברכה' וואס ווערט דערמאנט אין נביא, און דאס הייסט 'עמק יהושפט' נאכן קעניג יהושפט.
אזוי ערקלערט דער אבן עזרא למעשה דעם גאנצן קאפיטל, אז אלעס רעדט זיך איבער דער תקופה פון קעניג יהושפט. קעגנאיבער דעם איז דער אלגעמיינער מהלך פון די איבעריגע מפרשים אויף 'כי הנה בימים ההמה ובעת ההיא וקיבצתי את כל הגויים' וכו', אז דאס רעדט אויף דער צוקונפט, און למעשה רעדט מען דא אויף דער תקופה פון מלחמת גוג ומגוג ווי מיר וועלן זען ווייטער. און דא רעדט דער קדוש ברוך הוא וועגן 'אשיב שבות יהודה וירושלים', דער טייטש דערפון איז אז אין אחרית הימים ווען דער אויבערשטער וועט אויסלייזן יהודה און ירושלים. פארוואס דערמאנט ער נישט די עשרת השבטים? עס איז טאקע דא א מחלוקת בחז"ל צי די עשרת השבטים זענען עתיד צוריקצוקומען צי נישט, אבער לויט די וואס האלטן אז זיי זענען עתיד צוריקצוקומען, און אזוי נעמען מיר אן, איז דער טעם פארוואס מען דערמאנט זיי נישט דא, ווייל שבט יהודה איז דער עיקר, זאגט דער מלבי"ם, און דעריבער דערמאנט ער יהודה. דער רד"ק זאגט, אז וויבאלד משיח קומט פון שבט יהודה און דא רעדט מען פון דער גאולה, דערמאנט ער שבט יהודה. ער דערמאנט אויך ירושלים, ווייל ירושלים איז די הויפטשטאט, די קעניגליכע שטאט. אויך דערמאנט ער ירושלים ווייל דארט וועט פארקומען מלחמת גוג ומגוג, און די גוים וועלן זיך קלייבן קיין ירושלים. צוליב דעם האט ער דערמאנט יהודה און ירושלים, און מען טאר חלילה נישט טראכטן אז די אנדערע שבטים און די איבעריגע שטעט פון ארץ ישראל וועלן נישט אויסגעלייזט ווערן, נאר יעדער איינער וועט אויסגעלייזט ווערן.
וְקִבַּצְתִּי אֶת כָּל הַגּוֹיִם וְהוֹרַדְתִּים אֶל עֵמֶק יְהוֹשָׁפָט וְנִשְׁפַּטְתִּי עִמָּם שָׁם עַל עַמִּי וְנַחֲלָתִי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר פִּזְּרוּ בַגּוֹיִם וְאֶת אַרְצִי חִלֵּקוּ. זאגט דער מלבי"ם: 'וקיבצתי את כל הגוים', דער אויבערשטער וועט דאן מסבב זיין אז אלע גוים זאלן זיך צונויפקלייבן אין לאנד, פונקט ווי די נבואה אין יחזקאל וואס רעדט פון מלחמת גוג ומגוג. און דארט, זאגט דער מלבי"ם, ווערט מבואר אז בני אדום וועלן זיך אויפוועקן צו קריגן קעגן בני ישמעאל - דאס איז דער ערשטער שלב, די ערשטע מערכה. די צווייטע מערכה וועלן בני ישמעאל מלחמה האלטן קעגן בני אדום, און דאן וועט דער אויבערשטער זיי אראפברענגען קיין עמק יהושפט, וואס ווערט אויך אנגערופן 'גיא המון גוג', וואו עס וועלן פאלן די געפאלענע. און פארוואס הייסט עס 'עמק יהושפט'? 'ונשפטתי עמם שם' - זאגט דער קדוש ברוך הוא: איך וועל גיין מיט זיי אין משפט אריין אויף מיין פאלק און מיין נחלה, אויף די אלע שלעכטס וואס די פעלקער האבן אונז געטון דורכאויס די דורות. ווארום כאטש דער אויבערשטער האט דאס למעשה נגזר געווען אויף אונז, און לכאורה פארוואס דארפן די גוים באצאלן א פרייז, עס שטייט דאך 'הוי אשור שבט אפי', ער איז דאך געווען דער כלי וואס דער אויבערשטער האט גענוצט אונז צו שלאגן, און די שטראף איז אונז דאך געקומען - דאך האבן זיי צוגעלייגט שלעכטס, ווי עס שטייט 'אני קצפתי מעט והמה עזרו לרעה'. דאס איז איינע פון די הסברים פארוואס דער אויבערשטער רעכנט זיך אפ מיט די אומות הגוים כאטש זיי זענען געווען שלוחים פונעם בורא: ווייל זיי זענען געווען מורא'דיג מחמיר אין דער שליחות, זיי האבן מדקדק געווען אויף א שיעור חזון איש און נאך מער, זיי האבן זיך נישט באגנוגנט מיט קיין ביסל. און דאס מיינט 'אשר פזרו בגוים': עס איז געווען נגזר אויף כלל ישראל צו גיין צווישן די גוים, אבער דאס וואס זיי זענען געווארן אזוי צעשפרייט איז געווען די רשעות פון יענע מלכים וואו מען איז אנגעקומען, אז די מלכים האבן זיי נאך מער צעשפרייט. אז מיר זענען אנגעקומען קיין שפאניע און דארט זיך באזעצט, האבן זיי אונז ווייטער צעשפרייט, מען האט זיי פארטריבן און צעווארפן אין פיל לענדער, און אזוי איז געווען אויף יעדן ארט וואו מיר זענען אנגעקומען. גלות איז טאקע נגזר געווארן, אבער די דאזיגע שווערע צעשפרייטונג האבן די גוים געטון מדעת עצמם.
נאך א זאך: 'ואת ארצי חילקו'. זיי האבן זיך באנוצט מיט זיי כאילו זיי געהערן צו זיי, כאילו עם ישראל איז א קניין כספו פונעם גוי, און דאס לאנד האבן זיי צעטיילט כאילו מען האט עס אפגעקויפט און עס באלאנגט צו זיי. יא, מיר האבן דאס שוין געזען ביי דער באלפור דעקלאראציע און ביי פארשידענע פלענער פון חלוקת הארץ: זיי האבן שוין צעטיילט, דעם טייל וועלן באקומען די אידן און דעם טייל די אראבער; 'ואת ארצי חילקו'. דורך דעם וואס זיי האבן געהאלטן אז אידן זענען ווי זייערע קנעכט, און 'מה שקנה עבד קנה רבו', זענען זיי געקומען און איינגענומען דאס הייליגע לאנד און געמיינט אז זיי זענען די בעלי בתים. זאגט דער אויבערשטער: דאס האב איך אייך נישט געגעבן, און דעריבער גיי איך משפט'ן מיט זיי דערויף. וְאֶל עַמִּי יַדּוּ גוֹרָל וַיִּתְּנוּ הַיֶּלֶד בַּזּוֹנָה וְהַיַּלְדָּה מָכְרוּ בַיַּיִן וַיִּשְׁתּוּ. 'ואל עמי ידו גורל' - זיי האבן זיך באצויגן צו זייערע קערפערס ווי צו א גשמיות'דיג פארמעגן; זיי האבן געפאנגען אידן און געהאלטן אז ער איז זיין פריוואטער אייגנטום, און דורך דעם האבן זיי געווארפן גורלות ווער עס זאל באקומען דעם פלוני פאר א קנעכט און די פלונית פאר א דינסט. אידן זענען געווען אזוי פארראכטן און פארשעמט אין זייערע אויגן אז 'ויתנו הילד בזונה' - אז א גוי איז געגאנגען צו א זונה האט ער איר געגעבן דאס אידישע קינד אלס באצאלונג; דאס קינד איז פארוואנדלט געווארן אין א כלי אין חפץ בו צו האנדלען דערמיט. 'והילדה מכרו ביין' - ווען ער האט געוואלט טרינקען וויין האט ער פארקויפט דאס געפאנגענע מיידל אלס באצאלונג פארן וויין. זאגט דער אויבערשטער: קומט זיך נישט אויף דעם אז איך זאל גיין אין משפט מיט זיי? קומט זיך זיי נישט קיין שטראף פאר דעם?
וְגַם מָה אַתֶּם לִי צֹר וְצִידוֹן וְכֹל גְּלִילוֹת פְּלָשֶׁת הַגְּמוּל אַתֶּם מְשַׁלְּמִים עָלָי וְאִם גֹּמְלִים אַתֶּם עָלַי קַל מְהֵרָה אָשִׁיב גְּמֻלְכֶם בְּרָאשְׁכֶם. 'וגם מה אתם לי צור וצידון' - די פעלקער אין וועמענס הענט איך האב זיי איבערגעגעבן זענען געווען אשור און בבל, און זיי וועלן אויך געמשפט ווערן ווייל זיי האבן איבערגעטריבן די מאס; אבער איר, צור, צידון און די גלילות פלשת, אייך האט מען זיי דאך פון אנפאנג גארנישט איבערגעגעבן! נאר בבל און אשור האב איך געגעבן שליטה, און זיי וועלן באקומען זייער שטראף פארן איבערטרייבן, אבער איר זענט דאך בכלל נישט באפעלמאכטיגט געווארן, איז דאך פארהאן א טענה אויף אייך פון פריער אן: ווער האט אייך געהייסן טון שלעכטס פאר זיי? זאגט זיי דער אויבערשטער: 'הגמול אתם משלמים עלי' - האב איך אייך דען געטון עפעס שלעכטס אז איר באצאלט מיר שלעכטס אנשטאט גוטס? וואס פאר א שלעכטס האב איך אייך געטון אז איר באצאלט מיר מיט דעם וואס איר נעמט מיינע קינדער און פארקנעכטעט זיי? דער מלבי"ם ערקלערט אז עס איז פאראן א חילוק צווישן 'גומל גמול' און 'משלם גמול'. 'משלם גמול' מיינט אז יענער האט באקומען שלעכטס פון זיין חבר, און צוליב זיין שנאה באצאלט ער אים צוריק מידה כנגד מידה, שלעכטס פאר שלעכטס - דאס הייסט באצאלן א גמול, אויף וואס דו האסט מיר געטון באצאל איך דיר. אבער 'גומל גמול', זאגט דער מלבי"ם, ווען עס שטייט אן דעם ווארט 'משלם', מיינט דאס אז אפילו יענער האט מיר גארנישט שלעכטס געטון, נאר פשוט פון ריין שנאה טוט מען אים שלעכטס. ממילא, וואס עס שטייט דא 'הגמול אתם משלמים עלי, ואם גומלים אתם עלי', זעט מען א כפילות: ער זאגט זיי, קודם כל, צי איז דאס א 'תשלום גמול'? א תשלום איז דאך פאר עפעס וואס מען האט אייך געטון - האב איך אייך דען עפעס געטון אז איר באצאלט מיר? און אויב זאגסטו אז ניין, עס איז נישט קיין תשלום נאר פשוט א 'גמול' פון רשעות אן קיין שום פריערדיגע סיבה, זאגט דער קדוש ברוך הוא: 'ואם גומלים אתם עלי - קל מהרה אשיב גמולכם בראשכם'. אויב איר טוט דאס סתם אזוי פון רשעות הלב און נישט אלס אפצאל פאר עפעס וואס מען האט אייך געטון, וועל איך גאר שנעל צוריקקערן אייער גמול אין קאפ אריין; איך וועל נישט ווארטן ביז צום סוף צום לעצטן יום הדין ווי ביי די איבעריגע פעלקער, נאר פון אייך וועל איך זיך באלד אפגעבן. און דאס זעט מען טאקע, אז שוין אין די טעג פון אלכסנדר מוקדון זענען צור, צידון און פלשת חרוב געווארן און געווארן אן אייביגע מדבר שממה, ווייל זיי האבן באלד באקומען זייער גמול. דער מלבי"ם פירט אויס אז 'משיב גמול' איז נאך מער: 'משלם' קען מען מיט אן אנדערן מטבע (למשל יענער האט דערטרונקען דאס קינד אין טייך, שטראפט מען אים מיט פייער), אבער 'משיב גמול' מיינט צוריקגעבן פונקט מיט דעם זעלבן ענין, מידה כנגד מידה, ווי דער בורא האט געטון מיט די מצריים וואס האבן דערטרונקען די קינדער אין טייך און זענען דערטרונקען געווארן אין ים סוף. דאס מיינט 'השבה', גענוי דאס זעלבע זאך.
אֲשֶׁר כַּסְפִּי וּזְהָבִי לְקַחְתֶּם וּמַחֲמַדַּי הַטֹּבִים הֲבֵאתֶם לְהֵיכְלֵיכֶם. דער נביא רעכנט אויס ווייטער די רשעות: 'כספי וזהבי לקחתם' - זייער געלט האב איך אייך נישט איבערגעגעבן ווי מען האט עס איבערגעגעבן פאר נבוכדנצר, נאר איר האט דאס גענומען פון זיך אליין; און די שיינע טייערע זאכן האט איר אריינגעברענגט אין אייערע היכלות. וּבְנֵי יְהוּדָה וּבְנֵי יְרוּשָׁלִַם מְכַרְתֶּם לִבְנֵי הַיְּוָנִים לְמַעַן הַרְחִיקָם מֵעַל גְּבוּלָם. איר האט פארקויפט די קינדער פון יהודה און ירושלים פאר די יוונים ביים חורבן כדי זיי דערווייטערן פון זייער גרעניץ. דאס איז נאך ערגער ווי צונעמען געלט: געלט נעמט מען פאר הנאה, א קנעכט נעמט מען פאר ריוח, פארשטייט מען נאך אז א מענטש טוט עפעס פאר א תועלת; אבער זיי פארקויפן צו א ווייטן פלאץ, וואס האט איר דערפון געהאט? דאס איז געווען ריין שנאה, בלויז 'למען הרחיקם מעל גבולם'. דעריבער זאגט דער אויבערשטער: הִנְנִי מְעִירָם מִן הַמָּקוֹם אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתָם שָׁמָּה וַהֲשִׁבֹתִי גְמֻלְכֶם בְּרָאשְׁכֶם. ווען די יוונים זענען געקומען און חרוב געמאכט צור און צידון, האבן זיי גענומען די קינדער פון צור און צידון קיין יון. און ווער געפינט זיך שוין דארט אין יון פון פריער? די אידן וואס די צורים האבן אהין פארקויפט! יעצט ווערן די צורים פארקויפט פאר די אידן וואס וואוינען אין יון; און די אידן פארקויפן זיי ווייטער פאר בני שבא, א ווייט פאלק, מידה כנגד מידה - איר האט זיי געוואלט דערווייטערן, וועט מען אייך פארקויפן צו א ווייט פאלק. קומט אויס אז זיי זענען געשטראפט געווארן דורך די אידן אליין. וּמָכַרְתִּי אֶת בְּנֵיכֶם וְאֶת בְּנוֹתֵיכֶם בְּיַד בְּנֵי יְהוּדָה וּמְכָרוּם לִשְׁבָאיִם אֶל גּוֹי רָחוֹק כִּי ה' דִּבֵּר. דער רד"ק שרייבט דא 'לִשְׁבָאִים' מיט א חיריק אונטערן אל"ף, אבער מען זעט אין ספר קונטרס מסורת שאול אז עס איז דא א טעות אין רד"ק, און אין זיין ספר מכלול שרייבט דער רד"ק אליין אזוי ווי עס שטייט ביי אונז אין פסוק: 'לִשְׁבָאיִם', דער אל"ף שטיל און דער יו"ד מיט א חיריק.
קִרְאוּ זֹאת בַּגּוֹיִם קַדְּשׁוּ מִלְחָמָה הָעִירוּ הַגִּבּוֹרִים יִגְּשׁוּ יַעֲלוּ כֹּל אַנְשֵׁי הַמִּלְחָמָה. יעצט קערט זיך דער נביא צוריק צום פריערדיגן ענין, אז דער בורא וועט צונויפקלייבן אלע גוים קיין עמק יהושפט צו משפט'ן. ביז יעצט איז געווען א שטיקל אפשטעל צו רעדן וועגן בני צור, און יעצט גייט מען צוריק צו די פעלקער וואס האבן משעבד געווען כלל ישראל, דאס זענען בבל, אדום און ישמעאל. מען זאגט אז מען זאל אויסרופן צווישן די גוים זיך אנצוגארטלען צו מלחמה. דער מלבי"ם ברענגט אז ער האט שוין מבאר געווען אין יחזקאל (קאפיטלעך ל"ב, ל"ח, ל"ט) און אין זכריה וועגן מלחמת גוג ומגוג, אז לעתיד לבוא וועלן זיך די אומות וועקן איינצונעמען דאס לאנד: בני אדום וועלן קומען און הרג'נען פיל אין מצרים (וואס געהערן צו דער אמונה פון ישמעאל); דערנאך וועלן זיך ישמעאל אויפוועקן צו נקמה נעמען אין אדום און וועלן זיי שלאגן מיט א גרויסער שחיטה; און צום דריטן מאל וועלן די אדומיים צוריקקומען און שלאגן די בני ישמעאל. עס זענען דא דריי מערכות: ערשטנס שלאגט אדום פאר ישמעאל, צווייטנס שלאגט ישמעאל פאר אדום, און דריטנס שלאגט אדום צוריק ישמעאל. אויף דער ערשטער מערכה שטייט: 'העירו הגיבורים יגשו יעלו כל אנשי המלחמה' - די וואס קענען תכסיסי מלחמה און זענען גיבורים. אבער אין דער צווייטער מערכה ווערט שוין נישט דערמאנט קיין גיבורים, ווייל זיי וועלן שוין אלע אומקומען אין דער ערשטער מערכה, ווי עס שטייט אין נעקסטן פסוק: כֹּתּוּ אִתֵּיכֶם לַחֲרָבוֹת וּמַזְמְרֹתֵיכֶם לִרְמָחִים הַחַלָּשׁ יֹאמַר גִּבּוֹר אָנִי. די מלחמה-לייט מיט שווערדן זענען שוין אומגעקומען, שווערדן זענען נישטא, וועט מען נעמען דעם גראב-אייזן ('את') און אים שארפן צו מאכן א שווערד, און פון די שנייד-מעסערס פון די פעלדער ('מזמרותיכם') וועט מען מאכן שפיזן; די פשוט'ע ערד-ארבעטער וועלן גיין קעמפן מיט פעלד-געצייג, און 'החלש יאמר גיבור אני', ווייל די אמת'ע גיבורים זענען שוין נישטא. דער רד"ק באמערקט אז נאך דער מלחמה אין דער צייט פון שלום שטייט פונקט קאפ-אויף-פיס: 'וְכִתְּתוּ חַרְבוֹתָם לְאִתִּים וַחֲנִיתוֹתֵיהֶם לְמַזְמֵרוֹת'. מען קען אין דעם אפשר זען א געוויסע בחינה אין אונזערע טעג, א תקופה פון מעסער-שטעכערייען און אומגעראכטענע היימיש-געמאכטע וואפנס, רערן-באמבעס א.ד.ג., מען קעמפט מיט פשוט'ע אימפראוויזירטע מכשירים אנשטאט קאמפליצירטע ארסענאלן.
עוּשׁוּ וָבֹאוּ כָל הַגּוֹיִם מִסָּבִיב וְנִקְבָּצוּ שָׁמָּה הַנְחַת ה' גִּבּוֹרֶיךָ. אלע פעלקער וואס וועלן איבערבלייבן וועלן קומען קעמפן דאס דריטע מאל, אדום קעגן ישמעאל. און דא זעט מען אז עס וועט שוין גארנישט זיין קיין גבורה: 'שמה הנחת ה' גיבוריך', דאס לשון 'הנחת' איז מלשון אראפנידערן, ירידה, אלע וועלן זיין דערנידערט און שוואך. וואס מיינט דאס ווארט 'עוּשׁוּ'? דער מלבי"ם שרייבט אז דאס ווארט האט נישט קיין חבר אין גאנצן תנ"ך. עס איז באקאנט א כלל ביים לערנען תנ"ך, אז ווען מען וויל פארשטיין א ווארט זוכט מען צי עס איז פאראן א דוגמא ערגעץ אנדערש אין מקרא דורך א קאנקארדאנציע. אבער ווען א ווארט איז 'אין לו רע', עס האט קיין שום פארגלייך, דארף מען עס פארשטיין פונעם ענין אדער פרובירן פארגלייכן צו ענליכע ווערטער. דא שטייט 'עושו ובואו כל הגוים מסביב ונקבצו', פארשטייט מען פונעם ענין אז עס מיינט זיך צונויפנעמען און איילן. דער מלבי"ם זאגט אז 'עושו' קומט מלשון 'עָשׁ' (א מאל, א שוואכע באשעפעניש), דאס הייסט א צונויפקלייבונג פון שוואכע מענטשן; דער רד"ק פארבינדט עס מיט 'עָשׁ כְּסִיל וְכִימָה', וואס זענען שטערנס, א קנעיל שטערנס וואס קלייבן זיך צוזאמען. רש"י ברענגט פון מנחם אז 'עושו' איז ווי 'חוּשׁוּ' (איילט אייך), ווייל די אותיות אחה"ע קענען זיך בייטן אינעם מוצא הלשון, און ע' ביישט זיך מיט ח'. אבער תרגום יונתן טייטשט 'יִתְכַּנְשׁוּן' (זאלן זיי זיך איינזאמלען), וואס שטימט מיטן רד"ק און מלבי"ם. רש"י פירט אויס אז 'עושו' שטאמט פון 'עֶשֶׁת בַּרְזֶל', א שטיק צוזאמענגעגאסענער אייזן, דאס הייסט צונויפגעקליבן אויף איין ארט.
פסוק י"ב: יֵעוֹרוּ וְיַעֲלוּ הַגּוֹיִם אֶל עֵמֶק יְהוֹשָׁפָט כִּי שָׁם אֵשֵׁב לִשְׁפֹּט אֶת כָּל הַגּוֹיִם מִסָּבִיב. שִׁלְחוּ מַגָּל כִּי בָשַׁל קָצִיר בֹּאוּ רְדוּ כִּי מָלְאָה גַת הֵשִׁיקוּ הַיְקָבִים כִּי רַבָּה רָעָתָם. יעצט באשרייבט דער נביא די דריי מלחמות אויף א מליצה'דיגן אופן אלס א משל: דאס ערשטע מאל זענען זיי צוגעגליכן צו תבואה וואס שטייט אין פעלד און איז נאך נישט געשניטן געווארן, אלע זיצן רואיג אויף זייער ערד, און דער בורא באפעלט די שניידער: 'שלחו מגל כי בשל קציר', שניידט די תבואה ווייל זייער מאס איז פול געווארן. ביים צווייטן מאל: 'בואו רדו כי מלאה גת', זיי זענען שוין ווי וויינטרויבן וואס מען האט שוין אפגעשניטן און אריינגעלייגט אין דער גת צו צעטרעטן; מען גייט זיך אפגעבן מיט זיי נאך מער. ביים דריטן מאל: 'השיקו היקבים כי רבה רעתם', זיי זענען שוין ווי טרויבן וואס זענען אינגאנצן צעטראטן געווארן, עס בלייבט נאר איבער אפצוציען דעם וויין צום יקב; דאס ווייזט אז זייער שלעכטס איז געווארן איבערפליסיג, און דעריבער וועט מען זיי צעטרעטן און צעטראמפלען, ווי עס שטייט 'פּוּרָה דָּרַכְתִּי לְבַדִּי וְאֶדְרְכֵם בְּאַפִּי וְאֶרְמְסֵם בַּחֲמָתִי'. 'השיקו היקבים' טייטשט דער מלבי"ם אנגעפילט מיט געטראנק (משקה); אנדערע ערקלערן אז דאס איז פונעם קלאנג 'שקשוק' וואס דער וויין מאכט ווען ער גיסט זיך אריין אין גרוב; און טייל ערקלערן דאס מלשון 'השקה' ווי מען טוט משיק זיין כלים ביים מטהר זיין.
הֲמוֹנִים הֲמוֹנִים בְּעֵמֶק הֶחָרוּץ כִּי קָרוֹב יוֹם ה' בְּעֵמֶק הֶחָרוּץ. גרויסע מאסן וועלן זיך צונויפקלייבן אין עמק יהושפט. עמק יהושפט הייסט אזוי ווייל דער אויבערשטער וועט דארט פירן דעם משפט, און דער ארט וועט ווערן אנגערופן 'עמק החרוץ'. פארוואס 'עמק החרוץ'? דער מלבי"ם זאגט ווייל דארט ווערט פאַרזִיגְלט און 'נחרץ' זייער פסק-דין צו כלייה, וויבאלד זייער דין איז שוין נחרץ איז זייער שטראף באלדיג. דער רד"ק ברענגט נאך א פירוש: 'חרוץ' מיינט צעשניטן, ווייל דארט וועט מען זיי צעשניידן און פארהאקן.
שֶׁמֶשׁ וְיָרֵחַ קָדָרוּ וְכוֹכָבִים אָסְפוּ נָגְהָם. דער מלבי"ם ערקלערט אז דורך דעם וועלן בטל ווערן די געווענליכע השפעות פון די מזלות און כוכבים. דער מלבי"ם האלט אז ווען דער בורא טוט א נס, שטעלט ער אפ די סדרי הטבע פון די כוכבים און פירט די וועלט אויף אן איבערנאטירליכן אופן; 'קדרו' מיינט נישט דוקא פיזיש פינסטערניש, נאר אז זייער כח און איינפלוס אין דער הנהגה ווערט אפגעשטעלט.
וה' מִצִּיּוֹן יִשְׁאָג וּמִירוּשָׁלִַם יִתֵּן קוֹלוֹ וְרָעֲשׁוּ שָׁמַיִם וָאָרֶץ וה' מַחֲסֶה לְעַמּוֹ וּמָעוֹז לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל. דער מלבי"ם באמערקט: פארוואס שטייט ביי ציון 'ישאג' און ביי ירושלים 'יתן קולו'? ציון באדייט געווענליך דעם הר הבית, דעם מקום המקדש, און פון דארט וועט ארויסגיין די שטרענגע הנהגה פונעם משפט קעגן די גוים מיט א הויכן, מעכטיגן קול - א שאגה וואס וועט געהערט ווערן איבער דער גארער וועלט; אבער ירושלים, וואס האט נישט די זעלבע מדריגת הקדושה ווי דער הר הבית, דארט וועט ער בלויז 'געבן זיין קול', א רואיגערער אויסדרוק פון דער גאליכער הנהגה. און פון דעם קול וועלן שמים וארץ ציטערן, ווייל די גאנצע גשמיות'דיגע הנהגה וועט זיך איבערקערן און אלעס וועט געפירט ווערן אויף א ריין רוחניות'דיגן אופן. 'וה' מחסה לעמו ומעוז לבני ישראל' - מצד דעם וואס זיי זענען 'עמו' וועט ער זיי זיין א שוץ (מחסה) קעגן יעדן בייז, און מצד דעם וואס זיי זענען 'בני ישראל', א לשון פון שררה און הויכער מדריגה, וועט ער זיי געבן אן אייגענעם כח און שטארקייט (מעוז), וואס דאס איז פיל מער ווי בלויז א באהעלטעניש.
וִידַעְתֶּם כִּי אֲנִי ה' אֱלֹהֵיכֶם שֹׁכֵן בְּצִיּוֹן הַר קָדְשִׁי וְהָיְתָה יְרוּשָׁלִַם קֹדֶשׁ וְזָרִים לֹא יַעַבְרוּ בָהּ עוֹד. איר וועט דאס האבן מיט א קלארן ידיעה וואס איז העכער פון בלויז אמונה, א מוחשי'דיגע ידיעה אז איך בין דער בורא וואס רוהט אין ציון. און צוליב דעם וואס די שכינה וועט דארט תמיד רוהן, וועט ירושלים זיין הייליג און פרעמדע וועלן מער נישט דארט דורכגיין צו פארשוועכן איר קדושה; און ציון - דער הר הבית - וועט זיין נאך הייליגער, וואו אפילו אידן טארן נישט אריינטרעטן אומזיסט אן טהרה און נאר ביז דער עזרת ישראל.
וְהָיָה בַיּוֹם הַהוּא יִטְּפוּ הֶהָרִים עָסִיס וְהַגְּבָעוֹת תֵּלַכְנָה חָלָב וְכָל אֲפִיקֵי יְהוּדָה יֵלְכוּ מָיִם וּמַעְיָן מִבֵּית ה' יֵצֵא וְהִשְׁקָה אֶת נַחַל הַשִּׁטִּים. דער השפעה וועט זיין אזוי גרויס אז פון די בערג וועט טריפן זיסער זאפט פון די פילע פירות, די בערגלעך וועלן פליסן מיט מילך פון פיל שאף און רינדער, און אלע טייכן פון יהודה וועלן לויפן מיט וואסער. נישט בלויז אין יהודה וועט זיין וואסער, נאר גאר א קוואל וועט ארויסקומען פון בית המקדש און וועט אנזעטיגן דעם נחל השיטים. לויט רב סעדיה גאון מיינט דאס דעם ירדן וואס איז נאנט צו שטים; רש"י לערנט כפשוטו. דער מלבי"ם ברענגט אויך דעם רמז: תורה און אמונה ווערן צוגעגליכן צו וואסער, 'כי מציון תצא תורה', עס וועט ארויסגיין א גרויסער שפע פון תורה פאר דער גאנצער וועלט. פארוואס דערמאנט ער 'שטים'? ווייל ביי שטים האבן כלל ישראל געזינדיגט מיט בנות מואב און געדינט בעל פעור - א בחינה פון עבודה זרה און גילוי עריות, וואס איז געווען א ראשית חטאת; יעצט וועט דער הייליגער קוואל וואס קומט ארויס פון קדשי קדשים מטהר זיין יענע ראשית חטאת און אפמעקן אלע שמוץ פון עבודה זרה און זנות פון דער וועלט.
מִצְרַיִם לִשְׁמָמָה תִהְיֶה וֶאֱדוֹם לְמִדְבַּר שְׁמָמָה תִהְיֶה מֵחֲמַס בְּנֵי יְהוּדָה אֲשֶׁר שָׁפְכוּ דָם נָקִיא בְּאַרְצָם. דער אבן עזרא זאגט אז דאס איז נישט דאס אלטע מצרים, ווייל סנחריב האט דאך פארמישט אלע אומות. דער רד"ק זאגט אז די צוויי פעלקער, ישמעאל און אדום (רומי), זענען די וואס הערשן שוין לאנגע יארן און וועלן הערשן ביז דער גאולה, און דאס איז דער קאמף ביז היינטיגן טאג צווישן דער קריסטליכער וועלט (אדום) און די מוסלעמענער פעלקער (ישמעאל) - דאס איז די פערטע חיה וואס דניאל האט געזען. מצרים ווערט דערמאנט צוליב ישמעאל, ווייל הגר איז געווען א מצרית און ישמעאל'ס ווייב איז געווען פון מצרים, און די מוסלעמענער לענדער זענען אריינגעפאלן אונטער דער דאזיגער אמונה. און אדום איז רומי וואס האט חרוב געמאכט דעם צווייטן בית המקדש. עשרת השבטים ווערן נישט דערמאנט דא ווייל זיי זענען פארטריבן געווארן דורך מלך אשור קיין חלח און חבור און זענען נישט געווען אונטער דער הערשאפט פון אדום און ישמעאל. אין דער ערשטער מערכה וועט אדום חרוב מאכן די ישמעאלים ('מצרים לשממה תהיה'), דערנאך וועלן ישמעאל זיך נוקם זיין אין אדום פארן חורבן בית שני ('ואדום למדבר שממה תהיה'), און דורך דעם וועט דער אויבערשטער באצאלן פאר ביידע 'מחמס בני יהודה אשר שפכו דם נקי בארצם'.
וִיהוּדָה לְעוֹלָם תֵּשֵׁב וִירוּשָׁלִַם לְדוֹר וָדוֹר. שבט יהודה וועט שוין קיינמאל מער נישט גיין אין גלות, און ירושלים וועט מער קיינמאל נישט חרוב ווערן. וואס איז דער חילוק צווישן 'לעולם' און 'לדור ודור'? דער מלבי"ם ערקלערט אז 'לעולם' באדייט אייביגקייט וואס קען זיך נישט צעטיילן אויף שטיקער, נצחיות אן קיין שינוי - די ישיבה פון יהודה וועט בלייבן פעסט אן קיין ענדערונג; אבער 'לדור ודור' רעדט פון א מציאות וואס צעטיילט זיך אין דורות, ווייל ירושלים וועט אין יעדן דור געניסן פון נייע תושבים און וועט שטייגן אין שיינקייט און גלאנץ פון דור צו דור אלס העכער.
וְנִקֵּיתִי דָּמָם לֹא נִקֵּיתִי וה' שֹׁכֵן בְּצִיּוֹן. דאס איז דער פסוק מיט וועלכן מען שליסט ספר יואל. רש"י ערקלערט: אפילו אויב איך וועל ריינוואשן די גוים פון זייערע איבעריגע עבירות וואס זיי האבן געטון דורכאויס דער היסטאריע, אבער דאס בלוט פון בני יהודה וואס זיי האבן פארגאסן - פון דעם וועל איך זיי נישט ריינוואשן; דערויף וועלן זיי מוזן אפצאלן דעם פולן פרייז ווען דער אויבערשטער וועט רוהן אין ציון. דער רד"ק ערקלערט: 'וניקיתי' - פונעם געלט און גאלד וואס זיי האבן גערויבט וועל איך זיי אפלאזן, ווייל אידן וועלן אויך נעמען געלט פון זיי; אבער דאס פארגאסענע בלוט וועט מען נישט פארגעבן נאר 'נפש תחת נפש', קיין שום געלט קען דאס נישט אפקויפן, ביז מען וועט נעמען זייער נפש. און דער מלבי"ם ערקלערט אז וויבאלד אין מלחמת גוג ומגוג זענען נאר געווען אדום און ישמעאל, זאגט דער בורא: וואס וועט זיין מיט די איבעריגע פעלקער וואס האבן געפייניגט אידן? אויף דעם זאגט ער: 'וניקיתי דמם לא ניקיתי' - נאך דער מלחמה וועל איך זיך אויך אפגעבן מיט דעם בלוט פון די פעלקער וואס זענען ביז יעצט נאך נישט געשטראפט געווארן, און מען וועט מאכן אין זיי שפטים. דער אייבערשטער זאל אונז שוין באווייזן די ישועה השלימה און אן אייביגע גאולה בקרוב ממש, אמן ואמן.