ספר ירמיה פרק ח. אין יענער צייט זאָגט השם וועט מען ארויסנעמען די ביינער פון די מלכים פון יהודה און די ביינער פון זייערע שרים און די ביינער פון די כהנים און די ביינער פון די נביאים און די ביינער פון די יושבי ירושלים פון זייערע קברים. און מען וועט זיי אויסשפרייטן פאר דער זון און פאר דער לבנה און פאר גאנצן צבא השמים וואָס זיי האָבן ליב געהאט און וואָס זיי האָבן געדינט און נאָך וועמען זיי זענען געגאנגען און וואָס זיי האָבן געזוכט און פאר וועמען זיי האָבן זיך געבוקט; זיי וועלן ניט אײנגעזאמלט ווערן און ניט באגראבן ווערן, זיי וועלן זיין ווי מיסט אויף פני האדמה. איך האָב געלייענט ביידע פסוקים ווייל דער ערשטער פסוק האָט ניט קיין באדייט אָן דעם צווייטן פסוק. זאָגט הקדוש ברוך הוא, אין יענער צייט וועט מען ארויסנעמען די ביינער פון די מלכים פון יהודה און די ביינער פון זייערע שרים און די ביינער פון די כהנים און די ביינער פון די נביאים, די כוונה איז נביאי השקר, און די ביינער פון די יושבי ירושלים, די כוונה זענען די רשעים וואָס האָבן געדינט אלילים, וועט מען זיי ארויסנעמען פון די קברים און זיי וועלן זיין ווי מיסט אויף פני האדמה, ווי מיר וועלן תיכף מסביר זיין דעם קומענדיגן פסוק. דאָס הייסט, ער קומט דיר זאָגן דערמיט: קום זע די גרויסקייט פון דעם צרה. ניט נאָר וואָס די מתים וועלן ניט באגראבן ווערן, און דאָס האָט אייגנטליך געענדיגט דער קומענדיגער פרק, און די נבלה פון דעם דאָזיגן פאָלק וועט זיין צום עסן פאר די פייגל פונעם הימל און פאר די בהמות פון דער ערד און קיינער וועט ניט שרעקן. דאָס הייסט, די פייגל וועלן עסן די מתים, עס וועט ניט זיין ווער עס זאָל זיי באגראבן; זאָגט דער נביא, נאָך מער, אפילו יענע וואָס זענען שוין באגראבן וועט מען זיי ארויסנעמען פון זייערע קברים און זיי מאכן פאר מיסט אויף פני האדמה.