ישעיהו פרק כ"א. משא מדבר ים כסופות בנגב לחלוף ממדבר בא מארץ נוראה. די נבואה דאזוי איז יעצט א נבואה אויף בבל. רש"י פרעגט, האבן מיר דאך שוין געזען א נבואה אויף בבל אין די פריערדיקע פרקים י"ג י"ד, דארט איז געווען א זייער שווערע נבואה אקעגן בבל, אויב איר געדענקט האבן מיר געזען אז ער האט זיך אויף איר מתנבא געווען אז זי וועט זיין חרוב און נישט אויפגעבויט ווערן, און מיר האבן אויך געזען פון א היסטארישן שטאנדפונקט אז די נבואה דאזוי האט זיך מקויים געווען, לא יהל שם ערבי, ער האט געזאגט אז עס וועט זיין א מצב אז בבל, יענע אלטע בבל, וועט ביז היינט זיין חורבות און עס איז געזאגט געווארן אויף איר זייער שווערע זאכן. דאס איז שוין א נבואה וואס איז געזאגט געווארן אין פרק י"ג י"ד. וואס יעצט פלוצלינג האבן מיר נאכאמאל א נבואה אקעגן בבל? זאגט רש"י, פאמאל קומט די נבואה אין דעם מויל פונעם נביא אין איין סטיל און נאך א צייט אין אן אנדער סטיל. וואונדער זיך נישט, אזוי איז דער וועג פון די נבואה, אמאל איז זיך דער נביא מתנבא אויף א געוויסן אופן און אן אנדער מאל אויף אן אנדער אופן אין אן אנדער סטיל.
זאגט דער מלבי"ם, בבל ווערט דא אנגערופן מדבר ים, ווייל מדי ופרס זענען געווען אין די מזרח צפון זייט פון בבל, קומט אויס אלזא אז בבל איז מערבית דרומית צו פרס. אז אויב מיר רופן איר מערבית דרומית, מערבית דאס איז ים. מדבר דאס איז דרומית. שטענדיק ווען מען וויל זאגן דרום מיינט מען זאגט מדבר, ארץ דרום, ארץ מדבר די כוונה איז דרום. אלזא מערבית דרומית ווערט זי אנגערופן מים מדבר, און דאס איז אויך מדבר ים. מדבר ים די כוונה איז מערבית דרומית אין פארגלייך צו וואס? אין פארגלייך צו מדי ופרס. יעצט, זי ווערט אויך אנגערופן מדבר ווייל צווישן בבל און מדי ופרס איז געווען א מדבר, און דורך דעם מדבר זענען געקומען די שונאים. אויף די ביאה פון די שונאים באשרייבט ער און דערציילט ער אונז יעצט. מיר וועלן פאראויס זאגן א זאך וואס דערשיינט אין ספר דניאל, ווער עס וויל וועט קענען הערן די דיסקן אויף ספר דניאל און דארט וועט ער קענען זען די גאנצע מעשה, מיר וועלן עס נאר זאגן בקיצור. עס איז געבראכט אז ווען מדי ופרס האבן געהאט א מלחמה אקעגן בבל, האט בלשאצר בהצלחה אנטלאפן געמאכט די שונאים און האט זיי איבערגעוועלטיגט און זיי זענען צוריק אין זייער לאנד. בבל יליא, אין יענער נאכט, האט ער געמאכט א גרויסע סעודה, ארויסגענומען די כלים פון בית המקדש, איז געווען זיכער אז זיי וועלן שוין נישט גואל זיין כלל ישראל, און דעמאלט איז ארויס א שטיקל האנט און האט געשריבן אויף די וואנט פונעם היכל מנא מנא תקל ופרסין. געציילט האט דער אייבערשטער דיין מלכות און זי איז געפינען געווארן פעלנדיק און דעריבער האט ער באשלאסן זי צו צעטיילן, די כוונה איז זי צו צעטיילן. און דעמאלט איז ער געגאנגען און האט אויסגעפארשט וואס איז דער פשט פון די נבואה דאזוי, אלע חכמים האבן נישט געוואוסט צו באשיידן, און דניאל האט אים ערקלערט וואס מיר האבן ערקלערט יעצט אז בעצם וועט ער פארלירן זיין מלכות. בבליליא התקטיל בלשאצר. אין יענער נאכט איז געשטארבן בלשאצר, ווי אזוי? דורך א מרד וואס מען האט אים אנגעטאן פון אינעווייניק, מען האט אים געהרגעט, און מען איז געלאפן צו מעלדן מדי ופרס וואס זענען יעצט געווען אויפן וועג, זיי זענען שוין דא געפאלן און צוריק אין זייער לאנד, מען האט זיי געוואלט מעלדן קומט, בלשאצר איז יעצט געהרגעט געווארן. און דעמאלט זענען זיי צוריק און האבן איינגענומען בבל. מדי ופרס זענען צוריק צו איינעמען בבל. דאס איז געווען די מעשה וואס איז געווען דארט אין ספר דניאל. און יעצט וועט ער זאגן, ער באשרייבט די מציאות דאזוי, די מפלה דאזוי, יעצט באשרייבט ער אין די נבואה דאזוי, וואס דאס איז בעצם א פארפריקטע נבואה צו וואס עס איז געווען דארט דעמאלט.
און יעצט וועט ער אונז מאלן און באשרייבן כביכול עס איז דא עפעס א צופה איינער וואס אין יענער נאכט שטייט אויף די חומה פון בבל, און ווען דער מחנה פון פרס קומט צוריק צו איינעמען בבל נאכדעם וואס זיי האבן געהערט אז די קנעכט פון בלשאצר האבן געהרגעט צוליב יענע שטיקל האנט וואס איז ארויס און האט געשריבן אויף די וואנט פונעם היכל, האבן אים געהרגעט זיינע קנעכט, האבן געמאכט א איבערקערעניש און זענען בעצם געגאנגען צו רופן און צו צוריפן פרס, פרס קומען צוריק, און דעמאלט באשרייבט ער אז דער מחנה דאזוי זעט אויס ווי שטויב וואס ווערט געטראגן פאר די ווינט פונעם מדבר, און ערשט נאכדעם ווערט אים באוואוסט וועגן דעם מרד אז די שונאים קומען בעצם יעצט צו חרוב מאכן בבל. און ער באשרייבט ווי דער צופה וואס זעט דאס ווערט באפאלן מיט אנגסט, מיט פחד און מיט א ציטערניש. און נאכדעם באשרייבט ער נאך א באשרייבונג, ווי עס איז דא נאך א צופה, און ער איז יעצט איינער פון כלל ישראל, וואס ער ווארט שוין רבונו של עולם ווען וועט זיך מקויים ווערן וואס דו האסט צוגעזאגט אויף די מפלה פון בבל? ווען וועלן זיי סוף כל סוף פאלן? און אויך ער זעט וואס עס טוט זיך דעמאלט, אבער נישט ווי דער ערשטער צופה וואס איז א בבלי און ווערט באפאלן מיט פחד און ציטערניש, נאר דער צופה דאזוי איז פריילעך און זינגט אז אט סוף כל סוף נעמט זיך דער אייבערשטער נוקם זיין פון בבל וואס האט אזוי געפייניגט און מצר געווען כלל ישראל.
און יעצט הייבט ער אן צו באשרייבן. משא מדבר ים כסופות בנגב לחלוף ממדבר בא מארץ נוראה. דער צופה, דאס איז יעצט דער בבלישער צופה וואס רעדט. דער צופה באשרייבט און זאגט, עס דאכט זיך מיר ווי איך זע עפעס שטורעמס וואס גייען דורך אין נגב פונעם מדבר. נגב ווערט געווענליך אנגערופן מדבר, א ארט וואס איז אויסגעטריקנט פון וואסער, דעריבער ווערט עס אנגערופן נגב. איך זע די שטורעמס דאזיקע וואס הייבן אויף א גרויסן שטויב. און דעמאלט קוקט ער און באטראכט זיך מער און זאגט ממדבר, איך זע דעם שטורעם, דאס קומט פון די ריכטונג פונעם מדבר יענער שטורעם און שטויב. און דעמאלט באטראכט ער זיך מער און זאגט מארץ נוראה, ארץ נוראה דאס איז פרס, וואס די בבלים האבן זיך אזוי מורא געהאט און געציטערט פון איר, אלזא פאר אים ווערט עס אנגערופן ארץ נוראה. איך זע אז די חילות דאזיקע וואס קומען יעצט זענען פון א ארץ נוראה. און וועלכע חילות רעדט מען? יענע נאכט וואס עס זענען צוריק די חילות פון פרס צו איינעמען צוריק בלשאצר נאכדעם וואס זיי זענען געפאלן און האבן געהערט אז בלשאצר איז יעצט געהרגעט געווארן דורך די מורדים, קומען זיי צוריק צו איינעמען זיי צוריק.
חזות קשה הוגד לי. הבוגד בוגד והשודד שודד. עלי עילם צורי מדי כל אנחתה השבתי. חזות קשה הוגד לי. קוקט דער באטראכטער, יענער בבלישער צופה, און זאגט, דאס איז נישט קיין שטורעם און שטויב, נאר חזות קשה הוגד לי, א שווערע זעאונג איז מיר דערציילט געווארן. וואס עס ווערט מיר יעצט קלאר איז אז הבוגד בוגד, עס איז געשען א מרידה און א בגידה צווישן די מענטשן פונעם מלך בלשאצר, און דורכדעם וואס הבוגד בוגד און איז געגאנגען צו רופן דעם גאנצן חיל פון די שונאים צו קומען אהער, איז השודד שודד. יעצט מיט כח קומט יעצט דער שודד, דאס הייסט דער חיל פון פרס, זיי קומען צוריק צו רויבן, צו קריגן נאכאמאל אקעגן בבל. עלי עילם צורי מדי, דער צופה באשרייבט יעצט אז מען האט אים געזאגט פונעם בוגד, כביכול דער בוגד זאגט עלי עילם אויף בבל, ער קומט און פארבעט זיי, עילם, פרס, מדי, קומט יעצט, גייט ארויף אויף בבל, מיר האבן שוין געלייזט פאר אייך די פראבלעם, מיר האבן פארטיג געמאכט דעם מלך, דעם בלשאצר, עלי עילם אויף בבל. און דו, עלי עילם צורי מדי, ער רופט אויך צורי מדי, דאס הייסט פארכט נישט פאר בלשאצר, האב נישט קיין מורא פאר אים, כל אנחתה השבתי, די בעדרוקונג און שרעק וואס איז געווען פון די בני בבל, איז געווען א בעדרוקונג, איז געווען א פחד, איז געווען א חשש, זאגט השם השבתי. השבתי כביכול איר האט נישט וואס צו זארגן, מער וועט איר נישט קענען זען פון זיי פון בבל, בלשאצר איז געהרגעט געווארן, איר וועט נאר קומען און נעמען די מלוכה.
און דעמאלט באשרייבט דער צופה וואס עס גייט אריבער אויף אים. על כן מלאו מותני חלחלה, צירים אחזוני כצירי יולדה, נעויתי משמוע, נבהלתי מראות. רש"י ערקלערט אז דאס איז דער נביא וואס איז א רחמן, ער זיפצט אויף די פורענות פון די אומות. אזוי ערקלערט רש"י. אבער מיר וועלן גיין לויט דעם קו וואס דער מלבי"ם האט ערקלערט, אגב אויך רש"י אליין ברענגט אז לויטן פשוט זאגט דער נביא די קינה און די יאמערניש ווי בבל יאמערט, ער איז ווי א מויל פאר איר. דאס איז נישט איך דער נביא באדויער איר מפלה, כן יאבדו כל אויביך השם, נאר וואס, כביכול דינט ער אלס מויל פאר בבל וואס זיפצט און יאמערט און האט וויי. אבער דער מלבי"ם ערקלערט אז דאס גאנצע איז די המשך פון די ווערטער פונעם שומר און דעם צופה וואס זעט אלע די זאכן דאזיקע, און דעמאלט ווערט ער דערשראקן פון די פלוצלינגע שווערע שמועה דאזיקע אז די שונאים קומען יעצט צו איינעמען בבל, על כן מלאו מותני חלחלה. און נישט נאר דאס נאר צירים אחזוני כצירי יולדה. צירים אחזוני די כוונה איז ווי א פרוי האט צירים, און די צירים דאזיקע ווערן אנגערופן צירים ווייל די גמרא זאגט אז א פרוי אין איר רחם האט צירים ווי טירן, אז ווען מען וויל זאגן אז א פרוי געבערט כביכול עפנט זיך די טיר אין די יולדה. אלזא איז מיר געווארן אזעלכע צירים, אזא ווייטאג, אזא שמערץ. דאס איז געווען אינעם צווייטן שטאפל. און נאכדעם נעויתי משמוע, נבהלתי מראות. נעויתי משמוע די כוונה עווה דאס איז א לשון פון פארמישן, א לשון פון פארטומלעניש. ער זאגט, איך האב געהאט אזא פארטומלעניש פונעם שכל צוליב אלץ וואס איך האב געזען, ביז איך בין נישט געווען פעאיג צו הערן, אלע כוחות פונעם גוף האבן זיך פארקרימט. און נישט נאר דאס, נבהלתי ביז איך בין שוין נישט געווען פעאיג צו זען. אזוי באשרייבט דער צופה דעם פחד וואס האט אים באפאלן ווען ער האט געזען די שונאים קומען צוריק.
תעה לבבי, פלצות בעתתני, את נשף חשקי שם לי לחרדה. תעה לבבי, ער באשרייבט יעצט נאך א ירידה ביים צופה, נאך א מפלה, נאך א בהלה, ביז אזוי ווייט אז זיין גאנצער גוף האט זיך אינגאנצן בטל געמאכט, תעה לבבי, בטל געווארן דער כח החיות וואס איך האב געהאט. נאך מער זאגט ער פלצות בעתתני. פלצות די כוונה איז ווי א צעפלאצונג. אלע כביכול סטרונעס פונעם גוף, אלע רערן פונעם בלוט, זיי אלע האבן זיך צעפלאצט. פלצות אחזתני, דאס הייסט ווי דער גאנצער גוף האט זיך צעפאלן. פארוואס? את נשף חשקי שם לי לחרדה. נשף חשקי, דער מלבי"ם ערקלערט אז מיין חשק, די כוונה מיין רצון, אים האט ער נשף. פון וואספארא לשון נשף? נשף, עס איז דא אן אויסדרוק אין ארמית שף מדוכתיה. שף מדוכתיה די כוונה איז ער האט געשפרונגען און זיך גערוקט פון זיין ארט. און דער נשף ווערט אנגערופן נשף, נשף לילה, ווייל עס גייט ארויס דער טאג און עס קומט אריין די נאכט, די כוונה עס פארלאזט זיין ארט און עס קומט אריין עפעס אנדערש. דאס איז דער אויסדרוק נשף. אלזא דאס האט זיך געריקט די זאך פון איר ארט. יא, די גמרא זאגט עס איז דא נשף יום און עס איז דא נשף לילה. עס איז אויך דא אן אויסדרוק פון נשף אויף טאג. פארוואס ווערט אנגערופן נשף יום? אויך, די זעלבע זאך, ווייל עס איז אריבער די נאכט, שף מדוכתיה, האט זי פארלאזט איר ארט און עס איז געקומען דער טאג. אלזא אויך דא נשף חשקי, די כוונה דאס יענעם חשק וואס איך האב געהאט פריער, האט דאס כביכול דער שרעקלעכער פחד וואס איז יעצט אריבער אויף מיר אים אריבערגעפירט פון מיר. און פארוואס? זאגט דער מלבי"ם אז ווען צו א מענטש קומט עפעס א ענין פון חרדה, פאראורזאכט עס אים א גרויסע בהלה. אבער אויב עס קומט אים א ענין פון חרדה אין דער צייט וואס ער איז אין א גרויסע שמחה, זאגט ער אז דעמאלט זענען די בהלה און דער פחד זיבן מאל. עס איז דא דא א שינוי. ער זאגט דאס פארטאפלט דעם משוגעת און דעם וואונדער דורך דעם ריקן דעם גוף און זיינע חושים פון פרייד צום גרויסן פחד. ביז דער מענטש איז אין א סארט מצב פון פארמישעניש, ער ווייסט נישט, איז ער אין שמחה אדער אין א שרעקלעכן פחד. זאגט ער דאס איז די גרעסטע בהלה. און דעריבער זאגט ער את נשף חשקי, דאס הייסט יענע צייט וואס איך האב געהאט מיין חשק, און דער רד"ק ערקלערט וואס איז את נשף חשקי? זאגט דער רד"ק, האט דאך אין יענער נאכט בלשאצר געמאכט א נשף. האט ער דאך אין יענער נאכט געמאכט א שמחה, געמאכט א סעודה, אלע פריילעך, און פלוצלינג אין איין רגע האט זיך יענער נשף חשקי איבערגעקערט צו זיין א שרעקלעכע חרדה. נשף חשקי, די פריילעכסטע צייט האט זיך פלוצלינג איבערגעקערט צו זיין די דערשרעקנדסטע צייט, די שרעקלעכסטע. און דעמאלט זאגט ער אין אזא מצב הייבט א מענטש אן זיך צו פארשטעלן און צו זען א שאטן פון בערג ווי בערג און צו זען שרעקלעכע און דערשרעקנדע זאכן פון וואס? פון דעם וואס זיין נפש ווערט אריבערגעריקט אין איין רגע פון א גרויסע שמחה צו א גרויסע בהלה, צו אן ענארמען פחד.
ערוך השולחן, צפה הצפית, אכול שתה, קומו השרים משחו מגן. זאגט דער מלבי"ם, יעצט באשרייבט ער דעם מליץ, דעם מענטש וואס באשרייבט, און ער איז ווי א מענטש וואס עס האט אים באפאלן דער משוגעת, וואס מיר האבן געזאגט אז ער איז ווי ער שפרינגט פון חרדה צו א גרויסע שמחה און פון א גרויסע שמחה צו חרדה, אלע זענען אין א בהלה, און די פארשטעלונגען דאזיקע ביידע צוזאמען פאראורזאכן אים א גרויסע התרגשות. און דעמאלט רופט ער ערוך השולחן, פון איין זייט גרייט אן דעם טיש, א משתה. פון די אנדער זייט צפה הצפית, די כוונה איז גרייט זיך צו, לייג אן אויג צו קוקן, עס איז דא א מלחמה. נאכדעם רופט ער נאכאמאל אכול שתו, עס, טרינק, עס איז דא א נשף, עס איז דא א שמחה. און פון די אנדער זייט קומו השרים משחו מגן. עס ווייזט דיר ווי דער מענטש איז אין א סארט הין און צוריק וואס קומט פונעם פחד און דער ציטערניש וואס זענען געקומען אין דער צייט פון די שמחה און פאראורזאכן אים א סארט מצב אז דער מענטש געפינט זיך נישט, ער איז פארמישט. פון איין זייט וויל ער ערוך השולחן, פון איין זייט אכול ושתו, און א רגע נאכדעם צפה הצפית, שטעל א צופה, עס איז דא א מלחמה, קומו השרים משחו מגן, עס איז דא א שלאכט. וואס איז דאס משחו מגן? די מפרשים באשיידן אז עס איז געווען זייער וועג אז ווען זיי זענען ארויסגעגאנגען אין מלחמה, האבן זיי געשמירט דעם שילד מיט אויל. די צוועק פונעם שמירן דעם שילד איז געווען כדי אראפצוגליטשן פון אים די פיילן און די שווערדן וואס זאלן שלאגן אין אים, אז דאס זאל זיך גליטשן. דארט שטייט מגן גיבורים נגעל, ריכטיג? דארט נגעל מגן גיבורים. ביי וועמען איז דאס געזאגט? אויף וועמען איז דאס געזאגט? יונתן. דארט איז דאס געזאגט אויף יונתן, וואס זיי זענען געווען גיבורים און זיין שילד איז נגעל געווארן. וואס איז דער פשט נגעל? וואס איז הגעלה אין לשון הקודש? שורו עיבר ולא יגעיל. יגעיל די כוונה ער וועט ארויסלאזן, הגעלה דאס איז ארויסלאזן. אלזא מגן גיבורים נגעל, די כוונה איז דער אויל וואס איז געווען איינגעזאפט אין אים און האט געזאלט באשיצן אז דער שילד זאל נישט אנעמען די פיילן, איז נגעל, דער אויל האט זיך ארויסגעלאזט. און אויב דער אויל האט זיך ארויסגעלאזט און איז ארויס, איז ממילא די פייל יא געקענט דורכשטעכן דעם שילד, די שווערד יא געקענט צעשניידן דעם שילד. אלזא ממילא דורכדעם איז געווען די מפלה. דער אויסדרוק פון געשמירט מיט אויל דאס דריקט אויס דעם שטארקן שילד וואס איז נאך מיטן אויל וואס געפינט זיך אויף אים. רש"י ברענגט נאך א באשייד, צפה הצפית די כוונה איז שטעל אויף די מנורה. אכול ושתו, כביכול אין יענעם משתה האבן זיי געשטעלט די מנורות, אויפגעשטעלט זיי, ווייל די מנורות דאס איז געווען א סימן פון חשיבות, דאס איז געווען א סימן פון מלכים, ווייל אזוי איז געווען זייער וועג.
כי כה אמר אלי השם, לך העמד המצפה אשר יראה יגיד. כי כה אמר אלי השם, יעצט באשרייבט ער דעם צווייטן צופה. דער צווייטער צופה איז דער וואס שטייט אין דעם ווארט פון השם און ער איז דער מצפה, דער וואס ווארט און הארט ווען וועט שוין קומען די מפלה פון בבל, יענע נבואה וואס מיר האבן שוין געלייענט וועגן איר פריער אין פרקים י"ג און י"ד, ווען וועלן די פרקים דאזיקע, ווען וועלן די באשרייבונגען דאזיקע שוין קומען צו מימוש? רש"י ערקלערט ווער איז יענער מצפה? רש"י זאגט דאס איז א געוויסער מענטש. און ווער איז ער? זאגט רש"י, ער האט אים געזאגט עס וועט אין דער צוקונפט איינער פון דיינע תלמידים קלאגן אויף מיינע מדות אויף די לענג פון די רואיקייט פון בבל. איינער פון דיינע תלמידים וועט קומען מיט א טענה, רבונו של עולם, פארוואס איז בבל נאך רואיק? עס זענען דא אזעלכע שווערע נבואות אויף איר, פארוואס נעמסטו זיך נישט נוקם זיין פון זיי? ווער איז דאס? זאגט רש"י דאס איז חבקוק. על משמרתי אעמודה, און ער ווארט צו זען מה ידבר בי. אלזא איז ער כביכול דארט, חבקוק איז געשטאנען אין איר, זאגט ער איך רויר זיך פון דאנעט נישט ביז דער רבונו של עולם וועט זיך נוקם זיין פון בבל. האט אים דער אייבערשטער געזאגט צו ישעיהו, שטעל אים אויף יענעם מצפה און זאג אים צו פון מיר, אז ער וועט שטיין אויף זיין מצפה אז וואס ער וועט זען אין די מפלה פון בבל וועט ער דערציילן. כביכול דא ווענדט ער זיך צו אים, העמד המצפה אשר יראה יגיד, אט יעצט נעם איך זיך נוקם זיין פון בבל און איך וויל אז ער זאל באשרייבן די זאכן דאזיקע אז ווי איך האב צוגעזאגט אזוי האב איך טאקע סוף כל סוף מקויים געווען. דער מלבי"ם ווי מיר האבן ערקלערט גייט ער נישט אריין אין עפעס א ממשותדיקן צופה, ער רעדט נישט אויף עמעצן ספעציעל, נאר ער באשרייבט וואס עס זעט כביכול דער בבלישער צופה און דעם פחד און די ציטערניש וואס וועט אים באפאלן, און וואס עס זעט דער צופה וואס איז בעצם דער צופה פון ישראל וואס ווארט שוין אויף די נבואה דאזיקע אז זי זאל זיך מקויים ווערן, אז אט וועט שוין קומען די מפלה פון בבל. זאגט דער מלבי"ם וואס איז דער אונטערשייד צווישן מצפה און צופה? זאגט דער מלבי"ם, צופה דאס איז א מענטש וואס גרייט זיך צו צו זען וואס עס וועט קומען. יעצט וואס עס וועט זיין, די זאך אויף וואס ער קוקט איז נאך נישט דא פאר זיינע אויגן, ער ווארט. און דאס איז ווי עס שטייט צופה נתתיך לבית ישראל, ער איז א צופה אז די זאך דאזיקע וועט זיין. אבער ווען עס שטייט מצפה, די כוונה איז א מענטש וואס האט א האפענונג צו זען א געוויסע זאך. אני בהשם אצפה, בוקר אערוך לך ואצפה, די כוונה איך האב א האפענונג צו א געוויסער זאך, ער ווערט אנגערופן מצפה. דערקעגן צופה דאס איז ווער עס שטייט צו זען עפעס א זאך, ער ווערט אנגערופן צופה. וראה רכב צמד פרשים, רכב חמור, רכב גמל, והקשיב קשב רב קשב. יעצט באשרייבט ער ווי דאס איז דער מצפה, ווי מיר האבן ערקלערט אז ער האט א האפענונג צו זען עפעס א זאך, נאכדעם וואס ער שטייט לאנגע צייט אויף דער וואך און ער ווארט שוין צו זען, נו ווען וועט שוין בבל פאלן, ווען עס קומט די צייט פון די בשורה, וואס זעט ער? ער האט געמיינט אז ער וועט זען עפעס א שווערע ארטילעריע, ער האט געמיינט אז ער וועט זען פעלקער ארום וואס קומען צו קריגן. אנשטאט דעם וואס זעט ער? א רכב פון צוויי רייטער. רכב חמור, רכב גמל. צוויי רייטער רייטן, איינער אויף אן אייזל און איינער אויף א קעמל. דאס איז די מפלה פון בבל? פון דא וועט עפעס פאלן? וואס, וואס, וואו איז דא די מפלה? וואס ער האט נישט פארשטאנען, אז די צוויי זענען די צוויי שרים וואס זענען אנטלאפן אין יענער נאכט פון בבל און זענען געלאפן צום פאלק פון פרס, צום מלך פון פרס צו זאגן אים קום צוריק, קום צוריק, מיר האבן דיר געעפנט דעם וועג. די דאזיקע צוויי וואס זענען געלאפן צום חיל פון פרס און מדי, דאס איז געווען די מפלה פון בבל, יענע צוויי רייטער וואס דו האסט געזען און נישט פארשטאנען, דאס זענען די צוויי שרים וואס האבן געהרגעט בלשאצר. און ער דער מצפה האט געמיינט אז איך וועל דא נאך דארפן א סך צייט צו ווארטן, וואס זע איך דא צוויי רייטער, וואס, פון דעם וועט נישט וואקסן קיין ישועה, ער האט נישט פארשטאנען וואס ער זעט. ער האט געזען נאר א פאר רייטער. און פארוואס רכב חמור, רכב גמל? ווייל דאס איז דער וועג פון די וואס אנטלויפן. א מענטש וואס גרייט זיך צו, גרייט ער אן א רכב און רייטער און אלץ, אבער ווער עס אנטלויפט אין איין רגע, זעט ער עפעס אן אייזל, ער שפרינגט אויף אים און אנטלויפט. ער זעט עפעס א קעמל, גייט ער ארויף אויף אים און אנטלויפט. ער האט נישט קיין צייט אנצוהייבן צו זוכן א רכב ווי עס דארף צו זיין מיט א טערען וואגן אדער וואס עס איז, מען גייט ארויף און אנטלויפט. אלזא זעט ער רכב צמד פרשים, רכב חמור, רכב גמל, והקשיב קשב רב קשב. ער הערט און זעט אז די וואס אנטלויפן לאזן הערן א קול קשב, דאס הייסט זיי זאגן כביכול פון אונז וועט ארויסגיין די בשורה פונעם קץ פון גלות בבל, פונעם קץ פון בבל, פונעם קץ פון מדינת בבל, מיר זענען די וואס מבשר זענען דאס.
ויקרא אריה על מצפה השם, אנוכי עומד תמיד יומם ועל משמרתי אנוכי ניצב כל הלילות. און דעמאלט טראכט ער זיך, נו, מיין האפענונג האט זיך אפגענארט, איך האב געווארט אויף די מפלה פון בבל און אנשטאט דעם זע איך עמעצן אויף אן אייזל און עמעצן אויף א קעמל. און דעמאלט שטייט ער און רופט ווי א לייב, רבש"ע, אנוכי עומד תמיד יומם ועל משמרתי אנוכי ניצב כל הלילות, וואו איז די הבטחה וואס דו האסט צוגעזאגט? איך שטיי שוין דא א לאנגע צייט און דאס איז וואס איך זע יעצט? יענעם אויפן אייזל און יענעם אויפן קעמל? איך ווארט שוין לאנגע צייט און הארט. זאגט דער מלבי"ם, עס איז דא אן אויסדרוק פון משמר און עס איז דא אן אויסדרוק פון מצפה. יעצט לאמיר אכטונג געבן זאגט דער מלבי"ם אז ווען ער שרייבט אינעם מצפה שרייבט ער עומד במצפה, און אינעם משמר שרייבט ער ניצב במשמר. וואס איז דער אונטערשייד צווישן ניצב און עומד? האבן מיר עס שוין געזען עטלעכע מאל אינעם ביאור פונעם מלבי"ם, אז א מענטש וואס שטייט דאס קומט נאר צו זאגן ער זיצט נישט. ווער איז דאס עומד? א מענטש וואס זיצט נישט ווערט אנגערופן עומד. דערקעגן ניצב דאס איז א מענטש וואס שטארקט זיך אויף זיין ארט. א שטארקע שטייענדיקייט, ניצב אקעגן עמעצן. ניצב די כוונה איז שטייען מיט שטארקייט און מיט כח. אלזא זאגט ער אזוי אויך דא. מצפה איז ער עומד, ער איז כביכול מצפה צו זען עפעס א זאך, אלזא שטייט ער כדי צו זען. אבער אינעם משמר, איך היט דא אז עס זאלן נישט קומען שונאים, אויב איך היט איז איך ניצב, אויב עס קומט א שונא יעצט בין איך גרייט צו קריגן אקעגן אים. דאס איז א מענטש וואס שטייט ניצב. רש"י ערקלערט ווי זיין וועג אז די נבואת ישעיהו איז דאך געקומען וועמען צו טרייסטן? חבקוק, וואס דער אייבערשטער זאגט אים אט וואס דו האסט אזוי דערויף געווארט אט יעצט קומט עס. ויקרא אריה על מצפה השם אנוכי עומד. ווער איז דאס? דאס איז חבקוק, וואס שטייט און ווארט און מיר האבן געזאגט ער האט אויסגעצייכנט א קרייז און איז געשטאנען אין איר, אנוכי עומד תמיד יומם ולילה, יומם ועל משמרתי אנוכי ניצב כל הלילות, איך שטיי און בין ניצב און רויר זיך נישט פון דא. ער זאגט דא רעדט מען אויף חבקוק אויך, ווייל אריה איז בגימטריא חבקוק. און דעמאלט ווענדט ער זיך כביכול צו חבקוק און טרייסט אים אין דעם ענין. פסוק ט'. והנה זה בא רכב איש צמד פרשים. ויען ויאמר נפלה, נפלה בבל, וכל פסילי אלוהיה שיבר לארץ. זאגט זיי דער צופה דאזיקער, ער שטייט און זאגט רבש"ע, וואס זע איך יעצט? והנה זה בא רכב איש צמד פרשים. איך שטיי דאך ווי איך האב באשריבן שטענדיק יומם אויף מיין וואך, ניצב אלע נעכט, פאר וואס? והנה זה בא רכב איש צמד פרשים, דאס איז די מפלה פון בבל וואס דו האסט צוגעזאגט רבש"ע? צי דאס וועט חרוב מאכן די גוואלדיקע ממלכה פון בבל? ויען ויאמר נפלה, נפלה בבל. אבער אין דער צייט וואס ער שרייט אזוי צו השם, באמערקט ער שוין פלוצלינג אז ער הערט קולות. און וואס שרייען די קולות דאזיקע? נפלה, נפלה בבל. ער הערט אז דורך יענע רייטער אויף אן אייזל און א קעמל, קומען זיי צו פרס און וואס שרייען זיי דעם מלך פון פרס? נפלה, נפלה בבל, קום נעם יעצט איין די שטאט, בלשאצר איז געהרגעט געווארן. וואס וויל ער אויסדריקן מיט דעם? ער וויל דיר זאגן וויסט אז די מפלה פון בבל וועט זיין אין איין רגע, אין איין סעקונדע. טראכט נישט אז עס וועט זיין עפעס א מצור, עס וועלן קומען א סך פעלקער, און עס וועלן זיין מלחמות, און עס וועט זיין... זאגט ער ניין מיין הער, אין איין סעקונדע, ער איין רגע זעט ער א רכב און רייטער, זאגט ער וואס איז דאס, וואו איז דא די מפלה? און א סעקונדע נאכדעם מעלדן זיי מיין הער מיר האבן פארטיג געמאכט, בבל איז אויסגעמעקט געווארן, נפלה בבל. פרס קומען צוריק אריין און נעמען בבל ווי מען זאגט היינט אין גיין. אן קיין נויט צו מלחמות, אן קיין נויט צו מאכן שלאכטן. דאס הייסט א רגע פריער איז אזא זאך נישט ארויף אויף זייער הארץ, א סעקונדע נאכדעם איז נישטא מער קיין בבל. דער נביא באקומט כביכול א נבואה פון השם, די מפלה פון בבל וועט זיין אין איין רגע.
מדושתי ובן גורני, אשר שמעתי מאת השם צבאות אלוהי ישראל הגדתי לכם. זאגט זיי דער נביא אין די נבואה דאזיקע, איך זאג דא נבואה פאר אייך ווי עס וועט זיך אנהייבן די מפלה פון בבל, און ווי דער בונד וואס מען וועט מאכן אקעגן בלשאצר זייער האר, און איך באשרייב אייך נישט דא דעם הרג און דעם אונטערגאנג וואס דער חיל פון פרס און מדי וועלן אנטאן בבל, ווי זיי וועלן זיך נוקם זיין פון זיי, ווי זיי וועלן זיי אויסהרגענען, דאס באשרייב איך אייך נישט. דאס האב איך שוין באשריבן אין די פרקים ווי איך האב פריער געזאגט י"ג און י"ד, אז דארט קומט א ממש פרטימדיקע באשרייבונג ווי שווער עס וועט זיין די מפלה פון בבל. יענע נבואה רופט זי דער נביא מדושתי ובן גורני. די כוונה די נבואה אין וועלכער איך האב מתנבא געווען אויף די דרעשונג אז השם וועט דרעשן בבל. דרעשן דאס איז וואס מען פלעגט טאן צו די תבואה, ווען מען האט געוואלט אפטיילן די שפרייערדיקייט פון די ווייצן, האט מען געדראשן. וואס איז דרעשן? מען נעמט און שטעלט דעם מורג החרוץ אויף די ווייצן, מען לאזט אן אקס עס ציען, דאס איז געווען זייער שווער, א זייער שווערע ברעט, ער רייבט די ווייצן אין דער ערד און פאראורזאכט די אפטיילונג פון די שפרייערדיקייט פון די קערנער. נאכדעם ווארפט מען דאס מיטן ווינט. אלזא זאגט ער מדושתי, די נבואה אין וועלכער איך האב מתנבא געווען אויף די דרעשונג אז דער אייבערשטער וועט דרעשן בבל, דאס איז א מליצישע נבואה, דאס איז אן אויסדרוק פון א מליצה אויף די שטארקסטע שלאגונג. דרעשן דאס מיינט א גענצלעכע צעקוועטשונג, ווי תדוש הרים ותדוק וגבעות כמוץ תשים. אלזא דאס מיינט די דרעשונג אז השם וועט דרעשן בבל, וועט זי צעשטערן אויף אן אבסאלוטן אופן, זאגט ער דאס האב איך אייך שוין געזאגט, שוין אין די פריערדיקע נבואות י"ג י"ד שוין פון א סך צייט האב איך מתנבא געווען פאר אייך אויף די מציאות אז דער אייבערשטער וועט צעשטערן בבל א גענצלעכע צעשטערונג. וואס איז בן גורני? די כוונה איז ווי דער שייער וואס דעם שייער זאמלט מען איין און דרעשט, אזוי אויך וועט דער אייבערשטער איינזאמלען און זיי דרעשן, און ווי עס שטייט דארט במורג חרוץ חדש בעל פיפיות, די כוונה איז אז ער האט אין זיך שנייד וואס דרעשט די תבואה אויף אן אבסאלוטן אופן.
משא דומה. אלי קורא משעיר, שומר מה מלילה, שומר מה מליל. יעצט וועט ער אונז איבערגעבן א נבואה אויף די מפלה פון אדום. בעצם האבן מיר שוין גערעדט אין דער פארגאנגענהייט אז די צעטיילונג פון די פרקים איז א קריסטלעכע צעטיילונג. און אין אידישקייט איז נישטא קיין צעטיילונג צו פרקים. נאר עס זענען נאר דא פרשיות פתוחות, פרשיות סתומות און אויך אן נומערן, אן א סימון פרק דאס, אזוי און אזוי ווייטער. מיר האבן אויך ערקלערט אין דער פארגאנגענהייט פארוואס, פון וואס האט זיך גענומען יענע קריסטלעכע צעטיילונג, ווי אזוי איז זי אריין צו אונז אין אונזער תנ"ך. אויף יעדן פאל, דא בעצם, אויב מען וואלט געוואלט צעטיילן די פרקים ריכטיג, דא וואלט געדארפט אנהייבן א נייער פרק. ווייל דא יעצט גייט דער נביא איבער צו רעדן אויף אן אנדער אומה, וואס ער דריקט אויס איר מפלה. משא דומה. וואס איז משא דומה? אויף וועמען רעדט ער יעצט? אויף די מפלה פון אדום. זאגט דער מלבי"ם, דער משא דאזיקער, די נבואה דאזיקע, איז געגרינדעט אויף וואס עובדיה האט געזאגט. און עובדיה דארט איז געבראכט, אם גנבים באו לך, אם שודדי לילה, עד הגבול שלחוך כל אנשי בריתך. און דארט האט דער מלבי"ם ערקלערט אז אדום זענען ארויסגעגאנגען פון די גרעניץ פון זייער לאנד כדי צו קריגן אקעגן די שונאים, ווי אזוי? דורכדעם וואס מען האט זיי אפגענארט. מען האט אפגענארט אדום און זיי געזאגט עס איז דא עפעס א מלחמה און עס לוינט אז איר זאלט ארויסגיין צו קריגן אקעגן די שונאים, און די אדום זענען ארויסגעגאנגען אויסער זייער מדינה כדי צו קריגן. און עס זענען דארט געווען יועצים וואס האבן בעצם אפגענארט אדום כדי ארויסצוגיין צו יענער שלאכט. ווען ער איז ארויסגעגאנגען אויסער זיין לאנד, זענען די שונאים אריין אינעם לאנד און האבן עס איינגענומען מיט גרינגקייט. בקיצור וואס מען רופט מען האט אים געשטעלט א פאך. און דעריבער פארגלייכט ער זיי דארט צו גנבים און שודדי לילה. די גנבים און שודדי לילה קומען אריין אן דעם וויסן פונעם בעל הבית, זיי קומען אריין מיט ליסטיגקייט. אזוי אויך יענע אדום זענען צו זיי אריין און האבן זיי איינגענומען אויפן וועג פון גנבים און שודדי לילה. יעצט זאגט ער, זיי האבן זיי צוגערויבט און צוגעגנבעט מער ווי די גנבים און די שודדים. ווייל דער גנב און דער שודד האט נישט קיין צייט, ער נעמט וואס ער זעט בפרהסיא. ער האט נישט קיין צייט אנצוהייבן צו מאכן זוכענישן, וואס ער זעט בפרהסיא נעמט ער תיכף און ער זוכט ווי צו אנטלויפן, ער האט נישט קיין צייט אנצוהייבן צו זוכן אין די באהאלטענע זאכן און אין אלערליי פארבארגענע ערטער, סיידן דער בעל הבית איז אוועקגעפארן אויף א וואך, און דעמאלט האט דער גנב א פוסט הויז און ער האט אויך א פוסטע וואך. אבער אויף אן געווענליכן אופן זעט דער גנב עפעס, נעמט און אנטלויפט. אלזא יעצט לויט דעם קומט ער און באשרייבט און זאגט, וויסט אז דארט ביי זיי וועט נישט זיין סתם גנבים, נאר דאס איז מער ווי געווענליכע גנבים, זיי וועלן נעמען אויך וואס עס איז דא אין די באהעלטענישן, אויך וואס עס איז דא אין די פארבארגענע ערטער. און ער זאגט זיי האבן צוגערויבט אי ביי טאג אי ביי נאכט. און דערויף איז געזאגט איך נחפשו עשיו, נבעו מצפוניו. איך נחפשו, מען האט דארט געזוכט און געגראבן און די באהאלטענסטע זאכן, אויך דאס האט מען צוגענומען פון עשיו, נישט ווי גנבים וואס קומען און נעמען וואס זיי זעען בפרהסיא און אנטלויפן תיכף, נאר אויך די באהאלטענסטע זאכן איז מען געגאנגען און האט געזוכט. אויף דעם יסוד דאזיקן איבערגיט ער יעצט זיין נבואה און זאגט, משא דומה, אלי קורא משעיר. שעיר דאס איז דאך אדום. שומר מה מלילה, שומר מה מליל. דעם שומר וואס זיי האבן אים אוועקגעשטעלט כדי ער זאל זיי היטן דאס לאנד, פרעגט מען אים, זאג וואס איז געשען דארט אין שעיר? און ער זאגט זיי, וואס דארפט איר בעטן און זוכן דעם שונא אויסער דער מדינה? קומט צוריק אין דער מדינה, וועט איר אים געפינען, אייער שונא וועט איר אים געפינען אין דער מדינה אליין. און דאס איז וואס ער זאגט, האלי, דאס הייסט דער שומר זאגט, ער האט געזאגט דער שומר אלי קורא משעיר, מען פרעגט מיר שומר מה מלילה? וואס איז געשען פון די נאכט? וואס איז געשען אין יענער שרעקלעכער נאכט וואס מען איז געקומען אקעגן שעיר? האט געזאגט דער שומר, אתה בוקר וגם לילה, אם תבעיון בעיו, שובו אתיו. זאגט זיי דער שומר, טראכט נישט אז ער איז געקומען ווי א גנב אין דער נאכט, אנטלאפן תיכף מיט דעם ליכט פון פארטאג, ווייל געווענליך דרייט זיך דער גנב נישט ארום ביי טאג, ער האט מוראס, ער האט חששות. ער זאגט זיי ניין, אתה בוקר וגם לילה. און נאך אלץ איז דער שונא דארט און רויבט און פליגט. ווי מיר האבן געזאגט באשרייבט ער וואס עס איז געשען ווען די בני אדום זענען ארויסגעגאנגען אויסער זייער לאנד. אם תבעיון בעיו, שובו אתיו. אויב איר בעט דעם שונא, שובו אתיו, זאגט ער זיי צו אדום קומט צוריק אין אייער לאנד, וועט איר אים דארט געפינען. דאס הייסט אדום זענען ארויסגעגאנגען פון זייער לאנד לויט דער אפנארונג ווי מיר האבן ערקלערט, און זיי זוכן וואו איז דער שונא. זאגט ער זיי אה, איר זוכט דעם שונא? דער שונא גראבט שוין ביי אייך אין דער היים, און ער האט שוין געגומען אויך די פארבארגענע זאכן. אויב איר בעט, תבעיון בעיו, איר ווילט אים, שובו אתיו, קומט צוריק צו אייער ארט, צו אייער לאנד, און דעמאלט וועט איר אנטדעקן ווי אין דער שעה וואס איר זענט ארויסגעגאנגען פון דא איז דער שונא שוין אריין אהער און ער רויבט אייער רויב. רש"י ערקלערט דאס מער אויפן וועג פון דרש. האט געזאגט דער שומר, דאס איז דער אייבערשטער. אתה בוקר, דער אייבערשטער ווענדט זיך כביכול צו כלל ישראל און זאגט זיי, איך האב אין דער מעגליכקייט צו מאכן אייך א בוקר יעצט. וואס איז דאס בוקר? כביכול צו ברענגען די גאולה. וגם לילה, די נאכט וואס וועט זיין צוגעגרייט פאר עשיו. לילה דאס דריקט אויס דינים, דאס דריקט אויס שווערקייט. לילה, יש, איך האב צוגעגרייט פאר עשיו, איך האב אנגעגרייט פאר עשיו אז ער זאל אייך פייניגן און מצער זיין. אין וואס איז דאס אפהענגיק? אם תבעיון בעיו. אויב איר וועט בעטן, בעיו דאס איז בעטן, אויב איר וועט מתפלל זיין אויף דעם צו פארגיכערן דעם קץ, אם תבעיון בעיו, איר ווילט פארגיכערן דעם קץ, שובו אתיו. וואס איז דער עיקר? נישט צו שרייען רבש"ע שיק דעם משיח. דאס איז וואונדערבאר, אויך דאס דארף מען, אבער נישט דאס איז דער עיקר. וואס איז דער עיקר? ענדער די מעשים. שובו אתיו, קערט זיך אום בתשובה און דורכדעם וועט קומען דער קץ פון די גאולה.
משא בערב. ביער בערב תלינו אורחות דדנים. די נבואה דאזיקע איז א נבואה אויף די מפלה פון די בני קדר וואס יעצט איז זיך ישעיהו אויף זיי מתנבא אז זיי וועלן פאלן דורך סנחריב. ביער בערב תלינו. זאגט ער זיי, איר קאראוואנען און שיירות פון בני דדן, אורחות דדנים. דדנים דאס איז אן אומה. קאראוואנען און שיירות פון בני דדן, און זיי פלעגן פארן דורך ארץ קדר. די בני קדר, די ערבים, זענען געווען מכניסי אורחים. און זיי פלעגן דארט שלאפן. פון יעצט וואס קדר איז חרוב, אלזא די אורחות דדנים וואס זענען געוואוינט געווען צו שלאפן ביי די בני קדר וואס זענען געווען מכניסי אורחים, ביער בערב תלינו. וועט איר געצוואונגען זיין צו שלאפן אין די וועלדער, ווייל די בני קדר זענען שוין חרוב געווארן דורך סנחריב, און ממילא איז נישטא ווער עס זאל אייך אריינברענגען און נישטא ווער עס זאל אייך לאזן נעכטיגן, וואס איז דער ארט וואו איר וועט קענען נעכטיגן אורחות דדנים? ביער בערב. אין דעם ארט פון די בני ערב וועלן זיי געצוואונגען זיין צו שלאפן אין די וועלדער. נאך אן ערקלערונג זאגט דער מלבי"ם, אז איר בני ערב וועט נעכטיגן אין וואלד ווען איר וועט זיין אין גלות. און יעצט רעדט ער צו די בני קדר אליין, די בני ערב אליין, נישט אויף די אורחות דדנים וואס קומען צו זיי. נאר איר בני ערב אליין, ווען איר וועט גלות גיין דורך סנחריב, וועט איר נעכטיגן אין די וועלדער און איר וועט גיין אורחות דדנים, אויף די וועגן וואס די בני דדן וואס זענען געווען וואנדערער גייען אין זיי, אזוי אויך וועט איר וואנדערן, איר וועט גלות גיין דורך סנחריב. און פארוואס קומט זיי דאס? פארוואס איז דא א שלעכטע נבואה אקעגן די בני קדר, בני ערב? זאגט רש"י, איך האב געזען וואס איר האט געטאן ביים גלות פון אשור מיין פאלק. און כלל ישראל פלעגן בעטן ביי זייערע פאנגער, ביי די וואס האבן זיי געפירט אויפן וועג, זיי פלעגן זאגן פירט אונז דורך די בני ישמעאל. זיי זענען אונזערע קוזינען, זיי וועלן אונז העלפן, זיי וועלן אונז אונטערשטיצן, זיי וועלן זיך מרחם זיין אויף אונז. אבער איר פלעגט ארויסגיין און נעכטיגן אין וואלד ווי מען האט אריבערגעפירט די שיירות, און נישט נאר וואס איר האט זיך נישט געזארגט פאר זיי, נישט נאר וואס איר האט נישט געגעבן און נישט געהאלפן די ברידער אייערע, די בני ישראל וואס זענען גלות געגאנגען דורך סנחריב, נאר איר האט זיי נאך געגעבן אויפגעבלאזענע לעדער זעקלעך ווי מיר וועלן זען אין המשך, מען האט זיי געבראכט זאלציגע פיש און נאכדעם אויפגעבלאזענע לעדער זעקלעך און מען פלעגט אריינלייגן די אויפגעבלאזענע זעקלעך אין זייער מויל און עס פלעגט יענע לופט אריינגיין אין זיי און זיי אויסהרגענען. און דאס איז געווען נאכדעם וואס מען האט זיי געגעבן זאלציגע פיש, אז די זאלציגע פיש זייער וועג איז צו מאכן דארשטיק, צו פאראורזאכן אז א מענטש זאל אים אויסטריקענען דער האלדז. און דעמאלט זענען זיי געקומען און האבן גענומען די אויפגעבלאזענע לעדער זעקלעך און דורכדעם האבן זיי אויסגעבלאזן זייער נשמה. און דעריבער א שווערע נבואה אקעגן זיי, משא בערב, אזוי אויך ביי אייך, אין וואלד וועט איר נעכטיגן בערב, אויף דעם וועג פון אורחות דדנים וועט איר גלות גיין דורך סנחריב ווי עס זענען גלות געגאנגען די בני ברידער אייערע, ווי עס איז גלות געגאנגען כלל ישראל. לקראת צמא התיו מים יושבי ארץ תימא בלחמו קידמו נודד. איר יושבי ארץ תימא, מען איז אריבער דורך אייך, דורך אייער לאנד וועלן אריבערגיין די פליטים פון קדר, די וואס מיר האבן יעצט אויף זיי גערעדט, זיי זענען די ערבים. און זיי זאלן זיי אנטקעגנקומען מיט וואסער. דער מלבי"ם ערקלערט אז דא איז דאס ערקלערט אויפן וועג פון א מליצה. אין תימא איז געווען וואסער פארהאן. תימא דאס איז געווען אן ארט פון א טאל, אן ארט פון א נידערונג וואס דארט איז געווען פארהאן וואסער. אלזא איר האט מיט גרינגקייט געקענט ברענגען וואסער פאר די וואס זענען גלות געגאנגען פון זייער לאנד. און ער זאגט די בני קדר זענען דאך שטענדיק געווען מכניסי אורחים, יעדער וואס איז אנגעקומען צו זיי פלעגט מען אים געבן ברויט, פלעגט מען אים געבן שפייז, אלזא איז געווען ראוי אז לכל הפחות זאל מען זיי אנטקעגנקומען מיט וואסער. לויט רש"י, ווי מיר האבן פריער ערקלערט, אלזא דא איז די נבואה אויף זיי, אויף די בני קדר, וואס ער זאגט זיי פארוואס האט איר נישט אנטקעגנגעקומען מיט וואסער די בני ישראל? די בני ישראל וואס זענען גלות געגאנגען און אריבער דורך אייך, אנשטאט דעם האט איר זיי געבראכט אויפגעבלאזענע לעדער זעקלעך, און ער האט געלייגט דעם זעקל אין זיין מויל און דורכדעם האט ער אויסגעבלאזן זיין נשמה. לקראת צמא התיו מים, איר האט געדארפט ברענגען וואסער צום פאלק וואס איז דארשטיק, און איר אנשטאט דעם זענט זיי נאך געווען צו א שטרויכלונג. נאך א זאך זאגט ער זיי, לקראת צמא התיו מים, זאגט זיי דער אייבערשטער, האב איך דאך ווען ישמעאל איז געווען דארשטיק, דארט ווען ער האט געהאט היץ, ווען ער איז געשיקט געווארן דורך אברהם ער און הגר, וואס האט דער אייבערשטער געטאן? ער האט אנטפלעקט צו הגר וואו עס איז דא וואס? א ברונעם וואסער. זאגט השם לקראת צמא התיו מים, האב איך נישט אזוי געטאן צו אייער פאטער ישמעאל ווען ער איז געווען דארשטיק אנטפלעקט צו אים א ברונעם וואסער? און איר ווען כלל ישראל אייערע קוזינען גייען אריבער דורך אייך, גיט איר זיי נישט אפילו וואסער צו טרינקען, און נישט נאר דאס נאר איר מאכט זיי נאך דארשטיק און פאראורזאכט זייער טויט? כי מפני חרבות נדדו, מפני חרב נטושה ומפני קשת דרוכה ומפני כובד מלחמה. און בפרט וואס זיי זענען נישט יעצט געגאנגען אויף א שפאציר. זיי זענען נישט יעצט אריבער סתם אזוי אויף מסחר ענינים, נאר פון וואספארא סיבה זענען כלל ישראל ארויסגעגאנגען? ווייל עס האט זיי געיאגט די שווערד. מפני חרבות נדדו, פון די שווערד פונעם שונא. און די שווערד דאזיקע האט מען נישט געקענט קעגנשטיין, עס איז געווען א חרב נטושה, די כוונה איז אויף גאנצן לאנד איז געווען די שווערד, מען האט נישט געקענט בלייבן דארט אין ארט און זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר צו פארלאזן זייער לאנד און צו וואנדערן. ומפני קשת דרוכה ומפני כובד מלחמה. זיי זענען געווען געלערנטע פון בויגן און דאס האט זיי נישט געהאלפן, ווייל דער שונא איז געקומען מיט א געשפאנטן בויגן. קשת דרוכה די כוונה איז אז דער בויגן איז שוין גרייט צו שיסן. און מיט אלעם דעם האבן זיי געקריגט, אז זאלסט נישט טראכטן אז זיי האבן תיכף פארלאזט און זענען אנטלאפן, נאר זיי זענען אנטלאפן מפני כובד מלחמה, די מלחמה איז געווען שווער. און אלזא, ווען א מענטש אנטלויפט צוליב די שווערקייט פון די מלחמה, ער האט פרובירט צו קריגן און איז געצוואונגען געווארן צו אנטלויפן, איז מער דא ארט זיך צו שוינען און מרחם זיין אויף אים. דאס איז נישט קיין מענטש וואס איז ארויסגעגאנגען אויף מסחר, דאס איז נישט קיין מענטש וואס איז ארויסגעגאנגען אויף א שפאציר, אז דו זאלסט אים זאגן זארג דיר פאר עסן. אדרבה, איר האט געדארפט זיי העלפן, איר האט געדארפט זיך זארגן פאר זיי, און אנשטאט דעם זענט איר נאך געגאנגען און האט זיי דארשטיק געמאכט און הונגעריג געמאכט.
כי כה אמר השם אלי, בעוד שנה כשני שכיר וכלה כל כבוד קדר. און דעריבער זייער שטראף, אזוי איז מיר איבערגעגעבן געווארן אין נבואה פון השם, בעוד שנה כשני שכיר. וואס איז דאס בעוד שנה כשני שכיר? בעוד שנה, עס איז דא א יאר, א יאר און א פערטל, עס קען זיין א יאר און צוויי חדשים און א חודש און צוויי טעג. אבער ווען איך זאג שנה כשני שכיר, דאס מיינט ווי א געדונגענער ווערט געדונגען צו ארבעטן ביים בעל הבית, ער ארבעט מיט אים ביז די לעצטע סעקונדע וואס איז באשטימט געווארן, און דאס איז, ווען עס ווערט פארטיג לייגט ער אוועק די כלים, גייט אהיים, בעט דאס געלט. די יארן פון א געדונגענעם זענען צוגעצאמט, זיי זענען פינקטלעך, מען זאגט נישט אה עס איז נישט וויכטיג, ער ארבעט א יאר, א יאר און א חודש, אזא זאך איז נישטא. דאס איז פינקטלעך. בעוד שנה כשני שכיר, פינקטלעך אין א יאר, וכלה כל כבוד קדר. זייער גאנצער כבוד וועט אויסגיין, ווי מיר האבן געזאגט סנחריב וועט קומען און זיי גלות מאכן. ושאר מספר קשת גיבורי בני קדר ימעטו, כי השם אלוהי ישראל דיבר. און אויך די צאל פון די גיבורים וואס דער שונא וועט לאזן מיט כוונה תחילה כדי אז זיי זאלן זיין די וואס קריגן מיט אים, די כוונה זיי וועלן זיך צוטשעפען צו אים, זיי וועלן זיין א טייל פון זיין צבא, זאגט ער אויך זיי וועלן ווערן ווייניקער. פארוואס? ווייל השם האט אויף זיי געגזרט ווייל זיי האבן מצר געווען און שלעכטס געטאן ישראל, כי השם אלוהי ישראל דיבר. און וואס עס שטייט דא שאר, דער מלבי"ם ערקלערט אז די כוונה אז דער שונא וועט לאזן מיט כוונה. ווייל לויט לשון הקודש, האבן מיר ערקלערט אין דער פארגאנגענהייט, איז דא אן אונטערשייד צווישן שאר און נותר. נותר דאס איז וואס ממילא בלייבט. איך האב גענומען וואס איך האב געוואלט, וואס עס בלייבט דאס איז אן איבערבלייבעכץ. דאס ווערט אנגערופן נותר. דערקעגן שאר דאס איז וואס איך האב איבערגעלאזט מיט כוונה תחילה. דאס לאז איך איבער און דעם רעשט נעם איך. אלזא נותר דאס בלייבט ממילא. שאר דאס איז מיט כוונה תחילה האב איך דאס איבערגעלאזט. און דאס איז וואס ער זאגט, ושאר מספר קשת גיבורי בני קדר ימעטו. אויך וואס סנחריב וועט איבערלאזן מיט כוונה תחילה כדי אז זיי זאלן זיך צוטשעפען צו אים, כדי אז זיי זאלן זיין א טייל פון זיין צבא, און דעריבער וועט ער איבערלאזן זיי גיבורי קשת, אויך זיי וועלן ווערן ווייניקער, אז זאלסט נישט טראכטן אז זיי וועלן האבן א קיום. פארוואס? כי השם אלוהי ישראל דיבר. אזוי האט געגזרט השם אלס שטראף אויף וואס זיי האבן מצר געווען צו ישראל.