לאמיר זיך אומקערן צום רד"ק. דער רד"ק האט שוין פריער געברענגט די ווערטער פון רב סעדיה גאון. עס שטייט דא חיה יחיה. וואס איז דאס חיה יחיה? וועט ער לעבן דא, וועט ער לעבן לעתיד לבוא, פון וועלכע לעבן רעדן מיר דא? ער ברענגט אז רב סעדיה גאון באווארט אז וואס עס האט דא דערמאנט די לעבן און דעם טויט, זאגט רב סעדיה גאון, זענען זיי אויף עולם הבא. דער צדיק חיה יחיה, אייביגע לעבן. און דער רשע, מות ימות, דאס איז די מיתה פון דער נפש. אזוי ערקלערט רב סעדיה גאון, אז די גאנצע פרשה אונדזערע, דער גאנצער פרק אונדזערער, די לעבן און דער טויט וואס מען רעדט, רעדן זיי אויף די לעבן פון עולם הבא. זאגט דער רד"ק, און איך זאג אז אמת איז אזוי, ווייל דער עיקר פון שטראף און לוין איז אויף עולם הבא. איך שטים צו. אבער דער ענין וואס איז דא דערמאנט איז נישט דערמאנט וועגן דעם ענין פון עולם הבא. דעם פשט פון די פסוקים דא קען מען נישט ערקלערן אזוי. ווייל דער פשט פון די פסוקים דא רעדט וועגן מענטשן וואס באקלאגן זיך אז אויף זיי איז דא געווארן געגזרה'ט מיתה צוליב די עוונות פון זייער טאטן. און איצט קומט ער און זאגט ניין, ווער עס טוט דא גוטע מעשים וועט לעבן. וואו? דא. און ווער נישט, וועט ער שטארבן. וואו? דא. ער רעדט מיט זיי נישט וועגן עולם הבא. ער זאגט זעה דאך איז דא א תשובה צו יענע וואס האבן געזאגט אז דער זון טראגט דעם עוון פון דעם טאטן. פארוואס? ווייל זיי האבן געזען זאכן, זיי האבן געזען אז עס זענען געווען פילע צרות פאר יענעם דור, און דאס איז צוליב די עוונות פון די אבות. אזוי האבן זיי זיך נישט באקלאגט וועגן עולם הבא, זיי האבן זיך באקלאגט וועגן עולם הזה. איז ממילא אויך די תשובה, חיה יחיה, איז אויף עולם הזה. דאס איז נישט בנוגע עולם הבא. אזוי אז ס'איז זייער שווער צו ערקלערן די ווערטער פון רב סעדיה גאון דא אין באווארטן די פסוקים. און אויב וועסטו זאגן, פרעגט דער רד"ק, פארוואס שטייט נאר לעבן און טויט? דער לוין פון עולם הזה איז דאך נישט נאר לעבן און טויט. עס איז אין אלע פרטים פון די קללות און ברכות וואס זענען געשריבן אין דער תורה. אדער אין פשוטע ווערטער, עס קען זיין אז א מענטש וועט האבן א לעבן אז ער וועט ליבערשט וועלן דעם טויט. וואס וועסטו זאגן, ניין ניין, ער וועט לעבן. עס קען זיין אז ער וועט האבן אזא לעבן, ווי איוב האט געזאגט, פארוואס האסטו מיך נישט געטויט פון מוטערלייב? פארוואס האסטו מיך נישט געהרג'עט נאך איידער איך בין ארויסגעקומען פון מיין מוטערס לייב? איז דאס אביסל שווער. אויב ערקלערסטו ווי רב סעדיה גאון, פארשטיי איך, דו רעדסט יחיה, דאס איז אויף עולם הבא, דאס איז אייביגע לעבן, וואו עס זענען נישטא קיין צרות. אבער ווען דו רעדסט דא אויף עולם הזה, וואס האסטו מיר געגעבן נאר חיה יחיה? חיה יחיה, האסטו מיר גארנישט צוגעזאגט. איז עס קען זיין אז איך וועל לעבן מיט צרות און מיט פראבלעמען, א לעבן וואס אפשר איז דער טויט בעסער פון אים. אויב אזוי, ווי שייך צו רעדן דא וועגן א לוין פון עולם הזה און סך-הכל אים נאר אין מיין פון לעבן. לעבן איז נישט גענוג צו אויסדריקן א לוין אין עולם הזה. זאגט דער רד"ק, דאס איז נישט קיין קשיא, ווייל דא האט ער פשוט געוואלט מקצר זיין דעם ענין, און אלע גוטס פון עולם הזה זאמט ער אריין אין דעם אויסדרוק לעבן. ווי עס שטייט, אז ווער עס וועט היטן אלע מיינע חוקים און אלע מיינע משפטים אשר יעשה אותם האדם וחי בהם. וואס איז דאס וחי בהם? א לעבן וואס איז באמת ווערט צו הייסן לעבן.
פרק יח - אבות יאכלו בוסר - חלק ב
Teshuvah (Return)Av uVen (Father and Son)Hashgacha Pratis (Divine Providence)The Soul (Neshamah)Theft and Robbery