00:00 ספר הושע קאפיטל י'. גפן בוקק ישראל פרי ישוה לו כרוב לפריו הרבה למזבחות כטוב לארצו הטיבו מצבות. דער מלבי"ם ערקלערט, נאכדעם וואס מיר האבן דערמאנט די גזירה וואס איז געגזרט געווארן אויף זיי אז זיי וועלן גיין אין גלות, טוט ער יעצט מבאר זיין וואס איז געווען דער גורם אז ס'איז נגזר געווארן אויף זיי אזא גזירה, וואס איז געווען די סיבה פונעם גלות.
און ער דערציילט אונז אז דער קדוש ברוך הוא האט אנגעמאכט ביי זיי א מהומה און א רעוואלט, אז די אומה האט למעשה געמארדעוועט קעגן דעם קעניג, אזוי ווי מיר האבן דאס געזען אינעם פריערדיגן פרק, און דאס איז געווען די סיבה פונעם גלות. און בעצם אינעם פריערדיגן פרק האבן מיר געזען, מיר האבן דאס געזען אין קאפיטל ז', אין קאפיטל ח', אין די פריערדיגע פרקים, אז מען האט געהרג'עט שלום בן יבש, און דערנאך האט מען אויך מורד געווען אין הושע בן אלה, וואס מען האט אים פארמסר'ט צום מלך אשור. מ'האט אים פארמסר'ט אויף דעם וואס ער האט געשיקט מלאכים און שליחים צו סוא מלך מצרים און בעצם מורד געווען אין אים; ער איז געגאנגען זוכן פאר זיך אנדערע פטרונים.
וואס איז געווען די סיבה דערצו? דער מלבי"ם דארט ערקלערט אז ס'איז נישט געפעלן געווארן אין זייערע אויגן וואס די דאזיגע מלכים האבן זיך נישט מדבק געווען אין די חטאות ירבעם. דאס הייסט, זיי האבן געעפנט פאר זיך א נייעם קו און זיי דינען נישט די קעלבער, און ס'זענען געווען אסאך מענטשן וואס דער שינוי איז זיי נישט געפעלן. גיט אכט, אפילו זיי אליין זענען נישט געווען קיין צדיקים, די פון וועמען מיר רעדן, נישט שלום בן יבש און נישט הושע בן אלה, אבער אויף וויפיל איז דאס, האבן זיי די עבודה פון די עגלים אפגעשטעלט. ס'זענען געווען דארט אסאך מענטשן וואס די זאך איז זיי נישט געפעלן, און זיי זענען אויפגעשטאנען מורד צו זיין קעגן זיי.
דאס איז וואס ער וועט אונז יעצט דערציילן, ווי אזוי דער רעוואלט האט בסוף צוגעברענגט דעם גלות. און דאס האט גורם געווען אז מלך אשור איז ארויפגעקומען, לכתחילה אין די טעג פון מנחם בן גדי, און צום סוף אין די טעג פון הושע בן אלה, און דעמאלט האט ער אלעמען פארטריבן אין גלות; און אויף דעם וועט ער אונז יעצט דערציילן אין אונזער קאפיטל. דאס איז דער ביאור לויטן מלבי"ם. מיר וועלן אנפאנגען צו ערקלערן, און מיר וועלן אויך זען דעם ביאור פונעם רד"ק וואס טייטשט אפ דעם פרק אויפן געווענליכן אופן, אן זיך באציען צום ענין פונעם מרד קעגן די דאזיגע צוויי מלכים.
זאגט דער מלבי"ם, "גפן בוקק ישראל". כלל ישראל ווערט פארגליכן צו א וויינשטאק, א גפן, ווי מיר האבן געזען: "כרם היה לידידי בקרן בן שמן". דער קדוש ברוך הוא האט איינגעפלאנצט דעם דאזיגן וויינשטאק און האט געהאפט אז ער זאל מאכן טרויבן, "ויעש באושים" - אבער אנשטאט דעם האט דער וויינשטאק ארויסגעגעבן פארדארבענע פירות, ווי מיר האבן שוין געלערנט אין ספר ישעיהו אין קאפיטל ה'. און דארט שטייט: "ויקו למשפט והנה משפח, לצדקה והנה צעקה". דאס הייסט, דער קדוש ברוך הוא האט געהאפט אז דער וויינשטאק זאל געבן גוטע פירות, און די גוטע פירות זענען משפט, זיי זענען צדקה, אבער אנשטאט דעם זעט מען אז כלל ישראל זענען געווארן א "גפן בוקק" - א וויינשטאק וואס ליידיגט זיך אויס און שיט אראפ אירע פירות, זי גיבט נישט קיין פירות ווי ס'פאסט פאר איר. דאס איז וואס ער זאגט, "גפן בוקק ישראל". ישראל זענען א וויינשטאק, מ'האט ערווארטעט "פרי ישוה לו", מ'האט געהאפט אז ס'זאלן זיין ביי אים באזונדערע פירות, פירות וואס פאסן און גלייכן זיך צו אים.
וואס מיינט "פרי ישוה לו"? דער מלבי"ם ערקלערט אז ס'איז דא אן חילוק צווישן "לשים" (לייגן) און צווישן "להשוות". דאס הייסט, ווען איך זאג צו לייגן א זאך אויף א זאך, איז נישט דא קיין שייכות צווישן דעם וואס איך האב געלייגט און דעם חפץ אויף וואס איך האב עס געלייגט. ווידער ווען מען רעדט פון "הוד והדר תשוה עליו", און נאך פארשידענע אויסדרוקן וואס דארט איז עס אויך אינעם באדייט פון לייגן, זאגט דער מלבי"ם אז דער אויסדרוק "תשוה" איז אויך אינעם זין פון שווי (ווערט). דאס הייסט, ס'איז דא א שייכות צווישן די צוויי, ס'איז שוה בשוה מיט אים. ווען איך לייג א זאך אויף אן אנדערע זאך און ס'איז גלייך אין איר ווערט, דעמאלט זאגט מען "תשוה עליו"; ווידער ווען ס'איז נישט גלייך אין איר ווערט, זאגט מען סתם "לשים".
אויב אזוי זאגט ער דא, דער קדוש ברוך הוא האט ערווארטעט אז דער דאזיגער וויינשטאק "פרי ישוה לו", ער זאל ארויסגעבן פירות ווי ס'פאסט פאר אים און איז גלייך צו אים - דאס הייסט ער זאל ארויסברענגען פירות לויט זיינע כוחות. אבער אנשטאט דעם, "גפן בוקק ישראל". "בוקק" מיינט אראפשעטן, אן אראפפאלן, אן אויסליידיגן; דער וויינשטאק האט נישט ארויסגעגעבן די פאסיגע פירות. און פארוואס? "כרוב לפריו הרבה למזבחות, וכטוב לארצו הטיבו מצבות". דאס מיינט: דאס גאנצע גוטס וואס איך האב זיי באגוטעט און משפיע געווען אויף זיי ברכה, דאס אלעס האט געדארפט ברענגען א השפעה אז זיי זאלן אויסנוצן די דאזיגע כוחות צום גוטן. אבער קום און זע: "כרוב לפריו", וויפל מער איך האב זיי געגעבן און ווי מער ס'איז געווען גוט פאר זייער לאנד, מיט דעם גוטס "הטיבו מצבות", מיט דעם האבן זיי געבויט פאר זיך מצבות. "מצבות" מיינט געביידעס פאר עבודה זרה.
און דער מלבי"ם ערקלערט אז די מצבות זענען געווען באשטימט צו פארשענערן די בתי עבודה זרה, די הייזער פון די אפגעטער, אדער צו פארשענערן די מדינה. דער מלבי"ם ערקלערט וואס די מצבות זענען געווען: "פירמידין, אובליסקין" - פיראמידן אדער אָבעליסקן. אן אבעליסק זענען געווען מאנומענטן, א מין הויכע, שמאלע זיילן אדער אנדענק-שטיינער, און אויבן איז עס געווען שפיציג ווי א פיראמיד. ביז היינט קען מען זען אין אסאך ערטער אזא הויכן זייל, געווענליך פיר-עקיג, און ביים שפיץ איז עס שארף, דאס ווערט אנגערופן אן אבעליסק. און אין יענע צייטן פלעגט מען דאס מאכן פון איין איינציגן פעלז, פון איין שטיק שטיין - נישט צוזאמענגעבויט, נאר מ'פלעגט נעמען א ריזיגן, לאנגן פעלז און דערפון האבן זיי אויסגעקריצט אזא אבעליסק, און מ'האט דאס געשטעלט אין לאנד פאר דער עבודה זרה אדער צום פראכט פון דער עבודה זרה, כדי צו בארימען זייער אפגאט. און דאס אלעס איז געווען צו בארימען זייער כח און זייער עבודה זרה. קום און זע: מיר האבן ערווארטעט אז דער וויינשטאק זאל געבן פירות, און דעם גאנצן כח טוט זי איבערגעבן צו זייער עבודה זרה.
"חלק לבם עתה יאשמו, הוא יערוף מזבחותם ישדד מצבותם". "חלק לבם" - זייער הארץ האט זיך אפגעטיילט פון מיר, ערקלערט רש"י. דאס הייסט, זיי האבן מחולק געווען אויפן אויבערשטן און זענען געגאנגען דינען עבודה זרה. "עתה יאשמו" - דאס איז די זאך וואס וועט ברענגען אויף זיי די שולד, דאס וועט גורם זיין "הוא יערוף מזבחותם", ער וועט צוברעכן זייערע מזבחות, אזוי ווי מען קעפט א האלדז. רש"י ברענגט דעם באקאנטן מדרש אגדה: חז"ל זאגן, גרויס איז שלום, אפילו ווען כלל ישראל דינט עבודה זרה אבער ס'איז דא שלום צווישן זיי, איז נישטא קיין שליטה פארן שטן מקטרג צו זיין, שנאמר "חבור עצבים אפרים הנח לו". דאס האבן מיר פריער געזען אין קאפיטל ד', אז ווען אפרים איז פארבונדן צוזאמען, אפילו זיי דינען די עצבים - דאס הייסט עבודה זרה - זאגט דער אויבערשטער "הנח לו", ער באשטראפט זיי נישט. אבער "חלק לבם עתה יאשמו" - אז זייער הארץ איז צעטיילט געווארן צווישן זיך. און גיט אכט, רש"י ברענגט דא די דרשת חז"ל וואס איז אנדערש פונעם פשט: לויטן פשט איז "חלק לבם" אז זיי האבן זיך אפגעטיילט פונעם אויבערשטן; ווידער לויט ווי חז"ל דרש'ענען מיינט עס אז זייערע הערצער זענען געווארן צעטיילט איינער פונעם צווייטן, זיי זענען געווען צעשפאלטן מיט מחלוקת, און דערפאר "עתה יאשמו". אזוי ווייט איז פיינטליך די מחלוקת, אז ווי נאר זיי האבן זיך צעטיילט, האט דער שטן באקומען א פתחון פה צו קומען און מקטרג זיין אויף זיי.
דער מלבי"ם ערקלערט, היות זיי האבן זיך געמאכט קעלבער און היות זיי האבן געוואלט דינען עבודה זרה, האט דער אויבערשטער צעטיילט זייער הארץ - דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז ס'זאל ווערן ביי זיי א פירוד הלבבות. לויט דעם איז "חלק לבם" דער אויבערשטער: דער אויבערשטער האט צעטיילט זייער הארץ, און דורך דעם "עתה יאשמו", דורך דעם וועלן זיי באקומען זייער שטראף. און זייער שטראף איז: "הוא יערוף מזבחותם ישדד מצבותם" - דער דאזיגער פירוד הלבבות וועט ברענגען דערצו אז זייערע מזבחות וועלן חרוב ווערן און זייערע מצבות וועלן צובראכן ווערן. דאס הייסט, דער קעניג איז געגאנגען און האט אראפגעריסן די מזבחות און צעבראכן די מצבות, און דאס איז געווען קעגן זייער ווילן. ווי מיר האבן געזען אז שלום בן יבש און הושע בן אלה האבן נישט מסכים געווען צו זייער עבודה זרה, זיי האבן נישט מסכים געווען צו די עגלים פון ירבעם, און דערפאר האט מען אראפגעריסן די מזבחות און פארניכטעט די מצבות, און די זאך האט אנגעמאכט א שפאלט צווישן זיי.
"כי עתה יאמרו אין מלך לנו כי לא יראנו את ה' והמלך מה יעשה לנו". "כי עתה יאמרו אין מלך לנו" - זאגט דער מלבי"ם, צוליב דעם וועלן זיי מורד זיין אינעם קעניג און וועלן אים וועלן אראפווארפן פון זיין מלוכה. ווייל דער קעניג האט געטאן א זאך וואס איז זיי נישט געפעלן און האט מבטל געווען די עבודה פון די עגלים פון ירבעם, האבן זיי געזאגט: מיר זענען נישט מסכים מיט די מעשים פונעם קעניג. זיי וועלן זאגן "אין מלך לנו", וואס פאלט אים איין צו קומען און מבטל זיין די עבודה פון דעם עגל? פארוואס שטעלט ער אוועק אנשטאט די עגלים די עבודת ה'? מיר האבן נישט קיין מורא פונעם אויבערשטן, ס'פאסט אונז נישט די דאזיגע עבודה, מיר ווילן דאס נישט. אויב אזוי, "והמלך מה יעשה לנו?" וואס עפעס זאל דער קעניג קומען און אונז צווינגען צו דינען דעם אויבערשטן און מורא האבן פאר אים? דאס איז געווען דער גורם פון "חלק לבם"; דאס האט אנגעמאכט אז זיי זענען אויפגעשטאנען מורד צו זיין אינעם קעניג, ווייל דער קעניג האט מבטל געווען די עגלים און דאס איז זיי נישט געפאלן. דעריבער זאגט ער: "חלק לבם עתה יאשמו" - דער דאזיגער פירוד הלבבות האט צוגעברענגט זייער מחלוקת, אז זיי זענען געגאנגען און האבן געמסר'ט פאר מלך אשור; מלך אשור איז געקומען אהער, צובראכן די עגלים, צוגענומען אלעס, און קומט אויס אז זיי אליין האבן צוגעברענגט זייער אייגענע מפלה. היות ס'איז דא געווען א קעניג וואס האט שוין מבטל געווען די עגלים, און איר זענט געגאנגען מסר'ן אויף אים און מורד זיין קעגן אים, האט איר אנגעמאכט אז דער פרעמדער קעניג זאל קומען פון אינדרויסן און אלעמען פארטרייבן אין גלות. זיי האבן ממש אליין געברענגט דעם אסון אויף זיך.
דער מלבי"ם זאגט נאך אן הסבר: וואס מיינט "חלק לבם עתה יאשמו"? דורך דעם חילוק הלב, "עתה יאשמו" - ביז יעצט האבן די מלכים זיי געצוואונגען צו דינען עבודה זרה; ירבעם האט דאך געבויט די קעלבער און געזאגט "אלה אלהיך ישראל", מען גייט מער נישט ארויף קיין בית המקדש, און ביסלעכווייז האבן די מענטשן אנגעהויבן דינען די קעלבער. קומט אויס אז ס'האט זיך נישט אנגעהויבן מיט זייער שולד, נאר מיט דער שולד פון די מלכים, און זיי האבן געהאט עפעס א תירוץ. אבער יעצט, אזוי שנעל ווי הושע בן אלה און שלום בן יבש האבן ביידע מבטל געווען די עבודה פון די עגלים, און דער עולם אליין - די פארלאנג איז געקומען פון אונטן - דער עולם אליין האט זיך געעקשנט ווייטער צו דינען די עגלים, האט דאס געברענגט אויף זיי א גרויסע שולד. אט זעט איר: איר אליין ווילט די עגלים! איר קענט שוין מער נישט אנבינדן אייער שולד אינעם קעניג - אז ער צווינגט אונז, ער האט אונז באפוילן, וואס האבן מיר געקענט טאן? כביכול זאגט: איך האב דאך אייך אויפגעשטעלט מלכים וואס האבן זיך קעגנגעשטעלט קעגן דער עבודת העגלים, און איר זענט געווען די וואס האבן עס געפאדערט! זאגט דער מלבי"ם, דאס איז וואס ס'שטייט דא: "עתה יאשמו" - דורך דעם וואס זיי האבן זיך צעטיילט און מורד געווען אינעם קעניג, ווערט אויף זיי אן אשמה, ווייל דאמיט ווייזן זיי קלאר אז זייער אייגענער ווילן איז צו דינען די עגלים.
דער רד"ק ערקלערט אז וואס ס'שטייט "כי עתה יאמרו", רעדט שוין נאכדעם וואס זיי זענען פארטריבן געווארן פונעם לאנד. נאכדעם וואס זיי זענען אין גלות, וועלן זיי דארט זאגן - און גיט אכט, לויטן רד"ק איז דאס א לשון פון תשובה: "עתה יאמרו" אין גלות, "אין מלך לנו", ס'איז גלייך ווי מיר האבן נישט קיין קעניג, ווייל ער האט דאך נישט קיין כח אונז צו ראטעווען פון די שונאים; מיר האבן דאך געבעטן א קעניג ער זאל קעמפן אונזערע מלחמות און אונז ראטעווען, און אט זע, מ'האט אונז פארטריבן אין גלות, וואו איז אונזער קעניג? "כי לא יראנו את ה'", מיר האבן געגרייזט, מיר האבן דאך געדארפט מורא האבן פונעם אויבערשטן און נישט פארלאנגען קיין קעניג. אויב וואלטן מיר געבליבן ערליך און געדינט דעם אויבערשטן, וואלט אונז גארנישט געפעלט; די גאנצע צרה איז נאר געקומען ווייל מיר האבן נישט מורא געהאט פונעם אויבערשטן און מיר האבן געבעטן א מלך בשר ודם. "והמלך מה יעשה לנו?" - דער קעניג וואס מיר האבן געבעטן, וואס קען ער אונז יעצט העלפן? וואלט דען נישט בעסער געווען ווען מיר בלייבן יראי ה'? און אט זע, דאס אויף וואס מיר האבן זיך פארלאזט קען אונז נישט ראטעווען. קומט אויס אז לויטן רד"ק איז דער גאנצער פסוק אן אויסדרוק פון חרטה און תשובה פונעם פאלק אין גלות.
"דברו דברים אלות שוא כרות ברית ופרח כראש משפט על תלמי שדי". "דברו דברים" - זיי האבן זיך באראטן, ירבעם מיט זיינע חברים, וואס צו טאן כדי אנצוהאלטן די מלוכה; מיר גייען ווייטער לויטן רד"ק, דאס הייסט זיי האבן געהאט פלענער ווי אזוי אפצוהאלטן דאס פאלק פון עולה רגל זיין קיין ירושלים. "אלות שוא" - אויף דעם האבן זיי געשוואורן און געשלאסן א בונד, שבועות שוא צו מבטל זיין די תורה און מצוות און דינען עבודה זרה. "ופרח כראש משפט" - דעריבער פארשטיי פארוואס דער משפט וואס דער אויבערשטער משפט זיי יעצט און באשטראפט זיי, שפראצט אויס ווי ראש ("שרש פרה ראש ולענה"), "על תלמי שדי" - וואס ס'וואקסט אויף די קנייטשן פון זייערע פעלדער וועט זיין ראש און לענה, א גיפטיג געוואוקס. דאס הייסט: וואס איר האט געפלאנצט, דאס וועט איר עסן! און וואס האט איר געפלאנצט? איר האט געפלאנצט סם, ווייל איר זענט געגאנגען פלאנצן עבודה זרה און פארלאזן די עבודת ה'. דאס איז וואס איז געוואקסן אויף "תלמי שדי", אויף די ראוון פון אייערע פעלדער, און דערפאר וואונדער דיך נישט פארוואס דער משפט שפראצט ווי גיפט צו שטראפן אויף די עבירות, און דערפאר זענט איר געגאנגען אין גלות.
דער מלבי"ם ערקלערט אז דא רעדט מען נאך פארן גלות, און דא שילדערט ער דעם מצב ווי זיי האבן מורד געווען אין שלום בן יבש און אין הושע בן אלה וואס האבן מבטל געווען די עבודה זרה. זאגט דער מלבי"ם: אזוי פלעגן זיי שטענדיג שמועסן צווישן זיך, "אלות שוא" - און מיט דעם האבן זיי עובר געווען אויף דער שבועה וואס זיי האבן געשוואורן געטריישאַפט צום מלך; ווען מען האט ממליך געווען א קעניג פלעגט מען שווערן אונטערטעניגקייט, און די שבועה איז געווען א שבועת שוא, ווייל ווען דער מלך האט געהייסן מבטל זיין די עגלים זענען זיי נישט געווען גרייט צו פאלגן. "כרות ברית" - זיי האבן געשלאסן צווישן זיך א בונד אומצוברענגען שלום בן יבש, אדער איבערצוגעבן הושע בן אלה אין די הענט פון מלך אשור כדי אים צו פארניכטן. און דערפאר האט דער בונד צו טאן שלעכטס געברענגט אז "ופרח כראש משפט על תלמי שדי" - זייער שטראף האט אויף אן אויגנבליק אויפגעבליט. קום און זע ווי שנעל דער משפט האט געבליט: דער זוימען פונעם מרד וואס איר האט פארזייט בסתר אין די טיפענישן פון "תלמי שדי", האט געשפראצט און געגעבן פירות, ארויסגעגעבן ביטערע טרויבן ("אשכלת מררת"), און דעם משפט און עונש האט איר תיכף באקומען, ווי מיר וועלן באלד זען.
"לעגלות בית און יגורו שכן שמרון כי אבל עליו עמו וכמריו עליו יגילו על כבודו כי גלה ממנו". דער מלבי"ם ערקלערט אז יעצט באשרייבט ער ווי אזוי דער משפט און עונש האט תיכף אויפגעבליט: "לעגלות בית און" - די גאנצע זאך איז דאך געווען איבער די קעלבער וואס מען האט ביי זיי צוגענומען און אפגעשטעלט פון עבודה זרה; די קעלבער וואס זענען געווען אין בית אל און אין דן, זיי האבן אנגעמאכט דעם שפאלט צווישן זיי און דעם קעניג. און צוליב דעם "יגורו" - זיי האבן זיך פארזאמלט, די איינוואוינער פון שומרון ("שכן שמרון"), מורד צו זיין אינעם קעניג פארן מבטל זיין זייער עבודה. "כי אבל עליו עמו" - דאס פאלק טרויערט אויף דעם וואס מען האט מבטל געווען די עבודת העגלים; "וכמריו עליו יגילו על כבודו כי גלה ממנו" - די גלחים און פריסטערס פון דער עבודה זרה, וואס פלעגן פריער פרייליך זיין, זענען יעצט צובראכן אויף דעם וואס דער כבוד פון די עגלים איז פארלאפן. קומט אויס אז ער שילדערט דא דעם שורש פון דער גאנצער זאך: דער קעניג האט מבטל געווען די קעלבער, און פאר א גרויסן טייל פונעם פאלק האט דאס נישט געפאסט.
לאמיר ערקלערן לויטן מהלך פונעם רד"ק און רש"י: קודם כל "לעגלות בית און" - וואס מיינט "בית און"? די קעלבער וואס ירבעם האט געמאכט זענען געווען זכרים (עגלים), נאר ער רופט זיי דא אן מיט א לשון נקבה "עגלות" פאר שפאט. און פארוואס רופט ער דאס "בית און"? בית און מיינט בית אל; אבער וויבאלד "און" איז א נעגאטיווער אויסדרוק (אומגערעכטיגקייט און שקר), רופט ער דאס אן מיט א מיאוס'ן נאמען. ווי די גמרא זאגט אז פאר עבודה זרה דארף מען געבן פארשעמנדע נעמען, ווי בית גליא, בית כריא, און נאך דוגמאות וואס די גמרא ברענגט, ווייל עבודה זרה וויל מען נישט דערמאנען מיט כבוד נאר אויסדריקן עקל און מיאוס'קייט דערפון. ממילא "עגלות בית און" מיינט בית אל, אבער ווייל ס'איז א מעשה און, א מעשה רשע און שקר, רופט ער דאס אן "בית און".
"לעגלות בית און יגורו שכן שמרון" - "יגורו", ערקלערט דער רד"ק, איז נישט ווי דער מלבי"ם וואס טייטשט אז זיי האבן זיך פארזאמלט קעגן דעם קעניג, נאר "יגורו" איז א לשון פון שרעק, מגור און פחד. די איינוואוינער פון שומרון וועלן ציטערן. און פארוואס דערמאנט ער שומרון? אין שומרון זענען דאך נישט געווען קיין עגלים! טאקע אמת, נאר שומרון איז געווען די הויפטשטאט פון דער מלוכה, און די הויפט קעלבער-דינער זענען געווען די לייט פון שומרון. דעריבער דערמאנט ער די עגלים אין צוזאמענהאנג מיט שומרון. און וואס ער וויל דא זאגן איז, אז ווען בית אל איז חרוב געווארן און די קעלבער האבן זיי נישט געראטעוועט, האבן די איינוואוינער פון שומרון אנגעהויבן מורא האבן פאר זיך אליין: אויב דאס קאלב אויף וועמען איך האב זיך פארלאזט אז ער זאל מיר באשיצן, קען אפילו זיך אליין נישט ראטעווען, ווער וועט דען מיר באשיצן? ווען זיי זעען וואס ס'פאסירט מיט די עגלים ווי זיי פאלן צוזאם, וועט דער שוכן בשומרון ציטערן אז די צרה קלאפט שוין באלד ביי זיין טיר; ווייל גאנץ ארץ ישראל איז איינגענומען געווארן פאר שומרון, וואס מלך אשור האט באלאגערט דריי יאר. דאס איז וואס ער זאגט, "כי אבל עליו עמו", מ'האט געטרויערט אויפן עגל פון בית אל אז ס'איז פארלאפן זיין כבוד, און דערמיט האבן זיי פארשטאנען אז די צרה שטייט שוין ביי זייער שוועל.
"גם אותו לאשור יובל מנחה למלך ירב בשנה אפרים יקח ויבוש ישראל מעצתו". "גם אותו לאשור יובל" - מען רעדט דא פון די קעלבער, און רש"י ערקלערט אז דאס איז געווען אינעם צוועלפטן יאר פון אחז: "ויער ה' את רוח פול מלך אשור ויגלם לראובני ולגדי", אזוי שטייט אין דברי הימים; און דעמאלט האט ער צוגענומען די גאלדענע קעלבער פון בית אל און איז אוועקגעגאנגען, מקיים צו זיין דעם פסוק "גם אותו לאשור יובל". ווער איז "אותו"? דער אפגאט, מען האט אים אויך גענומען און פארפירט, "מנחה למלך ירב". ווער איז מלך ירב? דאס איז סנחריב, מען האט עס געברענגט אלס מתנה פאר קעניג סנחריב. טייל זאגן אז ירב איז געווען זיין נאמען; טייל זאגן אז מען האט אים אזוי גערופן ווייל ער האט זיך געקריגט ("רב") מיט די פעלקער. דער מלבי"ם ערקלערט אז ביי די עובדי כוכבים איז געווען אן אפגאט פון קריג און מלחמה, און דער קעניג וואס איז ממונה מטעם יענעם אפגאט אויף מלחמות ווערט אנגערופן "מלך ירב". מ'קען אויך זאגן אז סנחריב ענדיגט זיך מיט די אותיות "ריב", וואס זענען די אותיות פון "ירב" - א באשרייבונג אויפן מלך וואס וועט קריגן מיט זיי, און מען האט געברענגט די עגלים אלס דורון פאר אים.
דער מלבי"ם באלייכט אז יעצט ערקלערט דער נביא ווי אזוי "פרח כראש משפט", ווי אזוי זייער שטראף איז געווען פלוצלינגדיג: ווען מלך אשור האט גענומען הושע'ן, שטייט אז ער האט אים איינגעזעצט אין תפיסה, ווייל מ'האט געמסר'ט אויף אים אז ער האט אנגעקניפט פארבינדונגען מיט סוא מלך מצרים און בעצם ארומגעגאנגען מלך אשור; ווייל אויב ער פארבינדט זיך מיט אנדערע קעניגן, איז עס כדי זיך צו ראטעווען פון מלך אשור. און ווי מיר האבן געזאגט, פארן פאלק איז נישט געפעלן געווארן וואס מ'האט מבטל געווען די עגלים, האבן זיי געמסר'ט אויף הושע בן אלה צום מלך אשור. און קוק וואס איז ארויסגעקומען פון דעם מסירה: מלך אשור קומט אהער אין כעס, ווארפט אראפ הושע'ן און זעצט אים איין אין בית האסורים, און נעמט אויך צו די עגלים! וואס האבן זיי געוואלט פארדינען? אז מ'זאל באשטראפן הושע'ן און לאזן די עגלים. זאגט דער פסוק: "גם אותו לאשור יובל" - נישט נאר הושע'ן האט מען צוגענומען, נאר מ'האט אויך גענומען דאס קאלב אליין צו זיין א דורון פארן מלך ירב! "בשנה אפרים יקח" - אשור האט צוגענומען די בושה פון אפרים (דער עגל ווערט אנגערופן מיטן גנאי-נאמען "בושת"), אשור האט אוועקגעפירט די עגלים צו זיין לאנד. און דעמאלט: "ויבוש ישראל מעצתו" - יעצט כאפט זיך ישראל: וואס פאר א נאר בין איך געווען! איך בין געגאנגען געבן אן עצה ווי אזוי אראפצואווארפן הושע בן אלה דורכן מסר'ן צו מלך אשור, און מלך אשור איז געקומען און האט מיר אויך צוגענומען די עגלים! "ויבוש ישראל מעצתו", ער זעט ווי זיין אייגענע עצה האט זיך צוריקגעקערט קעגן אים און אים געשאדט.
"נדמה שמרון מלכה כקצף על פני מים". דאס ווארט "נדמה" באקומט דא עטליכע פירושים: דער ערשטער פירוש איז פונעם תרגום יונתן, "בהתת שמרון במלכה" - שומרון האט זיך געשעמט מיט איר מלך, ווי שוים אויפן אויבערפלאך פונעם וואסער ("כקצף על פני מים"). מיר האבן געמיינט אז דער מלך וועט אונז ישועה ברענגען, און אט זע, זיין כח איז גלייך ווי שוים אויפן וואסער וואס ווערט אין א רגע בטל און פארשוואונדן. רש"י ערקלערט אז "נדמה" איז א לשון פון דומיה און שווייגן ("אל דמי לך") - דער מלך פון שומרון איז פארשטומט געווארן, און ער איז ווי שוים אויפן וואסער. דער רד"ק ערקלערט אז ס'איז א לשון פון כריתה און אפשניידן, ווי "נדמה עמי" - נכרת עמי; שומרון'ס קעניג איז אפגעשניטן געווארן: ווי לאנג איז ער געווען אין באלאגערונג, און צום סוף האט ער זיך נישט געקענט ראטעווען און איז פארטריבן געווארן אין גלות. וואס מיינט "קצף"? דער רד"ק האט אן אינטערעסאנטן ביאור: נישט ווי דער תרגום וואס טייטשט "כרותחא על אפי מיא", שוים וואס קאכט (ווי רש"י טייטשט "אושקומא" אין פראנצויזיש, שוים אויפן געטראנק), נאר דער רד"ק זאגט אז "קצף" מיינט די שאלעכץ פונעם בוים, ווי "ותאנתו לקצפה" - ווי די שאלעכץ פון א בוים וואס שאקלט זיך אויפן אויבערפלאך פון וואסער.
דער מלבי"ם ערקלערט אז יעצט באשרייבט דער פסוק ווי אזוי ס'איז געווען "ויבוש מעצתו" - ווי אזוי די זעלבע עצה וואס זיי האבן געטראכט דערמיט אראפצואווארפן הושע'ן, דורך רופן אהער מלך אשור און פארציילן אז הושע איז מורד אין אים, האט געברענגט א מפלה אויף זיי אליין. און "נדמה" לויטן מלבי"ם איז א לשון פון דמיון און משל, צו וואס זענען זיי פארגליכן געווארן. ער זאגט: "נדמה שמרון מלכה", זיי זענען פארגליכן צו שוים אויפן פלאך פון וואסער; דורך דעם קאכן פון וואסער ווערט שוים, און ווען דאס וואסער באוועגט זיך גייט דער שוים אוועק און ווערט בטל, און דאס וואסער ווערט ווידער גלאט. אזוי איז אויך דא געווען: דורך דעם קעניג איז געווען א קאכעניש ביים פאלק, ס'איז געווען א צארן און ברויזן (קצף), און דאס פאלק האט מורד געווען; זיי האבן זיך פארבינדן מיט הושע בן אלה קעגן פקח בן רמליהו, אים געטייט, און ממליך געווען הושע'ן אונטער אים. און דערנאך איז דער דאזיגער קצף געגאנגען אין גלות צוליב דער מסירה וואס איר זענט געגאנגען מסר'ן אויף הושע צו מלך אשור; און אזוי ווי די באוועגונג פונעם וואסער נעמט אוועק דעם שוים, אזוי אויך זענען זיי אלע פארפירט געווארן קיין אשור, און זייערע פלענער מחזק צו זיין די עבודת העגל זענען צונישט געווארן, ווייל צום סוף זענען אלע פארטריבן געווארן אין גלות. קומט אויס אז "נדמה" איז אדער אינעם זין פון בושה, אדער אינעם זין פון שווייגן, אדער אינעם זין פון כריתה, אדער אינעם זין פון א דמיון און א משל.