מיר גייען אן מיט מסכת סנהדרין, פרק ב', משנה ד', וואס באהאנדלט אויך די רעכטן און פליכטן פונעם מלך: ארויסצונעמען דעם פאלק אין מלחמה, די זכות המעבר אין א צווייטנס רכוש, חלוקת השלל פון דער מלחמה, און די באגרענעצונגען וואס די תורה האט ארויפגעלייגט אויף א מלך נישט מרבה צו זיין נשים, סוסים און כסף - און צום סוף, די באזונדערע מצוה פון שרייבן א ספר תורה פארן מלך.
"ומוציא למלחמת הרשות על פי בית דין של שבעים ואחד":
ווען דער מלך וויל ארויסנעמען דעם פאלק צו א מלחמת הרשות, דארף ער באקומען דעם אישור פון די סנהדרין פון איין-און-זיבעציג. א מלחמת מצוה, אבער, פאדערט נישט דעם אישור: עוקר זיין די שבעת עממי כנען אדער מחיית עמלק זענען שוין בפירוש ערלויבט געווארן אין די תורה, און דער מלך מעג ארויסגיין צו זיי אויף זיין אייגענער דעת.
הוא הדין, לויטן רמ"א, ווען דאס לעבן פון אידן איז אין א סכנה און שונאים קומען זיי צו הרגענען - איז א מצוה זיי צו באשיצן און אטאקירן דעם שונא, און דאס פאדערט נישט קיין אישור פון די סנהדרין. א מלחמת הרשות, אבער, איז א מלחמה וואס דער מלך איניציאירט פון זיין אייגענער ברירה: פארברייטערן די גרענעצן צוליב אן עקאנאמישן, פאליטישן אדער סטראטעגישן חשבון, און דערפאר פאדערט זיך דעם אישור פון די סנהדרין.
עס איז כדאי אנצומערקן, אז דער אישור פון די סנהדרין איז א נויטיגער תנאי, אבער דאס אליין איז נישט גענוג. דער סדר פון די זאכן איז אזוי:
אישור פון דעם ראטגעבער און סטראטעג פונעם מלך.
אישור פון די סנהדרין.
אישור פון די אורים ותומים.
און נאר דערנאך - דורכפירן די מלחמה למעשה צוזאמען מיטן שר הצבא.
"ופורץ לעשות לו דרך ואין ממחין בידו":
דאס זענען, למעשה, הלכות פון הפקעת קרקעות. ווען דער מלך גייט אדורך מיט זיין פמליא פון איין ארט צום צווייטן און א פריוואטע רכוש שטייט אין זיין וועג, מעג ער אדורכברעכן אלץ וואס שטייט אים אין וועג - צעטרעטן גערטנער, צוברעכן מויערן און צוימען - כדי אנצוקומען צו זיין ציל, און קיינער האט נישט דאס רעכט למחות בידו. נאך מער: "דרך המלך אין לה שיעור" - עס איז נישטא קיין באגרענעצונג אויף די ברייט פונעם וועג. אויב די פמליא פונעם מלך איז א ברייטע, און ער נייטיגט זיך אין א ברייטן פאס קרקע כדי אדורכצוגיין דערין, איז הרשות בידו, און עס איז נישטא קיין שום באגרענעצונג אויף די מאס וואס ער דארף צום דורכגיין.
א קלארן ביישפיל דערפון קען מען זען ביים שער יפו אין ירושלים: די גרויסע עפענונג אין דעם מויער, דורך וועלכע קארס פארן אדורך נעבן דעם טויער אליין, איז געמאכט געווארן ביים קומען פון דעם קייזער ווילהעלם אויף א באזוך קיין ירושלים. וויבאלד ער האט גע'טענה'ט אז זיין פמליא איז גרויס און ער קען נישט אריינגיין אין שטאט אן זיי, און דער טויער איז געווען צו שמאָל - האט מען דורכגעבראכן דעם מויער כדי אים צו דערמעגליכן אריינצוקומען.
צי מעג דער מלך האלטן ביי זיך די קרקע וואס ער האט אדורכגעבראכן ביים אדורכגיין דערין? פון לשון רש"י קומט אויס אז די קרקע בלייבט זיינס, בעת דער רמב"ם האלט אז ער קען דאס נישט טון, און ער האט נישט מער ווי א צייטווייליגע זכות מעבר. מכל מקום, פון די מעשה פון אחאב - וואס איז אוודאי נישט געווען קיין צדיק - קומט ארויס אז ער האט געגלוסט דעם כרם נבות און האט נישט געהאט די מאכט דאס צוצונעמען, און ער האט עס טאקע נישט צוגענומען, ביז איזבל האט זיך אריינגעמישט; און דאס איז משמע ווי דער רמב"ם'ס שיטה.
"וכל העם בוזז ונותן לפניו והוא נוטל חלק בראש":
ווען די וואס גייען ארויס אין מלחמה האבן הצלחה און קערן זיך אום מיט שלל, ווערט דער שלל איינגעטיילט צווישן דעם מלך און דעם פאלק: א העלפט פארן מלך און א העלפט פארן פאלק. דער גאנצער שלל ווערט אראפגעלייגט פארן מלך, און ער קלייבט זיך אויס צוערשט די חלקים וואס ער וויל האבן - אבער בלויז אין די גרענעצן פון זיין העלפט. די צווייטע העלפט ווערט צעטיילט צווישן די אנשי הצבא, און נישט נאר צווישן די וואס זענען ארויס צום קאמף, נאר אויך צווישן די שומרים אויפן לאגער, וואס ביידע זענען גלייך אין די דאזיגע חלוקה.
"לא ירבה לו נשים ולא יסור לבבו":
די משנה ציטירט דעם לשון הפסוק וואס אסר'ט דעם מלך צו מערן פרויען, טאמער זיין הארץ וועט זיך אפקערן פון אויבערשטן, און זי שטעלט פעסט דעם שיעור: "אלא שמונה עשרה". דאס איז די דעה פון תנא קמא. דער רמב"ם און דער ראב"ד קריגן זיך אויב מען דארף אריינרעכענען אין דעם צאל אויך פילגשים; לויט דעם רמב"ם - יא.
דער מקור פונעם צאל אכצן איז אין א דרשה וואס שטיצט זיך אויף דוד המלך, וועלכער האט געהאט אין יענער צייט זעקס פרויען, און מען האט אים געזאגט: "ואם מעט ואוסיפה לך כהנה וכהנה" - צוויי מאל "כהנה" זענען נאך זעקס און נאך זעקס, קומט אויס דריי מאל זעקס, וואס דאס איז אכצן.
אין דעם ענין האבן די תנאים זיך געקריגט:
תנא קמא: אכצן פרויען זענען דער גרענעץ, און נישט מער.
רבי יהודה: "מרבה הוא לו, ובלבד שלא יהו מסירות את לבו" - דער מלך מעג חתונה האבן מיט מער ווי אכצן, ווייל דער חשש פונעם פסוק איז בלויז פאר'ן אפקערן דאס הארץ. לויט דעם וועג דארף מען פארשטיין די באגרענעצונג אז זי איז בלויז געמיינט פאר פרויען וואס קערן אפ דאס הארץ, כאטש עס איז שווער פעסטצושטעלן דעם פונקטלעכן גדר וואס מאכט א פרוי פאר איינע פון זיי.
רבי שמעון: "אפילו אחת ומסירה את לבו - הרי זה לא ישאנה" - אפילו איין פרוי וואס קערט אפ דאס הארץ פונעם מלך פונעם הקב"ה איז אים אינגאנצן אסור. אויב אזוי, וואס קומט דער פסוק "לא ירבה לו נשים" לערנען? "אפילו כאביגיל" - אז אפילו ווען עס רעדט זיך פון צדקניות און הייליגע פרויען ווי אביגיל, איז אכצן דער העכסטער גרענעץ און נישט מער. קומט אויס: פרויען וואס קערן אפ דאס הארץ - אינגאנצן נישט, און כשר'ע פרויען - ביז אכצן.
"לא ירבה לו סוסים אלא כדי מרכבתו":
דער פסוק אסר'ט בפירוש דאס מערן פערד. אין די אמאליגע צייטן פלעגן די שענסטע פערד קומען פון מצרים, און זיי זענען געווען א סימבאל פון א הויכן סטאטוס און כבוד - פונקט ווי מענטשן זאמלען היינט לוקסוס-אויטאס. דער רעיון איז אז עס איז אים מותר א רייט-פארמיטל, אבער עס איז אים אסור צו אנזאמלען לוקסוס אויף צו ווייזן זיין רייכטום, ווייל ער דארף זיין קאנצענטרירט אויפ'ן פאלק און אירע באדערפענישן און נישט אויף אנזאמלען פארמעגן און פארגרעסערן זיין אייגענעם כבוד.
דערפאר, דער מלך - וואס פינאנצירט פערזענליך א מיליטער, און אין דעם אריינגערעכנט קאוואלעריע - מעג אנזאמלען די פערד וואס זענען נויטיג פאר זיין קאוואלעריע. און דאס מיינט נישט די פראפארציע פון איינס-צו-איינס, ווייל עס איז פארשטענדליך אז מען ברויך אויך רעזערוו-פערד, וויבאלד פערד ווערן פארוואונדעט, מיד, און פארדרייען א פוס. דער כלל איז אז ער מעג זאמלען פערד פאר מיליטערישע געברויכן, אבער נישט פאר זיין פערזענליכן רייכטום און צו פארגרעסערן זיין נאמען.
"וכסף וזהב לא ירבה לו מאד אלא כדי ליתן אפסניא":
דער זעלבער פרינציפ גילט ביי געלט: עס איז אסור פאר'ן מלך צו זאמלען א געוואלדיגע רייכטום. ער דארף פינאנצירן פון זיין אוצר די געהאלטן פונעם שטענדיגן מיליטער, און דערפאר דארף ער האבן גענוג געלט, אבער ער טאר נישט זאמלען הון לשם רייכטום, פובליסיטי און מאכט. ווידער א מאל, ער דארף זיך קאנצענטרירן נישט אויף זיין אייגענעם מאטעריעלן וואוילזיין און זיין פערזענליכן פארשריט, נאר אויפ'ן וואוילזיין פונעם פאלק, און דערפאר טאר מען נישט ערלויבן אן אנזאמלונג פון געלט מער ווי ס'פעלט אויס.
"וכותב לו ספר תורה לשמו":
דער מלך שרייבט א ספר תורה מכוח דעם וואס ער איז א מלך. ווי באקאנט, איז שוין דא א מצוה אויף יעדן איד צו שרייבן א ספר תורה. אסאך פארלאזן זיך אויף די שיטה פונעם רא"ש, אז דער עיקר ענין איז אז תורה זאל זיין צוגענגלעך צום לערנען, און דעריבער ווער עס פארמאגט א תורה-ביבליאטעק אין זיין שטוב אזוי ווי א ספר תורה - איז יוצא. אבער לויט'ן פשטות דארף יעדער איד אינוועסטירן אין א ספר תורה און דאס שרייבן מיט די אייגענע הענט, און עס זענען דא וואס זענען דאס מקיים אויף אנדערע וועגן, ווי שרייבן א טייל פון א ספר תורה אדער אן אות אין א ספר תורה.
ווי עס זאל נאר נישט זיין, ליגט אויפן מלך אן עקסטערער חיוב: א ספעציעלע ספר תורה וואס ער שרייבט פאר זיך, א מין קליינע ספר תורה, וואס ער טראגט מיט זיך אומעטום. אפילו ווען ער גייט ארויס אין מלחמה - און דאס איז דאך די לעצטע זאך וואס א מענטש זוכט צו טראגן מיט זיך אויפן שלאכטפעלד - איז ער מחויב עס ארויסצוטראגן מיט זיך: "יוצא למלחמה מוציאה עמו, נכנס - מכניסה עמו".
און אזוי אויך אין אלע זיינע מצבים: "יושב בדין - הוא עמו" - ווען ער זיצט אלס דיין, ווידער רעדט מען פון א מלך פון בית דוד, איז די ספר תורה מיט אים. "מיסב - היא כנגדו" - אפילו אין די צייט פון זיין אפרו און סעודה, ליגט די ספר תורה אנטקעגן אים. דער מלך טראגט מיט זיך די תורה כדי זיך צו דערמאנען אז ער איז אונטערווארפן צום קב"ה: הגם ער איז א מלך, איז ער דאך בלויז א דינער פונעם קב"ה און פונעם פאלק, און דער סימבאל דערפון איז די תורה צו וועלכע ער איז זיך מכניע. "שנאמר: והיתה עמו וקרא בו כל ימי חייו" - ער דארף זיך מכניע זיין צום קב"ה און צו זיין תורה, און זיין באוואוסטזיניג דערצו אין יעדער צייט.