בבא מציעא, פרק א', משנה ז'. די משנה פאר אונז גייט ווייטער אן צו רעדן פון שטרות וואס מ'האט געטראפן און די פראגע צי מ'איז מחויב זיי אומצוקערן, אבער דאס מאל רעדט מען פון שטרות וואס זענען נישט קיין שטרי חוב - זיי זענען נישט קיין פינאנציעלע התחייבות'ן - און דאך זאגט מען אז מ'טאר זיי נישט אומקערן, כאטש ס'איז לכאורה קלאר ווער ס'דארף זיי באקומען און צו וועמען זיי געהערן. דער טעם פאר אלע פאלן איז דער זעלבער: ס'קען זיין אז די שטרות זענען געשריבן געווארן און קיינמאל נישט איבערגעגעבן געווארן. אזעלכע שטרות ווערן געשריבן פון פאראויס, און ס'איז נישטא קיין שום זיכערקייט אז ס'איז טאקע געווען פאסיג זיי איבערצוגעבן פאר'ן מקבל. וויבאלד זייער איבערגעבן האט שווערע פאלגן, קען זיין אז מ'האט קיינמאל נישט געהאט בדעה זיי איבערצוגעבן.
"מצא גיטי נשים ושחרורי עבדים":
"גיטי נשים" - איינער וואס טרעפט א גט פון א פרוי, א שטר גירושין. די משנה נוצט א לשון רבים, אבער ס'איז נישטא קיין חילוק צווישן איינס אדער אסאך, און די פשוט'ע אפשאצונג איז אז מען רעדט פון איינס. ער זאל דאס נישט צוריקגעבן, ווייל אפשר האט דער מאן געהייסן שרייבן דעם גט און צום סוף האט ער חרטה געהאט און עס איר קיינמאל נישט איבערגעגעבן.
"ושחרורי עבדים" - א שטר שחרור פאר אן עבד. דער באלעבאס פון אן עבד כנעני אדער א שפחה כנענית באפרייט זיי מיט א פראצעס וואס איז ענלעך צו גירושין: מען גיט זיי איבער א שטר וואס זעט אויס זייער ענלעך צו א גט, וואס דארט שטייט אז זיי גייען ארויס לחירות און זענען אונטער זייער אייגענער רשות. דא אויך, א מענטש קען גיין צום סופר און בעטן מ'זאל שרייבן דעם שטר פון פאראויס, און מען קען נישט וויסן צי ער האט טאקע געהאט אינזין עס ארויסצוגעבן למעשה און דאס איבערגעגעבן פאר'ן עבד. אפשר האט ער זיך מיישב געווען, און דער שטר איז פארלוירן געווארן. איבערגעבן דאס פאר'ן עבד קען אים באפרייען שלא כדין.
"דייתיקי":
כדי איבערצוגעבן די בעלות אויף א חפץ פעלט זיך געווענליך אויס א מעשה קנין - א פארמאלע טואונג וואס ברענגט אריבער די בעלות. אויב איינער וויל געבן א טייערן זייגער פאר זיין חבר, דארף דער חבר עס אויפהייבן כדי חל צו זיין דערויף (אדער מען קען עס אויפהייבן פאר אים כדי אים מזכה צו זיין). אבער א רייד אליין, "איך גיב אט דעם זייגער פאר מיין חבר", איז גארנישט ווערד, און דער זייגער בלייבט ברשות פונעם באלעבאס. אויב ער וועט דערנאך שטארבן, וועלן די יורשים און קינדער דאס באקומען, און נישט דער חבר.
אבער ביי א שכיב מרע - א מענטש וואס ליגט אויפ'ן ערש דווי - האבן חכמים מתקן געווען א ספעציעלע תקנה. א מענטש וואס סדר'ט זיינע געלט ענינים פאר זיין טויט איז אנגעפולט מיט פחד: ער דערמאנט זיך אז ער האט צוגעזאגט זיין טייערן חבר זיין זייגער און ער האט דאס נישט מקיים געווען, און יעצט גייט ער שטארבן, וועט די זאך אריבערגיין צו די קינדער און זיין נאמען וועט ארויסגיין לרוע. האבן חכמים חושש געווען אז דער דרוק און עגמת נפש פון נישט קענען מסדר זיין זיינע ענינים וועט מקרב זיין זיין מיתה, דעריבער האבן זיי קובע געווען אז ביי א שכיב מרע איז גענוג א מויל ארויסזאג, און זיין דיבור אליין טראגט דעם זעלבן וואג ווי א פולקאמער הלכה'דיגער מעשה קנין וואס פירט אריבער די בעלות געהעריג.
קומט אויס, אז אויב א שכיב מרע זאגט: "איך וויל אז מיין גוטער חבר זאל באקומען מיין זייגער אזוי ווי איך האב אים צוגעזאגט", זענען זיינע רייד מחייב, און נאך זיין טויט וועט דער זייגער איבערגעגעבן ווערן צום חבר און נישט אריבערגיין צו די יורשים. דאס איז א דין דרבנן.
ס'איז געווען איינגעפירט אראפצושרייבן די אנווייזונגען, ווייל אן א שריפט קענען זיי פארגעסן ווערן און ברענגען צו א פלאנטער. דייתיקי, איז אלזא דאס אראפשרייבן די בקשות פון א שכיב מרע אויף פאפיר, לגבי ווי אזוי צו טיילן געוויסע נכסים בשעת ער לעבט נאך: ס'שטייט דארט געשריבן אז פלוני ליגט אויפן טויטן בעט, און ער האט געזאגט אז ער וויל געבן זיין זייגער פאר זיין חבר בעפאר זיין טויט. און דאך גיט מען עס נישט איבער צום מקבל, ווייל אפשר וועט ער מיט כח צונעמען דעם זייגער פון די קינדער, בעת וואס ס'איז מעגליך אז דאס גאנצע קראפט האט מעיקרא נישט עקזיסטירט - ס'קען זיין אז דער שכיב מרע האט חרטה געהאט, האט דאס נישט געוואלט און דאס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן למעשה.
"ומתנה":
דער זעלבער דין איז ביי א שטר פון א פשוטע מתנה. ס'דא וועגן ווי אזוי איבערצוגעבן א בעלות אפילו ווען דער מקבל איז נישט אנוועזנד, ווי למשל קנין סודר, און דער שטר זאגט עדות: "איך גיב איבער מיין זייגער" אדער מיין הויז, "פאר פלוני במתנה". א שטר אזוי קען זיין מחייב הלכה'דיג ווען ס'איז געמאכט געווארן כדין. אבער דאך, איינער וואס טרעפט אזא שטר זאל דאס נישט איבערגעבן פאר די מקבלים וואס זענען דערמאנט דארט, ווייל אפשר האט זיך דער בעל המתנה מיישב געווען און צום סוף באשלאסן דאס נישט צו געבן, האט עס נישט איבערגעגעבן, קיינמאל נישט געהאט אין פלאן עס איבערצוגעבן, און נישט געמאכט די נויטיגע פעולות עס אריבערצופירן. דאס איבערגעבן פונעם שטר קען דעריבער זיין שלא כדין.
"ושובר":
א שובר איז א קבלה. דער געווענליכער סדר, ווי ס'איז ערקלערט געווארן אין די פריערדיגע משנה, איז אז א לווה וואס באצאלט זיין חוב באקומט צוריק פונעם מלווה דעם שטר חוב און צערייסט עס. די זאך איז גלייך צו א טשעק וואס איז נישט אויפגעטוישט געווארן: דער מלווה בארגט הונדערט דאלער און באקומט אין זיינע הענט א טשעק, און ער מאכט א תנאי אז ער וועט דאס נישט אריינלייגן אבי מען זאל אים צוריקגעבן קעש, און ווען מען וועט עס צוריקגעבן - וועט ער אומקערן דעם טשעק וואס מ'האט נישט אריינגעלייגט.
וואס טוט זיך ווען דער לווה קומט מיט די הונדערט דאלאר און בעט דעם שטר חוב, און דער מלווה ענטפערט אז ער האט עס פארלוירן? דער לווה מוז באצאלן זיין חוב, אבער אויב דער שטר חוב איז געבליבן ביים מלווה, אדער מען וועט עס טרעפן אין צען יאר ארום, וועט דער מלווה קענען טענה'ן אז דער חוב איז קיינמאל נישט באצאלט געווארן און עס איינמאנען א צווייטן מאל. דערפאר דארף ער געבן א שובר - א קבלה פארן לווה, וואס דארט שטייט אז אין דעם און דעם טאג האט פלוני אפגעגעבן די הונדערט דאלאר וואס ער איז געווען שולדיג פון יענער הלוואה. און אזוי, אויב דער מלווה וועט ארויסנעמען דעם שטר אין דער צוקונפט און פרובירן איינמאנען, וועט דער לווה זאגן: "איך האב דיר שוין באצאלט, און דא איז די ראיה - איך האב אין די האנט א שובר אלס א קבלה".
לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז דער וואס טרעפט א שובר זאל עס צוריקגעבן פארן לווה, ווייל פאר וועמען איז אנגעשריבן געווארן דער שובר אויב נישט פאר אים, דורכן מלווה? נאר וואס דען, אויך דא איז מעגליך אז דער מלווה האט עס אנגעגרייט פון פריער ביים סופר, עס זאל זיין גרייט אין זיין טאש אויף די צייט ווען מען וועט אים באצאלן זיין חוב; אבער צום סוף איז דער חוב נישט באצאלט געווארן, און דער שובר איז קיינמאל נישט איבערגעגעבן געווארן צום לווה, און נאכדעם איז עס פארלוירן געווארן. אויב עס וועט איצט איבערגעגעבן ווערן צום לווה, וועט יענער פטור ווערן פון באצאלן שלא כדין.
אין אלע די פאלן - גיטי נשים, שחרורי עבדים, דייתיקי, מתנה און שובר - "הרי זה לא יחזיר" - דער טרעפער זאל נישט צוריקגעבן דעם שטר צו דעם מענטש וואס אויבנאויף זעט עס אויס ווי עס געהערט צו אים. און דער טעם דערפון שטייט קלאר אין דער משנה: "שאני אומר כתובים היו ונמלך עליהם שלא לתנם" - עס קען זיין אז זיי זענען געשריבן געווארן כדין, אבער דערנאך האט דער שרייבער זיך מיישב געווען (חרטה געהאט) און האט קיינמאל נישט איבערגעגעבן דעם שטר למעשה, און עס איבערצוגעבן פאר יענעם וועט זיין אן אומרעכט.
אזוי איז די הלכה. און עס איז פארשטענדליך, אז אויב דער שרייבער אליין זאגט אז מען דארף איבערגעבן דעם שטר צו דעם מענטש פאר וועמען עס איז געשריבן געווארן, און ער לאזט אדער הייסט עס טון, מוז דער טרעפער עס איבערגעבן צו דעם מענטש - צום עבד, צום מקבל המתנה און אזוי ווייטער.
נאר וואס דען, ביי גיטי נשים איז די זאך פיל מער קאמפליצירט, ווייל א גט פון א פרוי מוז געשריבן ווערן לשמה, ספעציעל פאר איר, און מיט א פולקאמען דקדוק: דורך דעם דאזיקן מאן, פאר די דאזיקע פרוי, און לשם די דאזיקע גירושין. דערפאר טאר מען נישט איבערגעבן דעם גט פאר דער פרוי אלס איר גט, סיידן עס איז קלאר באוואוסט אז עס איז מלכתחילה געשריבן געווארן פאר די דאזיקע געוויסע פרוי, דורך דעם דאזיקן געוויסן מאן, און לשם די דאזיקע זעלבע גירושין.